בלאט 1 פון 1

הויכע שכר לימוד פרייזן?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:22 pm
דורך real jew
אין אלגעמיין זענען די וויליאמסבורגער מוסדות אסאך ביליגער ווי די בארא פארקער. ווי אזוי קען א מוסד אנגיין מיט $700 ווייניגער פער קינד ווי א ענליכער מוסד קעגן איבער די גאס? איז עס די הכנסה פין פלייש, מצות, שמחה זאלן וכדו', אדער די טיפע טאשן פון די הנהלה?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 4:26 pm
דורך קלאר
די וויליאמסבורגע מוסדות
פאנדרעיזן אסאך מער נדבות פאר סאם ריזאן
אין צאלען ווייניגער פאר די איינגעשטעלטע ווי די ב''פ מוסדות

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 4:54 pm
דורך קלאר
אז די וועסט קוקען וועסטו זעהן
ווי פרום די מוסד איז אלס ביליגער איז די שכ''ל אין אלס ווייניגער צאלט מען די מלמדים
וויליאמסבורג, קרית יואל אין שיכון סקווירא זענען די ביליגסטע
אין אפי' אין וויליאמסבורג זענען די מער פרומע ביליגער ווי די מער אהערגעשטעלטע
טשעק די פרייזן פין סאטמאר/סאטמאר אין קאמפער עס מיט די אנדערע אהערגעשטעלטע
בארא פארק איז טייערער, - אבער די פרומע פין ב''פ זענען נאך אלס ביליגער פין די אהערגעשטעלטע אין וויליאמסבורג
פלעטבוש איז אסאך טייערער
אא''וו
שטעלטס ענק פאר ווען די מאדערנע אידן זאלען האבען 10 קינדער עס וואלט זיי געקאסט 8000 א חודש שכ''ל אלייןס

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 2:16 pm
דורך דולה ומשקה
אז די אידן האבען לכל הפחות 6 קינדער מיינט דאס $25,000 א יאר מיט קעמפ והמסתעף,
דער מוסד באקומט $5000 פער יאר פער קינד.
וואלט דער שכר לימוד געוועהן נאך העכער ווען נישט דער גרענט?

אין ווען יא וואלטן מיר אלע דאס טאקע געקענט צאלן? זיכער אז נישט.