לעניית דעתי - מאמענט אויסגאבע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 546
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 732 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2030 מאל

לעניית דעתי - מאמענט אויסגאבע

שליחה דורך תוהו ובוהו »

אין די לעצטערע תקופה לויפט אין די מאמענט אויסגאבע מיינונג'ס-ארטיקלען דורך הרב חיים שלמה בערגער, (מעגליך האבן זיי נישט געטראפן א צווייטן גענוג כשר צו פארמיידן היץ און גענוג ברייט צו שרייבן ארטיקלען מיט זיין בילד).

דער הרב בערגער טענה'ט אז ער האט מקובל פון ר' שמעון זשעליכאווער (וואס האט עס אוודאי מקובל פון אחיה השילוני ווארום היסטאריקער ווייסן נישט וואו אזא אידישקייט פלעגט פארקומען זינט דעם חורבן ביהמ"ק) אז "אידישקייט" איז א "קאלטור" וואס באשטייט פון "טוהן אנדערש ווי דער גוי" וואס דאס איז דער סאמע וויכטיגסטע זאך ביי כלל ישראל! און דעריבער ווידמעט ער טאקע רוב פון זיינע ארטיקלען אויף דברים העומדים ברומו של עולם א שטייגער ווי פרעסערישע אדווערטייזמענטס און בעק-יארד'יגע וואכנאכטס.

די פארגאנגענע וואך האט ער געשריבן אן ארטיקל איבער.. שטריימלעך!! יא יא, איר הערט? דער שרייבער רעדט זיך שטארק אפ און דערקלערט מיט פאטוס אז דער עולם גייט נישט מיט קיין שטריימלעך! געוואלד און געשריגען! שומו שמים! איי וועט איר פרעגן: מ'זעהט דאך יא דעם עולם זיך דרייען מיט וויידלעך אויפן קאפ? אויף דעם איז דער תירוץ: אמת, אבער נישט אזוי דארף א שטריימל אויסצוזעהן! דער שרייבער טענה'ט אז ער געדענקט נאך ווען דער עולם איז נאך יא געגאנגען מיט שטריימלעך כדבעי, דהיינו אנע שפיצן און נישט דיקער ווי א תימנ'ע מצה און אטע דאס איז א שטריימל! "רחב ב' אצבעות ומקיף מאוזן לאוזן" דאס איז די מקובל'דיגע שיעור שטריימל און די אלע שמות הקדושים וואס זענען מרומז דערין פלאצירן זיך אין די סייז און כל המוסיף נמצא מחרף ומגדף.

און ניין, מיינט נישט אז הרב בערגער פארפירט קעגן דאס אומגעזונטקייט פון אונזער געזעהלשאפט פון מוזן נאכטוהן וואס יעדער טוהט, אזש אראפפלאשן א 6-7 טויזענט דאללער אינאיינעם מיט אלע אנדערע זינלאזע הוצאות החתונה איז א "מוז", און מיינט אויך נישט אז ער פארפירט קעגן דאס אויסגעריסענע אינדיווידואלקייט און לעק פון פערסאנעל טעיסט און אז יעדער מוז זיך אנטוהן די זעלבע סארט כיסוי ראש געבראשט אינעם זעלבן דירעקציע.

נעה נעה, נישט דאס שטערט אים ווארום דאס איז דאך נישט "אידישקייט", וואס ס'שטערט אים איז אז דער עולם איז געווארן "סטייליש" און אז דער שטריימל האט באקומען שפיצן, און מ'האט נישט ארויס ווי אזוי א שטריימל דארף באמת אויסזעהן.

און וואס איז די רפואה צו אזא אומפארשטענדליכקייט פונעם ציבור??
אה! דעטס ען איזי וואן! מ'מאכט תקנות ווי הויך א שטריימל מעג זיין! דער שרייבער רימט אויס תוא"י רבי וואס האט ארויסגעגעבן א הוראה אז פון היינט און ווייטער זאלן די שטריימלעך נישט זיין העכער 5 אהאלב אינטשעס!, ס'נישט קלאר צו ס'איז די זעלבע אינטשעס פון די פרויען קניען און צו וועד הצניעות וועט זיין פארמישט דערין, אבער דער עיקר איז אז ווי געווענליך איז די עצה: נאך א תקנה, כדי ס'זאל חלילה נישט פארבלייבן קיינע בליינד-ספאטס אין עני אספעקט פונעם לעבן אנע פונקטליכע סקריפט וואס מ'האט צוטוהן.

(די בעסטע פארט איז נאך, ווי אינמיטן ארויסברענגן אז אמאליגע אידן האבן נישט געקוקט אויף סטייל און זיך נישט געקומערט מיט זייער אויסערליכע אויסזעהן, פארציילט ער דארט אז ער האט א חבר וואס האט געזוכט א שטריימל אנע שפיצן און ער האט זיך זייער געמוטשעט, ווייל די שטריימעל מאכער האבן דאך נישט געוואלט ארויסגעבן אזא פראדוקט מתחת ידם, און ער האט עס צוריקגעגעבן צו איבערמאכן איינמאל און נאכאמאל - 'אמער, ער איז דאך נישט סטייליש' - א יאר א האלב!! האט גענומען ביז ער איז געווען צופרידן פון זיין שפיצן'לאזע שטריימל, דאכצעך אז דאס ברעכט אלע רעקארדס פון שטריימל-רילעידעד-שעות געספענד דורך איבערגעהיצטע בחור'לעך וואס ס'גייט זיי יא אן זייער אויסזעהן..)

נ.ב. ס'ווערט געברענגט בשם הרה"ק ר' פנחס'ל קאריצער אז שבת איז ר"ת ש'יינע ש'פיצן'פולע ש'טריימל ב'מקום ת'פילין ודפח"ח.

און צום מאמענט: איר האט געהאט בעסערע צייטן, ביטע לאזט זיך נישט פונעם הייפעלע חשכות-טרייע אידן, און פראבירט פארבלייבן א מעסיגע מאגאזין.

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר