האט מען דען א בחירה?
נשלח: דינסטאג מערץ 01, 2022 10:59 pm
איז מעגליך אז א מענטש זאל נישט האבן קיין בחירה, איך האב אלעמאל געוויסט אזוי, לב יודע מרת נפשו, יא ווי שטארק איך האב געוואלט זיין ערליך, בין איך דארך געפאלן, איך האב מיך ממש געשלאגן מיטן יצר הרע, כ'האב געפילט אז איך פשוט נישט קיין בחירה, ס'געקימען א פוינט ווי כ'האב פשוט אויפגעגעיבען, כ'האב קיינמאל חרטה געהאט פארן אויפגעיבען ווייל כ'האב געוויסט אז איך האב געטרייט די מערסטע וואס איך קען, און איך רעד נישט פון איין נסין, איך רעד פון יארן טאג איין טאג אויס, איך האב מיך אייביג געמיטשעט מיט "אין הקב"ה בא בטרוניא על בריותיו" קיין אפיקורוס האב איך נישט געוואלט זיין האב איך אלעמאל געטראכט "מסתם איז עס העכערע זאכן" איך בין געוועין רואיג אז אויף יענע וועלט וועל איך זאגן "אבינו שבשמים, ווער נאך ווי די ווייסט וויפיל איך האב מיך געשלאגען מיט מיין יצר הרע, און ער האט אלעמאל געווינען, איך האב נישט געהאט קיין בחירה, איך בין נישט שילדיג"
למעשה לערן איך היינט דף היומי און איך זעי א אינטערעסאנטע גמ'
כל העובר עבירה בסתר כאילו דוחק רגלי שכינה, איני, והאמר ר' אילעה אם רואה אדם שיצרו מתגבר עליו ילך למקום שאין מכירים אותו וילבש שחורים ויתעטף שחורים ויעשה מה שלבו חפץ, לא קשיא, הא דמצי כייף ליצריה הא דלא מצי כייף ליצריה.
זעי איך אז די גמ' איז מסכים מיט א מציאות פון "לא מצי כייף ליצריה" ער קען נישט דערדריקען זיין יצר הרע.
זאל עס זיין א חיזוק פאר יעדער וואס סטראגעלט מיט דעים און שלאגט זיך א אומזיגבארע מלחמה, זאלסט וויסן אז, ניין ביסט נישט קיין שייגעץ, ביסט א נערמאלע מענטש, און די האסט נישט קיין בחירה, גיי לעיב א פרייליך לעיבן.