רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא
ס'טוט זיך אין די נייעס טישן און בענק ס'איז לעבעדיג מיט די נייעס אז רוסלאנד האט אנגעהויבן א אינוואזיע אריין קיין אוקריינא, און דא אויף קאווע שטיבל הערשט א טויטעניש קיין ווארט ווערט נישט דא דערמאנט, איך האב געעפענט דעם אשכול אויב איינער וויל דאך עפעס אפדעיטן זאל מען קומען דא.
ווי מ'שטייט יעצט קומט פאר באמבארדירונגען אין פילע שטעט איבער די לענג און די ברייט פון אוקריינא אפילו נאנט צו פוילין, ס'איז שוין דא הויפענעס פון טויטע, און די מערב וועלט האלט אינמיטן דורך שלאפן די נאכט רואיג און מארגן וועט מען זיך איבערקלערן ווי שארף די פארדאמונגען זאלן זיין, סענאטאר רוביא לייוו טוויט די אפדעיטס ווי מ'האלט, היות ער האט אינפארמאציע אלץ ווייס טשעירמאן פון די אינטעליזשענס קאמיטעי.

- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא
און גארנישט.
מ'קען טוען וואס מ'וויל אן ליידן קאנסעקווענצן.
די פאקט אז די מערב וועלט האט גארנישט געטוען פאר די אלע אגרעסיעס וואס פוטין האט אונטערגעדרייט ביז יעצט, ווייזט ווי שוואך, קורצזיכטיג און נאריש אונזערע (מערב) וועלט פירער זענען (נישט נאר ביידען). און ברענגט נאר ארויס ווי באקוועם און אומבאהאלפן די מערב וועלט איז געווארן אין די לעצטערע יארן.
פשוט'ע היסטאריע האבן זיי פארגעסן.
די עקאנאמיע גייט אונטער, די ווירדן זענען שוין אויך אויסגעטריקנט, און יעצט די מיליטערישע (שלום היטנדע...) שטארקייט גייט א גאנג...
(היוצא לנו מכל זה, פירטס ענק אויף ווי מענטשן און דרייטס נישט אן קיין שנאה אויף אידן, ווייל קיינער גייט אונז נישט באשוצן ח"ו)
End rant.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא
אלס איינער וואס גלייכט זייער פאליטיק, האב איך אסאך נאגעפאלגט די קריזיס. און וויפיל איך שוים אז דער רוס ווייזט יעצט אויף די מינוט אסאך גבורה, קען איך נישט באשלוסן וואס וואלט ווען געווען בעסער.
איך האב געטוישט מיין שפעקולאציע פון יעצט ביז א פאר שעה צוריק. און נישט נאר היינט, נאר די לעצטע פאר וואכן אזוי.
לדוגמא, ערשט האב איך שפעקאלירט אז די רגע וואס רוסלאנד האט געבראכן אונטערנאציאנאלע געזעץ מיטן אינוואדירן א פרידליכע לאנד, וואלט די מערב וועלט געדארפט ענטפערן מיט הייס פייער. אפילו אויב געזעצליך קען זיין אז זיי האבן נישט עכט קיין לעגאלע בארעכטוגונג.
למעשה ווייס איך נישט. קען זיין, אויפן יעצטיגן מאמענט לוינט יא ענדערש געבראטענע סאנקציעס ווי איידער מיליטערישע מאכט. וואס איז אויב צום ביישפיל, כינע ווארט אויף די מאמענט וואס די מערב וועלט ווערט אראפגעבינדן אין א שווערע מלחמה מיט רוסלאנד און זיי צופירן זיך די הענט?
מיין נקודה איז נישט אז איך בארעכטיג די אמעריקאנער רעגירונג זאל שוואך רעאגירן ווייל,"אפשר אהער און אפשר אהין". אדער אז עס איז שווער צו מאכן די ריכטיגע באשלוס ווייל עס איז קאמפליצירט. און צוליב דעם טוה איך בארעכטיגן דעם פרעזידענט אויב וועט ער זיך באנארישן און טון די נישט ריכטיגע מאוו.
סך הכול וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז עס נאך זייער זייער פרי אין די רוסישע געמבל צו באמת וויסן ווער וואס נעמט די ריכטיגע שריט. אויף די מינוט נעמען ביידע זייטן גאר אסאך ריסק, און עס איז גאר שווער אויסצורעכענען וואס גייט זיך האבן געלוינט. אויף די מינוט שפילן פוטין און ביידן שאך. מען דארף נאך אסאך אויסווארטן צו קענען באמת רופן א געווינער/פארלירער.
#מיינע_צוויי_צענט

- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
וואס טוט זיך אין יוקרעין איז נישט אזוי ווייט נוגע אונז קאווע שטיבל שרייבער, פונקטליך די נייעס, וויסן וואס דער האט געזאגט און יענער האט געשטאמעלט, אבער וואס מען זעהט יא איז, אז הבטחות פון אנדערע מדינות זענען ווערט א רעטעך, און טאמער איז מען נישט אליין באוואפענט מיט א שטארקע ארמיי, קען מען קוקן ווי א הערש אין די העדלייטס און ווארטן צו וועען איינגענומען.
כלפי מה הדברים אמורים? מען האט אונז געגעבן א אייגענע לאנד, ארץ־ישׂראל, און אפאר קנאים גייען קאפ אין וואנט אז מען טאר נישט, איי וואס וועט זיין מיט א היטלער וואס ווילן הרג'נען אלע אידן? נעה זאגן די קנאים, די אומות העולם וועלן נישט צולאזן. יא, די זעלבע אומות העולם וואס האבן פארדאמט די רציחות פון היטלער, פארדאמען די רציחות פון פוטין, אבער פון פארדאמען לעבט מען נישט.
אהן דעם וואס אונז האבן א אייגענע מדינה און א ארמיי וואס שרעקט אפ אלע שונאי ישראל אז זיי זאלען נישט חלומ'ן פון רציחה און פארגיסען אידיש בלוט, האבן אונז נישט קיין זכות קיום.
דאס דערמאנט אונז די מלחמה אין אוקריינא. אז די אמעריקאנער לינקע וואס זענען שוין די כלומר'שט בעלי רחמנות, טוען גארנישט צו פראטעקטען יוקרעין, חוץ ווען זיין זוהן דארף פארדינען אפאר דאלאר דאמאלס איז ער דא. בושה און א חרפה.

בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא
דאס האב איך שוין לאנג צוריק איינגעזען.
נאך די האלאקאוסט איז געווען א ריזיגע 'מאוומענט' "נעווער עגעין" וועלכע האבן קאמפיינט און מכלומר'שט געטוישט וועלט פאליסיס צו זיכער מאכן אז די 'וועלט' גייט נישט צולאזן נאכאמאל קיין דשענאסייד.
למעשה האבן זיי גארנישט אויפגעטאן און צענדליגע דשענאסיידס זענען פארגעקומען אין די לעצטע זעכציג יאר בשעת די וועלט האט איינגענומען א שווייגעניש.
באסניע, קאמבאדיע, און רוואנדע זענען בלויז פון די מער באקאנטע, סאדאם כוסעין האט אפגע'שחט'ן טויזענטער און די וועלט האט זיך נישט געמישט ביז ווילאנג עס האט זיי נישט אפעקטירט.
בלויז א קנאפע זעקס יאר צוריק האט אייסיס געמארדעט אין די מאסן און קיינער האט זיך נישט געמישט ביז עס האט געשטערט די אייגענע אינטערעסען.
יעצט אין אוקריינא איז (נאך דערווייל) אביסל אנדערש, ווייל עס איז א געהעריגע מלחמה געבויעט אויף מאכט און פאליטיק צווישן צוויי לענדער און נישט קיין פארטיליגונג פון א פאלק / ראסע / גרופע, דעריבער האלט איך נישט אז מיליטערישע מאכט דארף זיין די ענטפער. אבער די שוואכקייט איז ממש שרייענד!
ווען פוטין האט אינוואדירט קריימיע און פרעך גע'טענה'ט אז ס'איז נישט עם... און נאכדערצו דערנאך אראפגעשאסן א ציווילע פליגער (אפי' אויב בטעות) און די וועלט האט "גארנישט געטוען" האב איך שוין דאן איינגעזען ווי אין דער ערד די מערב וועלט איז.
ווי זענען געווען די ערענסטע סאנקציעס וועלכע האבן געזאלט אפשרעקן פוטין פון ווייטער גיין און אנדערע פון נאכטוען? פארוואס האט נישט די מערב וועלט אפגעהאקט נאנטע באציאונגען מיט זיי? פארוואס נישט אוועקנעמען מערב וועלט טעכנאלאגיע פון רוסלאנד (ווי טראמפ האט געטוען צו כינע)?
אפי' יעצט האט די וועלט אגאנצן צייט נאר געזאגט אז "אויב / ווען רוסלאנד גייט אינוואדירן, דאן גייט קומען קאנסעקווענצן". אהא, הייסט אקט פון אגרעסיעס / מלחמה איז אקעי? האט מען זיך נישט אויסגעלערנט אז פון אפיעזן (appease) אן אגרעסאר קומט מען אין ערגעץ נישט אן?
דאס איז אויך א לעקציע פאר'ן פריוואטע לעבן; קיינער (חוץ נאנטע משפחה און 'אמת'ע פריינט) גייט נישט ארויסגיין פון זייער קאמפארט זאנע / גיין קעגן זייער אינטערעסן פאר דיר! ברגע האמת איז יעדער פאר זיך.
צוריק צו געלט און כבוד.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
טאמבל סאס האט געשריבן:די אוקראייאינער האבן גענוג פון אונז געהרגט. יעצט זאלן זיי אביסל שלעק כאפן..
טאמבל סאס: דאס איז אויך אמת. מיין הארץ בלוטיגט נישט צו שטארק פאר זיי. נאכמער. פוטין האט געניצט אט דעם תירוץ פאר 3 יאר צוריק ווען ער האט אינוואדירט די אנדערע חלק פון אוקראינע. אז ער שיקט אריין זיין מיליטער כדי צו באשיצן די אידן פון אנטיסעמיטיזם אין אוקראינע...!
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
פאליטיקאנט האט געשריבן:דאס האב איך שוין לאנג צוריק איינגעזען.
נאך די האלאקאוסט איז געווען א ריזיגע 'מאוומענט' "נעווער עגעין" וועלכע האבן קאמפיינט און מכלומר'שט געטוישט וועלט פאליסיס צו זיכער מאכן אז די 'וועלט' גייט נישט צולאזן נאכאמאל קיין דשענאסייד.
למעשה האבן זיי גארנישט אויפגעטאן און צענדליגע דשענאסיידס זענען פארגעקומען אין די לעצטע זעכציג יאר בשעת די וועלט האט איינגענומען א שווייגעניש.
באסניע, קאמבאדיע, און רוואנדע זענען בלויז פון די מער באקאנטע, סאדאם כוסעין האט אפגע'שחט'ן טויזענטער און די וועלט האט זיך נישט געמישט ביז ווילאנג עס האט זיי נישט אפעקטירט.
בלויז א קנאפע זעקס יאר צוריק האט אייסיס געמארדעט אין די מאסן און קיינער האט זיך נישט געמישט ביז עס האט געשטערט די אייגענע אינטערעסען.
יעצט אין אוקריינא איז (נאך דערווייל) אביסל אנדערש, ווייל עס איז א געהעריגע מלחמה געבויעט אויף מאכט און פאליטיק צווישן צוויי לענדער און נישט קיין פארטיליגונג פון א פאלק / ראסע / גרופע, דעריבער האלט איך נישט אז מיליטערישע מאכט דארף זיין די ענטפער. אבער די שוואכקייט איז ממש שרייענד!
ווען פוטין האט אינוואדירט קריימיע און פרעך גע'טענה'ט אז ס'איז נישט עם... און נאכדערצו דערנאך אראפגעשאסן א ציווילע פליגער (אפי' אויב בטעות) און די וועלט האט "גארנישט געטוען" האב איך שוין דאן איינגעזען ווי אין דער ערד די מערב וועלט איז.
ווי זענען געווען די ערענסטע סאנקציעס וועלכע האבן געזאלט אפשרעקן פוטין פון ווייטער גיין און אנדערע פון נאכטוען? פארוואס האט נישט די מערב וועלט אפגעהאקט נאנטע באציאונגען מיט זיי? פארוואס נישט אוועקנעמען מערב וועלט טעכנאלאגיע פון רוסלאנד (ווי טראמפ האט געטוען צו כינע)?
אפי' יעצט האט די וועלט אגאנצן צייט נאר געזאגט אז "אויב / ווען רוסלאנד גייט אינוואדירן, דאן גייט קומען קאנסעקווענצן". אהא, הייסט אקט פון אגרעסיעס / מלחמה איז אקעי? האט מען זיך נישט אויסגעלערנט אז פון אפיעזן (appease) אן אגרעסאר קומט מען אין ערגעץ נישט אן?
דאס איז אויך א לעקציע פאר'ן פריוואטע לעבן; קיינער (חוץ נאנטע משפחה און 'אמת'ע פריינט) גייט נישט ארויסגיין פון זייער קאמפארט זאנע / גיין קעגן זייער אינטערעסן פאר דיר! ברגע האמת איז יעדער פאר זיך.
צוריק צו געלט און כבוד.
א. נישט נאר סאדאם כועסין האט געהארגעט מענטשען נאך די קריג נאר די פרייע אמעריקע גאר האט פונקט אזוי געהארגעט מענטשען אין איראק, אפגאניסטאן, וויעטנאם וכו׳ וכו׳
ב. וואס קען אמעריקע טוהן יעצטס למעשה? אריינגיין אין מלחמה מיט רוסלאנד מיינט “א דריטע וועלט מלחמה”.
ג. פארוואס פארלאנגט יעדער אז אמעריקע זאל אייביג זיין די פאליס פון די וועלט? ווייל אונז האבן די מערסטע געלט? אונז קענען נישט עדיוקירן די יונגען, נישטא קיין געלט פאר העלטקעיר פאר די אלטע, ניטאמאל פאר די פארוואונדערטע סאלדאטן פון די פריערדיגע מלחמות קענען אונז געהריג קעיר נעמען, זאלן מיר ווייטער גייען אין א מלחמה ווייל א לאנד אין די אנדערע זייט וועלט,
טויזנטער מיילן אוועק פון אונז האט אטאקירט א צווייטע לאנד? וואס עפעס? ווען דיין קינד זאל יעצט זיין אין די אמעריקאנער ארמיי וואלסטו געוואלט אז מזאל פארדעם איינשטעלן זיין לעבן?
וואס עפעס אמעריקע? ער האט אונז נישט אטאקירט (חוץ מיט cyber attacks) און ער פלאנט אונז נישט לכאורה צו אטאקירן.
אפשר זאל אייראפע יעצט מלחמה האלטן מיט אים זיי זענען נענטער. סאיז נישט אמעריקע׳ס פראבלעם. סאיז א פראבלעם פאר די גאנצע פרייע וועלט. און די איינציגסטער וועג איז נאר סאנקציעס. אז איינער טשעפעט א צווייטע לאנד און איז אגרעסיוו וועלן מיר נישט מאכן קיין ביזנעס מיט זיי, אבער הייס געווער, שיקן אונזערע סאלדאטן אין א שלאכטפעלט קעגן די רוסישע בער? נישט קיין גוטע עצה.
ד. דאס געשעהט ווען א מדינה לאזט צו אז די גאנצע מאכט זאל בעלבאטעווען איין מענטש און אלעס זאל זיך פירן לויט זיין גוסטע...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אין אמתן אריין פארוואס דארף פוטין אוקריינא, א ארימע צוריקגעשטאנענע לאנד?
נאר די היינטיגע רוסן זענען נישט מוחל פארן צונעמען אוקריינא פון די מוטער-רוסלאנד. די אנדערע דרייצן לענדער זענען זיי מוחל, אוקריינא קוקן זיי אן ווי סאיז ממש רוסלאנד, און ווי unfinished business.
פאר מעהר זעהט די קליפ:
https://m.youtube.com/watch?v=VF0IuCGO6Yc
נאר די היינטיגע רוסן זענען נישט מוחל פארן צונעמען אוקריינא פון די מוטער-רוסלאנד. די אנדערע דרייצן לענדער זענען זיי מוחל, אוקריינא קוקן זיי אן ווי סאיז ממש רוסלאנד, און ווי unfinished business.
פאר מעהר זעהט די קליפ:
https://m.youtube.com/watch?v=VF0IuCGO6Yc
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
שבת אחים האט געשריבן:.אפשר זאל אייראפע יעצט מלחמה האלטן מיט אים זיי זענען נענטער. סאיז נישט אמעריקע׳ס פראבלעם. סאיז א פראבלעם פאר די גאנצע פרייע וועלט, און די איינציגסטע וועג איז נאר סאנקציעס. אז איינער טשעפעט א צווייטע לאנד און איז אגרעסיוו וועלן מיר נישט מאכן קיין ביזנעס מיט זיי, אבער הייס געווער, שיקן אונזערע סאלדאטן אין א שלאכטפעלט קעגן די רוסישע בער? נישט קיין גוטע עצה.
סאנקציעס האט נאך קיינמאל נישט געהאלפן, אז די מערב וועלט זאל זיך אריינמישן מיליטעריש, איז די איינציגסטע לעזונג צו די קריזיס, און טאקי רוב 'אמעריקאנער' עגריען מיט @שבת אחים און ווילן נישט אז אונז זאלן שיקן אונזערע זעלנער אהין, סאנקציעס אליין גייט נישט און קען נישט העלפן, סייבער אטאקעס אפשר.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
נישט ממש [tag]שבת אחים[/tag]. זיי דארפן [ווארימע] לאנד. רוב רוסלאנד איז אנהאביטאבל. נישט אוממעגליך אבער גאר הארשע וועטער. זע לינק https://www.rbth.com/lifestyle/333980-p ... ia-density
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
שבת אחים האט געשריבן:א. נישט נאר סאדאם כועסין האט געהארגעט מענטשען נאך די קריג נאר די פרייע אמעריקע גאר האט פונקט אזוי געהארגעט מענטשען אין איראק, אפגאניסטאן, וויעטנאם וכו׳ וכו׳
ב. וואס קען אמעריקע טוהן יעצטס למעשה? אריינגיין אין מלחמה מיט רוסלאנד מיינט “א דריטע וועלט מלחמה”.
ג. פארוואס פארלאנגט יעדער אז אמעריקע זאל אייביג זיין די פאליס פון די וועלט? ווייל אונז האבן די מערסטע געלט? אונז קענען נישט עדיוקירן די יונגען, נישטא קיין געלט פאר העלטקעיר פאר די אלטע, ניטאמאל פאר די פארוואונדערטע סאלדאטן פון די פריערדיגע מלחמות קענען אונז געהעריג קעיר נעמען, זאלן מיר ווייטער גייען אין א מלחמה ווייל א לאנד אין די אנדערע זייט וועלט,
טויזנטער מיילן אוועק פון אונז האט אטאקירט א צווייטע לאנד? וואס עפעס? ווען דיין קינד זאל יעצט זיין אין די אמעריקאנער ארמיי וואלסטו געוואלט אז מזאל פארדעם איינשטעלן זיין לעבן?
וואס עפעס אמעריקע? ער האט אונז נישט אטאקירט (חוץ מיט cyber attacks) און ער פלאנט אונז נישט לכאורה צו אטאקירן.
אפשר זאל אייראפע יעצט מלחמה האלטן מיט אים זיי זענען נענטער. סאיז נישט אמעריקע׳ס פראבלעם. סאיז א פראבלעם פאר די גאנצע פרייע וועלט. און די איינציגסטער וועג איז נאר סאנקציעס. אז איינער טשעפעט א צווייטע לאנד און איז אגרעסיוו וועלן מיר נישט מאכן קיין ביזנעס מיט זיי, אבער הייס געווער, שיקן אונזערע סאלדאטן אין א שלאכטפעלט קעגן די רוסישע בער? נישט קיין גוטע עצה.
ד. דאס געשעהט ווען א מדינה לאזט צו אז די גאנצע מאכט זאל בעלבאטעווען איין מענטש און אלעס זאל זיך פירן לויט זיין גוסטע...
דעי טענה האט מען זיך שוין אויסגעלערנט פון היסטארי איז נישט קיין גוטע טענה און צווייטענס ווען אוקריינא איז ווען אין נאטא וואלסטו יא פארשטאנען אז אמעריקא דארף אריינגיין?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
פאר וועם?
כ'האב נישט געוואלט עפענען א באזונדערע אשכול, לייג איך עס אהער.
און 'פוטין' האט ענדליך אויסגעפירט, דאס וואס די 'מערב וועלט' שרייט שוין פאר א חודש אז ער גייט טון, נעמליך אינוואדירן, און אפשר אויך איינעמען 'אוקריינע', די לופט באמבעדירונגען האבן זיך אנגעהויבן און די פארטאגס שעה'ן דארט, און האט נאכגעפאלגט מיט אן ערד אינוואזיע, און די מלחמה גייט אן מיט'ן פולן קראפט.
יעדע זאך וואס פאסירט אין די וועלט, ברענגט מיט די אידישע אספעקט און אידישע בליק אויף די געשעהעניש, איז פארוועם דארפן די אידן האפן אין די קאנפליקט, ווער איז בעסער פאר אחינו בני ישראל, די גראדע תירוץ איז, שטילקייט, ווען ס'נישטא קיין געשלעגן אוו עס איז רואיג, דאן איז די געשמאק'סטע פאר יעדעם איינעם, און דעריבער אויך פאר אונז אידן, אבער יעצט אז די שלאכטן זענען שוין און פולן קראפט, די פולווער, נישט נאר וואס מ'שמעקט עס, מ'פילט עס שוין אויף די ביינער, די קאנאנען, טאנקען, און הארמאטן שיסער, זענען שוין געלאזט געווארן אין גאנג, פאר וועם?
די ערשטע איז פאר אונזערע ברודער'ס אויף ביידע זייטן פון די פראנט, און אויף אונזערע געשוויסטער פון 'אוקריינע', וואס ווערן אטאקירט, זיי דארפן אונזערע תפילות, אונזערע צדקות, און אונזערע מעשים טובים פאר א זכות, צו געראטעוועט ווערן, כיון שנתנה רשות להשחית...
יא, 'פוטין' איז אן אגרעסיווער דיקטאטור, און א פראפעסיאנאלע מאפיאנער און מערדער וואס ברענגט אונטער זיינע שונאים איינס צוויי, יא 'זעלענסקי' איז גערעכט אז מ'האט אים אוועקגעכאפט דער 'קריימיער האלב אינזל' שוין אין 14', און ער איז דער נרדף דא, אבער העולם נברא אלא בשבילי, און פאר כלל ישראל, ווער איז בעסער פאר אונז? די רוסן, מ'טאר קיינמאל נישט פארגעסן וויפיל טויזענטער אידן זיי האבן אפגעהארגעט בגשמיות, און נאכמער ברוחניות, סיי אונטער די צאר'ן ימש''ם, און סיי אונטער דער אכזר נורא 'סטאלין' ימ''ש, אבער היינט הערשט דארט דעמאקראטיע, לגבי אידישקייט, ביז ווי לאנג מ'פארטשעפעט זיך נישט מיט'ן פירער 'פוטינ'ען גייט אידישקייט אן מיט די פולסטע שטארקייט, ס'וואקסט און ס'בליט הפצה חב''דסקע סטייל, ימה קדמה וצפונה ונגבה, האט 'פוטין' און זיינע רוסישע פויערן ליב דעם איד, לכאורה נישט, אבער ס'הערשט נישט קיין שנאת ישראל אפיציעל.
אריבער די גרעניץ קיין 'אוקריינע', איז ווידער, מ'טאר קיינמאל נישט פארגעסן די בלוט פון די טויזענטע קדושים וטהורים וואס די אוקריינע רוצחים האבן אויסגעשאכטן, דורכאויס די יארן, צו די צווייטע וועלט מלחמה, ווי די אוקריינער זענען געווען אקטיווע שותפים מיט די פארשאלטענע נאציס ימ''ש, צו זאל עס זיין די ביטערע גזירת ת''ח ות''ט, ווי דער אוקריינער גוי איז אויפגעשטאנען מיט א ציל להשמיד ולהרוג את כל היהודים, און אויסגעריסן גאנצעטע שטעט און קהילות, פעסט פארווערד אפאר הונדערט יאר שפעטער, און די תש''פ יארן, יא ס'נישט איינגעשריבן אינעם געזעץ אז מען מוז פיינט האבן דעם איד, אבער ווער עס איז שוין דארט געווען, ווייסט אז די אוקריינער אנאלפאבעטן זענען די גרעסטע אנטיסעמיטן אויף די אייראפע'שע קאנטינענט, איין חוץ איז דא, די מוסלומענער וואס האבן אינוואדירט אייראפע די לעצטערע יארן, אלס פליטים, אחוץ זיי, שטייט דער קיעוו'ער קאזאק אויפ'ן אויבן אן מיט א פעסטקייט.
נאך מער פון דעם, די איינציגסטע אזויגערופענע ציוויליזירטע לאנד אויפ'ן כדור הארץ, וואס האט אויף זייער וואלוטע די פנים פון איינע די גרעסטע אידן מערדער'ס איז 'אוקריינע', ווי 'בוגדאן כמעלנעצקי' שר''י פנים פיגורירט אויפ'ן 5 באנקנאט, און נישט נאר דארט, דער רשע איז די העלד מיט די ''ה'' הידועה אין די בלוט דורכגעווייקטע לאנד, צענדליגע געסער טראגן זיין נאמען, א שטאט נאך אים, הונדערטער סטאטוען און שיפן, א נאציאנאלע האלידעי פאר אים, און וואס נישט.
אזאנס אז א מדינה זאל שטאלצירן מיט איינע פון די גרעסטע אידן פיינט, דאס איז א מעסער אין די רוקן פון די היינטיגע יודנטום, און דעריבער, ניין, ס'קומט זיך זיי נישט מיין סימפאטיע, קיין איין ברעקל.

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
שבת אחים האט געשריבן:א. נישט נאר סאדאם כועסין האט געהארגעט מענטשען נאך די קריג נאר די פרייע אמעריקע גאר האט פונקט אזוי געהארגעט מענטשען אין איראק, אפגאניסטאן, וויעטנאם וכו׳ וכו׳
ב. וואס קען אמעריקע טוהן יעצטס למעשה? אריינגיין אין מלחמה מיט רוסלאנד מיינט “א דריטע וועלט מלחמה”.
ג. פארוואס פארלאנגט יעדער אז אמעריקע זאל אייביג זיין די פאליס פון די וועלט? ווייל אונז האבן די מערסטע געלט? אונז קענען נישט עדיוקירן די יונגען, נישטא קיין געלט פאר העלטקעיר פאר די אלטע, ניטאמאל פאר די פארוואונדערטע סאלדאטן פון די פריערדיגע מלחמות קענען אונז געהריג קעיר נעמען, זאלן מיר ווייטער גייען אין א מלחמה ווייל א לאנד אין די אנדערע זייט וועלט,
טויזנטער מיילן אוועק פון אונז האט אטאקירט א צווייטע לאנד? וואס עפעס? ווען דיין קינד זאל יעצט זיין אין די אמעריקאנער ארמיי וואלסטו געוואלט אז מזאל פארדעם איינשטעלן זיין לעבן?
וואס עפעס אמעריקע? ער האט אונז נישט אטאקירט (חוץ מיט cyber attacks) און ער פלאנט אונז נישט לכאורה צו אטאקירן.
אפשר זאל אייראפע יעצט מלחמה האלטן מיט אים זיי זענען נענטער. סאיז נישט אמעריקע׳ס פראבלעם. סאיז א פראבלעם פאר די גאנצע פרייע וועלט. און די איינציגסטער וועג איז נאר סאנקציעס. אז איינער טשעפעט א צווייטע לאנד און איז אגרעסיוו וועלן מיר נישט מאכן קיין ביזנעס מיט זיי, אבער הייס געווער, שיקן אונזערע סאלדאטן אין א שלאכטפעלט קעגן די רוסישע בער? נישט קיין גוטע עצה.
ד. דאס געשעהט ווען א מדינה לאזט צו אז די גאנצע מאכט זאל בעלבאטעווען איין מענטש און אלעס זאל זיך פירן לויט זיין גוסטע...
יא יא,
פינקט דאס האט טשעמבערלעין געטענה'ט ווען היטלר האט איינגענימען עסטרייך און טשעכסלאוואקיע, אינז אלע ווייס מיר וויאזוי די מעשה האט זיך געענדיגט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא
@שבת אחים כ'האב קיינמאל פארגעשלאגן מיליטערישע לעזונגען, כ'רעד פון עקאנאמישע סאנקציעס און אפשר סייבער אטאקעס.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
עהעם, א שיינער חלום. דער סי איי עי האלט פין ווייטער פין זיי. זיי מאכן נישט קיין גניבות, אבער זיי זענען ביי יעדן אין קאמפיוטער און סמארט פאן. אפילו די פליפ פאנס. זיי קענען זיך אינטערהערען און אריין קוקען אין יעדעס קאמפיוטער.
די רוסישע חברה נוצען טאקע נישט ווינדאס, אדער אנדערע אמעריקאנער סיסטעמס, ווייל זיי ווייסן דאס.
זיי זענען געהעריגע פאראזיטן וואס קענען אביסל גנב'נען, אבער צו זאגן אז זיי זענען ווייטער ווי אמעריקא אין טעכנעלאגיע פאסט נישט פאר אייך.
די רוסישע חברה נוצען טאקע נישט ווינדאס, אדער אנדערע אמעריקאנער סיסטעמס, ווייל זיי ווייסן דאס.
זיי זענען געהעריגע פאראזיטן וואס קענען אביסל גנב'נען, אבער צו זאגן אז זיי זענען ווייטער ווי אמעריקא אין טעכנעלאגיע פאסט נישט פאר אייך.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
צדיק, טשעמבערליין איז נישט אמעריקע, נאר ענגלאנד וואס איז אין אייראפע.
נו? איך זאג אז ענגלאנד, פראנקרייך, איטאליע, דייטשלאנד, האבן טאקע א גרויסע פראבלעם און זיי זאלן גייען אין מלחמה אריין!
אמעריקע דארף יעצט לויפן אין מלחמה אריין יעדע שני וחמישי מיט יעדער איינער וואס טשעפעט זייערע שכנים אין די אנדערע עק וועלט? אלעס וועגן טשעמבערליין?
איך בין נאר נייגעריג צי דו ביסט גרייט מארגן זיך איינצושטעלן דיין לעבן, אדער די לעבן פון דיין קינדער יעדער מאל עפעס א דיקטעטאר אין די אנדערע עק וועלט מאכט א הויכע נפיחה?
די אלע וואס שרייען אייביג די העכסטע אז מ׳דארף גייען אין מלחמה האבן קיינמאל נישט קיין קינדער אין די ארמיי. ביי די איראקער מלחמה איז נישט געוועהן דאכצעך אפילו איין איינציגסטער פון די קאנגערסלייט וואס האט געשיקט זיינע קינדער אין ארמיי. נאר זיי שיקן ארימע שווארצע זאלן מלחמה האלטן פאר זיי.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
קהל'ס נער האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:די אוקראייאינער האבן גענוג פון אונז געהרגט. יעצט זאלן זיי אביסל שלעק כאפן..
די פראבלעים איז נישט אז די אוקראינה'ר רוצחים כאפן פעטש, די פראבלעים איז אז פוטין נעמט איבער די וועלט.
איינגענומען די וועלט?
ער איז שוין אויפן בענקל בערך דרייסיג יאהר. רוסלאנד האט פארלוירן 14 לענדער. און ער האט דערווייל צוריק גענומען צוויי קליינע טעריטאריעס, א קליינע חלק פון גרוזיע, און Crimea וואס באלאנגט טאקע פאר רוסלאנד, און רוב מענשטען דארטן ווילן אז סזאל זיין רוסלאנד.
דאס הייסט איינגענומען די וועלט?
ער האט נישט קיין שום חלום איינצונעמען די וועלט. ער איז קלוגער פון דעם, נישט אפילו זיכער אויב ס’גייט אים געלונגען צונעמען אוקריינא. ער פלאנט נישט צונעמען עסטרייך, דייטשלאנד, בעלגיע, ענגלאנד וכו׳
און אויב גייט ער יא ווייטער דארף מען אים טאקע אפשטעלן. איך פרעג נאר פארוואס איז אייביג אמעריקע די פאליס פון די וועלט? די אנדערע לענדער האבן נישט קיין ארמיי? נאטא האט nuclear וואפן האט פראנקרייך געזאגט די וואך. נא? זאלן זיי גייען אין מלחמה. וואס עפעס אמעריקע?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא
שבת אחים האט געשריבן: נאר זיי שיקן ארימע שווארצע זאלן מלחמה האלטן פאר זיי.
מיין פראבלעם מיט ליבעראלן איז אז כאטש אסאך מאל איז די טענות גאנץ צו דער זאך, דאך וועלן זיי אלס אריינווארפן עפעס אן אנדערע אגענדע וואס הייבט נישט אן מאכן סענס.
נאך א משל איז דשאן קערי היינט מיט זאגן אז ער איז באזארגט אז די אוקריינא קריזיס גייט אוועקנעמען די וועלט'ס פאקוס פון די גלאבאלע אנווארעמונג אישו.