בלאט 1 פון 1
ליל ששי געשעפט- סעלעבערטי טשיל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 2:34 pm
דורך קידוש
איך מיין אז די גאנץ נייע ליל ששי געשעפט אין מאנסי פארדינט אן עקסטרע אשכול,
פארקויפען טשולענט אין קוגעל דאנערשטאג נאכט איז בכלל נישט קיין נייע איידיע,
אבער דא איז גאנץ אנדערש,
אנגעפאנגען האט זיך עס גאנץ פשוט מיט צוויי היימישע יונגעלייט אין די דרייסיגער יארן האבען געפענט א סטאר בלויז פאר שבת מיט ריכטיגע עסן, שמאלציגע יאפטשיק, פעטיגע מארעך ביינער, זיסע מיירען, דיקע דעלי ראול וכו', (און געפעפערטע פרייזן)
עס איז גאנץ שנעל געווארען אויפגעכאפט,
לעצטענס האבען זיי גענומען א שטיקעל שיפט,
זיי האבן אנגעפאנגען זיך ארויפצוכאפען אויפען "טרענד" וואגן
אנגעפאנגען מיט מניח בקדושה עדס
נאכדעם שוטען ווידיאס ווי סעלעבערטיס זינגען ווי זיי עסן אין ליל ששי
יעצט זעה איך שמואלי אונגער גייט דארט ריעליסען זיין נייע סידי כחצות הלילה,
איך וויל חלילה נישט ארופרייסען די געשעפט. עס איז בלויז מיין אבזערוואציע וויאזוי א פשוטע דאנערשטאג טשולענט געשעפט איז געווארען די נייע סעלעבערטי טשיל ארט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 2:39 pm
דורך קידוש
.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 2:39 pm
דורך קידוש
..
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 2:42 pm
דורך קידוש
video
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 3:43 pm
דורך היכי דמי
גיי טשעק אויס די פלאץ דארנישטאג נאכט אחר חצות הלילה.
וואס דארט גייט נישט פאר.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 3:54 pm
דורך מיר'ער בחור
דוכט זיך מיר אז ער איז א קעיטעראר א גאנצע וואך און ווען ער האט געמאכט א נייע קיטשען האט ער שוין געעפנט א געשעפט צו די זייט אויך פאר דאנערשטיג-פרייטיג, די סטאר איז פארמאכט א גאנצע וואך.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 7:55 pm
דורך berlbalaguleh
קידוש: דאס אלעס איז זייער גוט...עד שינוסו הצללים...ביז ווען די רבנים וועללן זיך אויפוועקן (פון זייער נאכמיטאג שלאף) און ארויסקומען מיט גרויסע, שרייענדיגע קול קורא'ס וואו ס'וועט שטיין..."ותרגז בטננו"... זיי האבן בכלל א נערוועזן מאגן. על הפירצה נוראה בעירנו הקדושה אשר קמו כמה אנשי בליעל חוטאים ומחטיאים, והוסיפו חטא על פשע ופתחו מקום אסיפה לאנשים פוחזים ורקים ונקרא ..."ליל ששי געשעפט"...אשר שם מושב לצים. ומקום זימה ותועבה...! ע"כ אנו מזהירים בכל לשון של אזהרה שבל יהין איש (או אישה) לעבור בד' אמותיו של המקום המתועב הזה...! ולהשומעים יונעם. ותבוא עליהם ברכת טוב...!
מקום חתימה של מאה וחמישים רבנים, דיינים וראשי ישיבות...!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 11:07 pm
דורך לך לך
שיין ניגון ביים ליל שישי - מאטי+ידידים
https://youtu.be/XMjT-6EXOqE
נשלח: פרייטאג מערץ 04, 2022 4:05 pm
דורך יואליש
גאר שיין און טאלאנטפול. איין הערה.
זאג דעם אילאוויטש'ן אז ביי חסידישע אידן האבן מען מקפיד געווען צו זאגן אור החיים "הקדוש" (וכן מיט אלשי"ך הקודש, זוהר הקדוש און של"ה הקדוש).
נשלח: מוצ"ש מערץ 05, 2022 10:48 pm
דורך berlbalaguleh
יואל'יש: דו ביסט נישט גערעכט. מ'דארף זיך נישט צלמ'ען א יעדע מינוט. ביי א יעדן צווייטן ווארט. אזוי ווי די פרומע קאטאליקן. א יעדער ווייסט אז מ'זאגט אור החיים הקדוש. נאר ווען מ'זינגט א ניגון און ס'פאסט בעסער אריין אין די ווערטער מוז מען עס נישט אייביג זאגן..! דער בלאט און דער המספיק גאזעט האבן דעם מנהג. זיי קענען נישט שרייבן קיין 2 ווערטער אן זיך צלמ'ען 4 מאל נאך א יעדן ווארט. משלים פעלן נישט אויס א יעדער ווייס וואס מ'מיינט...!
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 4:54 am
דורך קויפער
Coming soon
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 9:55 am
דורך טאמבל סאס
שוין יעצט דארף איך שוין שרייען אויף די גאסן דאנערשטאג אויכעט. און מסתמא אויך דערמאנען די בעבלעך און גאלערעטע ביי ליל-שישי רעסטאראנט..
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 10:28 am
דורך יואליש
berlbalaguleh האט געשריבן:יואל'יש: דו ביסט נישט גערעכט. מ'דארף זיך נישט צלמ'ען א יעדע מינוט. ביי א יעדן צווייטן ווארט. אזוי ווי די פרומע קאטאליקן. א יעדער ווייסט אז מ'זאגט אור החיים הקדוש. נאר ווען מ'זינגט א ניגון און ס'פאסט בעסער אריין אין די ווערטער מוז מען עס נישט אייביג זאגן..! דער בלאט און דער המספיק גאזעט האבן דעם מנהג. זיי קענען נישט שרייבן קיין 2 ווערטער אן זיך צלמ'ען 4 מאל נאך א יעדן ווארט. משלים פעלן נישט אויס א יעדער ווייס וואס מ'מיינט...!
"מ'דארף" איז גאר א שטארקע ווארט. מ'דארף בכלל נישט פארלערנען אור החיים הקדוש בשעת די קאלעקטיווע אנ"ש נעמט אויף עטליכע פונט אין דייאמיטאר און עטליכע גראם קאלעסטעראל פלעק אין די אדערן ביי וועכענטליכע ליל שישי טשיל. ווארשיינליך קומט דאס זעלטן פאר.
כ'בין נישט אויסן צו איינטיילן איימיצער וואס צו טוהן. כ'שלאג סך הכל פאר א קריטיק איבער די אוטענטישקייט פון די קונסט.
אויב ווילסט אהערשטעלן קונסט וואס איז משדך די היינטיגער אינגערמאן'ס טשיל קולטור מיט די ריכטיגע חסידישע געפיל, נאדיר א דעטאל וואס קען צוגעבן צו די אוטענטישקייט פון די חסידישע זייט. די גאלע און די מארעך האבן זיי געשילדערט אוטענטיש, מעגליך ווייל דאס קענען זיי פון דער נאנט.
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 2:36 pm
דורך berlbalaguleh
יואל'יש: דו וועסט נישט זעהן קיין 60 יעריגע אידן, בעלי בכי אין די ליל ששי געשעפטן. זיי פארברענגען א ליל ששי לערנענדיג די פ' השבוע מיט אור היים הקדוש. און די אנדערע מפרשים פון די מקראות גדולות חומשים. דאס איז געמאכט פאר יונגעלייט. זאללן זיי ענדזשויען די מאכלי שבת (קודש) ווילאנג זיי קענען. איך פארגין זיי עס מיט'ן גאנצן הארץ. מ'דארף קוקן מיט אן עין טובה אויף א יעדן מצב. נישט אייביג זוכן וואס מ'קען קריטיקירן...(ביי יענעם)
נשלח: פרייטאג יולי 15, 2022 12:06 pm
דורך קידוש
ליל שישי האט געפענט א נייע געשעפט אין די mountains
מיטען נאמען delicious
אויכעט האבען זיי באוויזען צו אנקומען אויפען פאדערשטע זייט פונעם אויסגאבע/ פאשקעוויל אידישקייט
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2022 5:39 pm
דורך נומער5
ליל שישי טיילט עסן וואס ווערט געספאנסערד ביי RSK יעדע טאג פון די וואך פאר צענדליגע משפחות. וואס אדער געהאט א קינד אדער זיך איבערגעצויגן א דירה