בלאט 1 פון 1
שד פין קיוב
נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 8:17 pm
דורך היסטאריע
עס איז דא א גאר געלונגענע פיילוט אין קיוב, וואס האט שוין אראפ געשאסן 21 עראפלאנען פין די רוסען.
היינט צו נעכטן איז געלונגען פאר די רוסן צו שיסן אויף זיין עראפלאן, ער האט עס געלאנדעט ברענידיג, און גלייך גענומען א צווייטער עראפלאן צו דער ארבעט.
נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 8:17 pm
דורך היסטאריע
נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 8:35 pm
דורך צוזאמגעדרייט
לויט ווי איך פארשטיי אוז דאס פאלטשע נייעס
נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 9:23 pm
דורך שמן למאור
די עולם דארף פארשטיין עפעס,
פינקט ווי ביי די רוסן איז דא פראפעגאנדע מאשינען וואס שפריצן ארויס שקרים וכזבים יומם ולילה, איז פינקט אזוי אויך דא די זעלבע פראפעגאנדע ביי די אוקריינער,
די פראבלעם איז, אז אין די צייט וואס די מערב וועלט מידיא לאכן אין די פויסטן פון די רוסישע לגיונות, (הגם אין רוסלאנד ווערט עס אפגעקויפט פאר גוט געלט)
קויפן זיי אבער יא אפ די אוקריינע שקרים, און באריכטן עס מיט אלע קאלירן,
ס'קען זיין אז זיי טוען עס בכוונה צו שטיפן די פראפעגאנדע מלחמה לטובת אוקריינע, אדער ווערן זיי פשוט פארבלענדעט ווייל זיי זענען אלע אויף די אוקריינע זייט, אזוי צו אזוי, דארף מען נעמען די אלע מעשיות מיט א גרעין פון זאלץ,
די דאזיגע מעשה פון די 'שד פון קיעוו' איז שוין יעצט אנגענומען צו זיין ווארשיינליך א פאלשע לאגענדע
Re: שד פין קיוב
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 12:40 am
דורך טמיר
אבער עס האט שוין אן אפיציעלע וויקיפידיע בלאט [emoji1] [emoji1]
Re: שד פין קיוב
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:11 am
דורך קלוגע יודל
עצי שטים האט געשריבן:די עולם דארף פארשטיין עפעס,
פינקט ווי ביי די רוסן איז דא פראפעגאנדע מאשינען וואס שפריצן ארויס שקרים וכזבים יומם ולילה, איז פינקט אזוי אויך דא די זעלבע פראפעגאנדע ביי די אוקריינער,
די פראבלעם איז, אז אין די צייט וואס די מערב וועלט מידיא לאכן אין די פויסטן פון די רוסישע לגיונות, (הגם אין רוסלאנד ווערט עס אפגעקויפט פאר גוט געלט)
קויפן זיי אבער יא אפ די אוקריינע שקרים, און באריכטן עס מיט אלע קאלירן,
ס'קען זיין אז זיי טוען עס בכוונה צו שטיפן די פראפעגאנדע מלחמה לטובת אוקריינע, אדער ווערן זיי פשוט פארבלענדעט ווייל זיי זענען אלע אויף די אוקריינע זייט, אזוי צו אזוי, דארף מען נעמען די אלע מעשיות מיט א גרעין פון זאלץ,
די דאזיגע מעשה פון די 'שד פון קיעוו' איז שוין יעצט אנגענומען צו זיין ווארשיינליך א פאלשע לאגענדע
ווי נישט ווי, זענען די רוסן מיט די אוקריינער פון די זעלבע טייג געקנאטן.
פראפעגאנדע קענען ביידע גוט
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 3:53 am
דורך פערינא
לעגענדא מופתים מעשות פון רוסישע און אוקריינישע רבי'ס. אוזי איז עס געבוירן געווארן.
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 8:21 am
דורך היסטאריע
לויט ווי איך פארשטיי איז עס יא אמת.
https://vm.tiktok.com/TTPdAdQaa9/
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 8:58 am
דורך פערינא
אט האט אליין געזאגט.
אויך איז עס א חוזק ממש, ווייל זי זאגט 21 פלעינס. ס'איז נישט מעגליך. אפילו וויקי זאגט נאר צען פליגערס.. און די Kiev Independent זאגט אז די טאטעל פליגערס פון רוסלאנד וואס איז געפאלן ביז היינט איז נאר 30. צוויי דריטעל ביי איין פיילעט? נישט מעגליך.
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 8:59 am
דורך תרמב
איך האב געזעהן א ווידיאו פון אן איזרעילי פעקט טשעקער ווי ער צונעמט אלע שמועות איבער דעם גאוסט פון קיעוו, ווי ער בלייבט אז ס’קען נישט זיין אמת.
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 12:11 pm
דורך שמן למאור
עס איז נישט געווארן אויפגעוויזן אויף זיכער אז עס איז פאלש, אבער עס שמעקט גאר שטארק פון פאלטשע פראפעגאנדע
די אנגעבליכע ווידיא ווי די 'שד' שיסט אראפ א פליגער, איז געווארן אויפגעוויזן אז עס איז פון א קאמפיוטער געים פון יארן צירוק
https://www.independent.co.uk/news/worl ... 24496.html
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 12:22 pm
דורך היסטאריע
אינטערעסאנט איז, אז יעדער איז שאקירט פין די שלמזלנות פין רוסלאנד. מען האט געמיינט אז מען רעדט פין א שנעלע בליץ קריג און שוין, דערווייל ניצט רוסלאנד נאר 75 עראפלאנען, און אוקריינא האט נאך עראפלאנען אין באנוץ. דער ערשטער זאך וואס רוסלאנד וואלט באדארפט צו טוהן איז אנולירן דער לופט מאכט פין אוקריינא.
צו מיר שמעקט עס פין קאראפציע פין אינעווייניג, כלומר, רוסלאנד סאלדאטן און העכערע אפיצירן פאלגן נישט אויס.
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 12:50 pm
דורך טריי סטעיט
נישט קיין חילוק ווי גרויס שטארק און מעכטיג א מיליטער איז, איז נאכאלץ נישט שייך צו געווינען איינס צוויי דריי אויב עס איז דא ווידערשטאנד. מען דארף נישט מער ווי קוקן ווי גוט די מלחמות זענען געגאנגען פאר אמעריקע וואו אימער. נאר ווילאנג עס גייט פאר א ערנסטע קריג וועלן ביידע זייטן פארלירן. מען קען משער זיין א מיליאן תירוצים פארוואס און פארווען. אפשר מיט די צייט וועט מען קענען בעסער פארשטיין.
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 2:20 pm
דורך היסטאריע
ווען אמעריקא האט איינגענומען סיי איראק סיי אפגאניסטאן האט עס נישט גענומען לאנג, און איז נישט געוועהן קיין שלימזל'דיגע געפירעכטס, און האט נישט פארלוירען 4000 סאלדאטן דער ערשטער וואך. זעהט אויס אז רוסלאנד איז נישט דער גרויסע לייב וואס מען מיינט ער איז.
Re: שד פין קיוב
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 4:58 pm
דורך אייער שפייז
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2022 7:59 pm
דורך היסטאריע
שטייט דארט אז די ווידעאס זענען פאלש, אבער דער מענטש קען זיין אמת. וכן נראה.
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2022 11:33 pm
דורך היסטאריע
https://vm.tiktok.com/TTPdDwpoFY/דער שד האבן באקומען א אפגרעיד, ער פארט א עפ 16.
פארשידענע קאמענטארן טענה'ן אז דער פילאטען ווערען טרענירט אויף א געוויסע עראפלאן און זיי קענען נישט טוישן צו אן אנדערע.
נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2022 4:42 am
דורך שמעקעדיג
היסטאריע האט געשריבן:אינטערעסאנט איז, אז יעדער איז שאקירט פין די שלמזלנות פין רוסלאנד. מען האט געמיינט אז מען רעדט פין א שנעלע בליץ קריג און שוין, דערווייל ניצט רוסלאנד נאר 75 עראפלאנען, און אוקריינא האט נאך עראפלאנען אין באנוץ. דער ערשטער זאך וואס רוסלאנד וואלט באדארפט צו טוהן איז אנולירן דער לופט מאכט פין אוקריינא.
צו מיר שמעקט עס פין קאראפציע פין אינעווייניג, כלומר, רוסלאנד סאלדאטן און העכערע אפיצירן פאלגן נישט אויס.
פארגעס אויך נישט אז אוקראינע באקומט כסדר פרישע וואפן, עראפלאנען און דראונס פון אנדערע לענדער.
נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2022 8:35 am
דורך היסטאריע
גאר שיין צו קענען צוקוקען ווי דער אמעריקאנער לינקע ציטערען פין פוטין אימת מוות, נישט וועלענדיג ארויסשיקן פוילישע עראפלאנען פין זייערע באזע, אויס מורא אז דער גרויזאמע פוטין וועט עס אננעמען כאילו אמעריקע איז אין מלחמה מיט רוסלאַנד. און וואס וועט זיין נאכדעם? גיי ווייס. אזעלכע ווימפס און נישטיגע פארשוינען.