בלאט 1 פון 3

וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 6:30 pm
דורך שמעקעדיג
איז מאדנע אז איך קוק אן די דרשו סיומים סענזאציע ווי איבערגעטריבן?

דאנט געט מי ראנג. איך שעץ און רעספעקטיר די לומדי תורה ביז גאר, די וועלט שטייט דאך אויף תורה ואין לו להקב"ה אלא ד' אמות של הלכה. איך בין אויך גאר דאנקבאר פאר די מייסדי דרשו, ווי הרב האפנשטאטער וכדו', זיי האבן זיכער געמאכט א געוואלדיגע פאזיטיווע מהפכה ביי כלל ישראל, אריינגעברענגט תורה, סיפוק, אין א ריזיגע חלק כלל ישראל, אשרי חלקם!

איך בין אויך מסכים אז מען דארף מאכן א שיינע סיום ווען מען דערגרייכט א ציל, סיי איינצוקעשן דעם גוטן געפיל, און דאס גיט א שיינע שטופ אויף ווייטער אויך, סיי אויף די יעצטיגע לומדים און ברענגט אויך אריין פרישע הייליגע אידן צו לערנען און מקיים זיין די תורה.

אבער עפעס שטערט מיך, איך קען עס נישט גענוי אנטאפן. די איבערגעטריבענע פראפעגאנדע ארום די וועלט, די באמבאסטישע פלאקאטן און עדס אין אלע אויסגאבעס, דאס בלאזן, מאכן אבנארמאלע מעמדים, איז שוין לדעתי אביסל ארויס פון יעדן נארמאלע גדר.

איך געדענק יארן צוריק איז געווען א סדר משנה ברורה וואס מען האט געקענט ענדיגן יעדע יאר – עס איז ארומגעגאנגען א לוח פון שמחת תורה ביז שמחת תורה, און אסאך מענטשן האבן מסיים געווען גאנץ משנה ברורה דורך די פראגראם, און קיינער האט נישט איבערגעדרייט די וועלט.

אפשר קען זיין אז אין היינטיגן דור דארף מען דאס האבן, אז מען מאכט שוין יא פאזיטיווע שינויים און שיינע פראגראמען אין כלל ישראל, איז דאך דאס די ריכטיגע שמחה של מצוה, עבידנא יומא טבא לרבנן זאל זיין אויפן מערסט-באמבאסטישן אופן וואס שייך, און זאלן די צעירי הצאן וואס ווערן איבערגענומען פון יעדע נארישע מגושמ'דיגע עדווערטייזמענט אביסל ענדזשויען א שמחה פון תורה?

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 6:33 pm
דורך קלוגע יודל
איך קוק עס אן ווי א פיינע כשר'ע קאנסערט.
עס ברענגט אויף ארויף די כבוד התורה

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 6:52 pm
דורך שמעקעדיג
העניך, דו דערמאנסט מיך טאקע, כ'געדענק יענע אשכול. איך טראכט אז פאר א סיום הש"ס מאכט טאקע מער סענס צו מאכן אזא מאסיווע מעמד, אבער נישט זיכער צו אויך פאר משנה ברורה.

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 8:02 pm
דורך קורקלענד
מיין פערספעקטיוו איז אז עס איז א זייער אינספירירענדע קאנצערט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 8:06 pm
דורך שמעקעדיג
העניך האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:העניך, דו דערמאנסט מיך טאקע, כ'געדענק יענע אשכול.

ס'איז נישט מסתבר אז דו האסט געזען דעם אשכול בשעתו, ווייל כ'זע נישט אז דו זאלסט עס האבן געלייקט...

מען דארף האבן שמירת עינים, נישט קוקן וואו מען דארף נישט :P

(איך האב יעצט איבערגעקוקט וואס האט מיר נישט געכאפט אין יענעם אשכול, זעה איך אז די צווייטע האלב איז פול מיט קריטיק... מסתמא וועגן דעם האב איך נישט געלייקט.)

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 8:09 pm
דורך שמעקעדיג
קורקלענד האט געשריבן:מיין פערספעקטיוו איז אז עס איז א זייער אינספירירענדע קאנצערט.

:lol: לץ

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 8:13 pm
דורך היכי דמי
איך זע נישט וואס עס פעלט אויס די גאנצע בלאזן פון דרשו. עס איז גענצליך איבריג. פון די אנדערע זייט פריי איך זיך אז די לומדים קענען אויך הנאה האבן פון א שיינע קאנצערט אויף א כשרע וועג.

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 8:17 pm
דורך כרם זית
איך האב נישט קיין מיינונג איבער די עצם סיום. אבער זאגן אז עס איז מחזק לומדי תורה, זע איך נישט. איינער וואס האלט ביים לערנען לערנט, און איינער וואס ליידער נישט, נישט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 28, 2022 8:53 pm
דורך קורקלענד
כרם זית האט געשריבן:איך האב נישט קיין מיינונג איבער די עצם סיום. אבער זאגן אז עס איז מחזק לומדי תורה, זע איך נישט. איינער וואס האלט ביים לערנען לערנט, און איינער וואס ליידער נישט, נישט.

על טעם ועל ריח, ס'איז יא מחזק לומדי תורה, און ווען זיי וואלטן געטוהן אזויווי העניך האט געזאגט וואלט עס געווען א פיל גרעסערע חיזוק.

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 12:33 am
דורך [NAMELESS]
עס קוקט אויס אז פאר ר' דוד האפשטעטער איז דאס וויכטיג, און איך פארגין דאס איהם בלב שלם. דער איד גיסט מיליאנען פאר לומדי תורה און - אזויווי יעדע געזונטע מענטש - ברויך ער באקומען סיפוק.

דווקא דעם סיום הש"ס שטערט מיר יא אביסל ווייל עס שטעלט אין שאטן די אגודה. די אגודה סיום איז גאר א וויכטיגע מעמד וואס איז מאחד בארדערליין ארטאדאקסן מיט חרדים, און מען שפירט זיך ווי איינס ווען עס קומט צו לימוד התורה. דער דרשו סיום האט נישט די מעלה און איז עקסלוסיוו חרדי'ש.

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 1:39 am
דורך תנחום
אין א"י הערט מען לעצטענס טענות אויף גראנדיעזע סיומים ווען מ'קען ווען געבן די געלט פאר די אברכים וואס עסן נישט קיין פלייש משבת לשבת.

איין ארטיקל יעצט געטראפן. דא

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 1:57 am
דורך קורקלענד
בינעך טאקע נייגעריג אויב יענער שרייבער אליינס שטיצט אזוי אבריכם מיט זיין איבעריג געלט....

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 11:05 am
דורך היסטאריע
איך מיין אז מען דארף געבען דער עולם ענטערטעינמענט חוץ א דינער לטובת א מוסד, מאך א סיום ווי מען קען גיין און הנאה האבען און נישט דארפען פילען שולדיג צו מען האט יא געגעבען גענוג אדער נישט.

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 7:38 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין מסכים מיט דיר אז סיומים דארף זיין, אבער די פראפעגאנדע קריכט אויף די נערוון באופן איום ונורא....

נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 10:34 pm
דורך קהל'ס נער
איך האב נישט קיין מיינונג אויף דעים, ווילאנג ער בעיט מיך נישט קיין געלט און צווינגט גארנישט ארויף אויף מיך.

באלד וועט נאך איינער עפענען א אשכול, "וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף קהל'ס נער, ער עסט אייערשפייז מיט קעטשאפ פאר פרישטאג"

דיסקלעימער: איך עס נישט קיין אייער שפייז מיט קעטשאפ פאר פרישטאג, כ'האב איינמאל געזעין ווי איינער טיט עס, און כ'האב (כמעט) געדארפט גיין פארן יארן אויף טראומה טעראפי.

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 9:47 pm
דורך דערהויבענע איד
איך האב אויך געטראכט אז אפשר טרייבט מען איבער, למעשה ווי קען איך אפילו טראכטן פון זאגן א ווארט קריטיק ווען מ'רעדט פון א איד ווי ר' דוד, וואס ער האט געמאכט א מפיכה וואס כמעט שאין כדוגמתו, און ער שטעלט זיך נישט אפ ב''ה.

(נאכמער פון א קאווע שטיבל פערספעקטיווו, קומט זיך אים קרעדיט פאר'ן האבן קאנפידענס און ריקן זאכן אין סיסטמינו המעטירה.)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 3:33 pm
דורך היכי דמי
טובי מאיר האט ארומגעשיקט א ראבא קאלל היינט אז מען טאר נישט גיין צו די היינט נאכטיגע קאנצערט (אזוי האט ער עס אנגערופן) אין א צייט וואס עס הערשט א מלחמה ווי אידן זענען אין א סכנה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 3:42 pm
דורך היכי דמי
איך וואונדער זיך ערענסט פארוואס די מוסדות'ן און רבנים קומען נישט ארויס מיט אן איסור קעגן אזא מעמד ווי היינט.

איך שעץ זייער דרשו, איך גיי היינט צום מעמד אי"ה, און איך גלייב אז איך וועל הנאה האבן. איך האב גארנישט קעגן דעם.

איך פרוביר זיך אבער אריינלייגן אין די קאפ פון די מענטשן וואס האבן געאסרט די שירה קומזיץ אין וויליאמסבורג חול המועד, אסר'ן יעדע חול המועד פלעי, פארוואס קוקן זיי אן די היינטיגע מעמד אנדערש?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 7:29 pm
דורך קהל'ס נער
היכי דמי האט געשריבן:איך וואונדער זיך ערענסט פארוואס די מוסדות'ן און רבנים קומען נישט ארויס מיט אן איסור קעגן אזא מעמד ווי היינט.

איך שעץ זייער דרשו, איך גיי היינט צום מעמד אי"ה, און איך גלייב אז איך וועל הנאה האבן. איך האב גארנישט קעגן דעם.

איך פרוביר זיך אבער אריינלייגן אין די קאפ פון די מענטשן וואס האבן געאסרט די שירה קומזיץ אין וויליאמסבורג חול המועד, אסר'ן יעדע חול המועד פלעי, פארוואס קוקן זיי אן די היינטיגע מעמד אנדערש?


ספר ישן מצאתי וכתוב שם: ווער ס'האט די מאה, האט די דעה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 8:01 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: נ"א...בשם הרה"ק מ'יארמא שליט"א... א ק-מיע העלפט אמאל. א מאה העלפט אייביג...!

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: זונטאג יוני 09, 2024 7:10 pm
דורך בן ישי

Re:

נשלח: זונטאג יוני 09, 2024 8:36 pm
דורך אלע צוזאמען
היכי דמי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 3:42 pm איך וואונדער זיך ערענסט פארוואס די מוסדות'ן און רבנים קומען נישט ארויס מיט אן איסור קעגן אזא מעמד ווי היינט.

איך שעץ זייער דרשו, איך גיי היינט צום מעמד אי"ה, און איך גלייב אז איך וועל הנאה האבן. איך האב גארנישט קעגן דעם.

איך פרוביר זיך אבער אריינלייגן אין די קאפ פון די מענטשן וואס האבן געאסרט די שירה קומזיץ אין וויליאמסבורג חול המועד, אסר'ן יעדע חול המועד פלעי, פארוואס קוקן זיי אן די היינטיגע מעמד אנדערש?
דארט האבן זיי נישט קיין קאנטראל, דא יא.

Re: וואס איז אייער פערספעקטיוו אויף די דרשו סיומים?

נשלח: זונטאג יוני 09, 2024 10:53 pm
דורך yn.NY