בלאט 1 פון 1

וויפיל איז ווערד שוויץ שותפות?

נשלח: מאנטאג פעברואר 21, 2022 11:11 pm
דורך קהל'ס נער
(למשל) איך וויל עפענען א רעסטעראונט, איך האב שוין 10 יאר עקספיריענס אין די ליין און איך וויל עפענען א רעסטאראונט, ס'גייט אבער דארפן א אינוועסטמענט פון 300ק, איך האב נאר איין קליינע פראבלעים, כסף מנלן? איז דא א עצה וואס הייסט מען נעמט א געלט שיתוף, יעצט איז די שאלה וואס איז די אינדעסטרי סטענדערט, וויפיל פראצענט שותפות דארף איך עים אוועקגעיבן, כ'פארשטיי אז עס איז נעגאשיעבל (פארהאנדעלבאר??) אבער וואס איז די אינדעסטרי סטאנדארט?

נשלח: מאנטאג פעברואר 21, 2022 11:52 pm
דורך שמעון וואלף
ס'ווענדט זיך וואס די פאטענשעלס זענען און וואספארא ריסק ס'איז דא אז די גאנצע זאך זאל צעפאלן.
טאמער דו מיט דיין עקספיריענס ווילסט עפענען א געשעפט און ס'דיר ווערד די ארבעט טאמער וועסט ארויסגיין מיט הונדערט אלפים א יאר, דאן דארפסטו שאצן וויפיל רווחים די ביזנעס וועט ברענגען, און טאמער זעהט דיר אויס אז ס'וועט אריינברענגען מער ווי הונדערט א יאר דאן לויט זיך דיר צו געבן פון די איבריגע פאר א געלט שותף.

נשלח: מאנטאג פעברואר 21, 2022 11:57 pm
דורך כפתור
מ'שאצט אפ די ווערט פונעם ביזנעס (2-3 מאל די יערליכע אינקאם. אמאל מער קאמפליצירט).
די געלט שותף בייקומט א חלק לויט וויפיל ער האט אריינגעלייגט און די ווערט פונעם ביזנעס.
די ארבייט שותף באקומט א געהאלט לויט וויפיל מ' צאלט פאר אזא ארבייט וואס ער טוט, חוץ פון זיין חלק אונעם שוטפות

דאס איז זייער בעסיק און בקיצור

Re: וויפיל איז ווערט שוויץ שותפות?

נשלח: דינסטאג פעברואר 22, 2022 2:53 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
קהל'ס נער האט געשריבן:(למשל) איך וויל עפענען א רעסטעראונט, איך האב שוין 10 יאר עקספיריענס אין די ליין און איך וויל עפענען א רעסטאראונט, ס'גייט אבער דארפן א אינוועסטמענט פון 300ק, איך האב נאר איין קליינע פראבלעים, כסף מנלן? איז דא א עצה וואס הייסט מען נעמט א געלט שיתוף, יעצט איז די שאלה וואס איז די אינדעסטרי סטענדערט, וויפיל פראצענט שותפות דארף איך עים אוועקגעיבן, כ'פארשטיי אז עס איז נעגאשיעבל (פארהאנדעלבאר??) אבער וואס איז די אינדעסטרי סטאנדארט?
על פי רוב איז נישט ווערט קיין געלד שותף.

ווייל לאמיר זאגן נאך 2 3 יאר גייסטו מאכן געלד וועסטו א גאנצע טאג פרעגן די קשיא וואס דארף איך מיין געלד שותף?? אין דעס איז א טרעק פאר דיזעסטאר.

קענסט בארגען געלד פאר פארצענט פין די באנק גוט אידן בחינם.

נשלח: דינסטאג פעברואר 22, 2022 4:09 pm
דורך קהל'ס נער
גערעכט.
מען רעדט דאך אז איך קען נישט באקימען קיין הלואה.

נשלח: דינסטאג פעברואר 22, 2022 6:17 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
איז לאמיר זיין קלאר עס ווערט יעדען טאג געשלאסן מיט געלד שותפים אבער אזוי ווי קלאר עס איז אויסגעשריבן די וועג אריין דארף זיין קלאר אדער נאך קלארער די וועג ארויס.

אויך דארפסטו אויפקומען מיט וועגן ווי ווייניגער אוועק צוגעבן אבער פארשטייט זיך נאך גענוג אז איינער זאל וועלן אינוועסטירן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 23, 2022 4:18 pm
דורך כרם זית
דו פלאנסט צו עפענען א שוויץ?...

נשלח: מיטוואך פעברואר 23, 2022 11:05 pm
דורך קהל'ס נער
כרם זית האט געשריבן:דו פלאנסט צו עפענען א שוויץ?...


אדרבה, זאג די וויאזוי מען זאגט sweat equity אויף יודיש.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 3:11 pm
דורך איך אויך
געלט שותף/אינוועסטאר.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 5:21 pm
דורך קהל'ס נער
איך אויך האט געשריבן:געלט שותף/אינוועסטאר.


Wראנג, א געלט שותף איז פינקט די פארקערטע פון sweat eqity.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 9:29 pm
דורך איך אויך
ווייסעך נישט צו דו דרייסט סתם די אייער אבער דאס האסטו געשריבן.

קהל'ס נער האט געשריבן: איך וויל עפענען א רעסטעראונט, , איך האב נאר איין קליינע פראבלעים, כסף מנלן? איז דא א עצה וואס הייסט מען נעמט א געלט שיתוף

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 10:14 pm
דורך קהל'ס נער
איך אויך האט געשריבן:ווייסעך נישט צו דו דרייסט סתם די אייער אבער דאס האסטו געשריבן.

קהל'ס נער האט געשריבן: איך וויל עפענען א רעסטעראונט, , איך האב נאר איין קליינע פראבלעים, כסף מנלן? איז דא א עצה וואס הייסט מען נעמט א געלט שיתוף


איר זענט צימישט ר' איך.
איך זיך א געלט שיתוף אבער מיין חלק שותפות, וואס איז מיין כח וואס איך לייג אריין, הייסט sweat equity אויף ענגליש.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 11:04 pm
דורך היסטאריע
אויב איר פלאנט צו זיין דער קעכער, וועט איר מן הסתם שוויצען גאר אסאך, קומט דיר מער.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 11:29 pm
דורך קהל'ס נער
היסטאריע האט געשריבן:אויב איר פלאנט צו זיין דער קעכער, וועט איר מן הסתם שוויצען גאר אסאך, קומט דיר מער.


פריי דיך נאכנישט איך עפען נאך נישט קיין רעסטאראונט, איך קען קוים קאכן א אייער שפייז......

נשלח: פרייטאג פעברואר 25, 2022 7:01 am
דורך יין שרף
קהל'ס נער האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:אויב איר פלאנט צו זיין דער קעכער, וועט איר מן הסתם שוויצען גאר אסאך, קומט דיר מער.


פריי דיך נאכנישט איך עפען נאך נישט קיין רעסטאראונט, איך קען קוים קאכן א אייער שפייז......

אהה, דעמאלס קענסטן עפענען א טייערע רעסטוראנט..

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 6:44 pm
דורך [NAMELESS]
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:(למשל) איך וויל עפענען א רעסטעראונט, איך האב שוין 10 יאר עקספיריענס אין די ליין און איך וויל עפענען א רעסטאראונט, ס'גייט אבער דארפן א אינוועסטמענט פון 300ק, איך האב נאר איין קליינע פראבלעים, כסף מנלן? איז דא א עצה וואס הייסט מען נעמט א געלט שיתוף, יעצט איז די שאלה וואס איז די אינדעסטרי סטענדערט, וויפיל פראצענט שותפות דארף איך עים אוועקגעיבן, כ'פארשטיי אז עס איז נעגאשיעבל (פארהאנדעלבאר??) אבער וואס איז די אינדעסטרי סטאנדארט?
על פי רוב איז נישט ווערט קיין געלד שותף.

ווייל לאמיר זאגן נאך 2 3 יאר גייסטו מאכן געלד וועסטו א גאנצע טאג פרעגן די קשיא וואס דארף איך מיין געלד שותף?? אין דעס איז א טרעק פאר דיזעסטאר.

קענסט בארגען געלד פאר פארצענט פין די באנק גוט אידן בחינם.
אויב איז דא א שטארקע ריסק וויל ער נישט בארגן ווייל וואס טוט ער אויב עס ארבייט זיך נישט אויס א חלק פון א געלד שותף איז אויך אז ער נעמט א ריסק צו פארלירן געלד קענסט זעהן ביי שארק טענק ווען זיי אויפערן לאונס אנשטאט שוטפות און פיל מאל וועלן זיי עס נישט עקסעפטן ווייל עס איז נישט לייכט צו נעמען א ריסק

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:16 am
דורך וואלווי
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
ווייל לאמיר זאגן נאך 2 3 יאר גייסטו מאכן געלד וועסטו א גאנצע טאג פרעגן די קשיא וואס דארף איך מיין געלד שותף?? אין דעס איז א טרעק פאר דיזעסטאר.
ס'איז טאקע קלוג צו טראכטן פאראויס וועלעכע שלעכטע מצבים און געפילן קענען ארויסקומען down the road, אבער אויב ס'ווענד זיך צו capital vs bad feelings זאגט די טבע אז אן געלט קיין געלט איז קיין ביזנעס נישט דא, let alone א היכי תמצא פון צירוק מאכן די געלט אזוי שנעל. ס'וועט קיינמאל נישט צוקומען צו זיין א טרעק פאר דיזעסטער אן קיין טרעק...