בלאט 1 פון 2

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2022 4:29 pm
דורך א חסיד פון ווילנא

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2022 8:21 pm
דורך מיליאנער
פארוואס נאר חסידי סאטמאר?

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2022 8:22 pm
דורך מונטסורי
עטליכע טעג צוריק איז ארומגעגאנגען א ראבא-קאל פון הרה״ג ר׳ מאיר צוויבל (מחסידי מהר״א, פראבעבלי מער ראוי פון זיין רבי׳ן צו פירן די קהילה) אין וואס ער האט געזאגט אז מיט סכומים ווי $500 קען מען ממש ראטעווען אידן ממוות לחיים. כ׳געדענק שוין נישט וואס ער האט געזאגט דארט פונקטליך, אבער ס׳האט אויסגעזען ווי ער ליגט דערין היבש בעובי הקורה.

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2022 8:25 pm
דורך [NAMELESS]
ווי קען איך מנדב זיין אהן דעם וואס א פארטיי וכו', זאל נעמען קרעדיט דערפאר?

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2022 9:31 pm
דורך איך אויך
קערעסטיר אדער פרעשבורג דארפן ביידע צו פיטן דיין קרייטיריע.

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2022 10:18 pm
דורך מיליאנער
חתם סופר האט געשריבן:ווי קען איך מנדב זיין אהן דעם וואס א פארטיי וכו', זאל נעמען קרעדיט דערפאר?

אויב די סיבה פאר דיין געבן איז צוליב וואס איין פארטיי האט געמאכט א מצב דאן איז דאך עס באמת זייער קרעדיט, פארגינסט זיי נישט זייער פארדינטע קרעדיט?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2022 12:11 pm
דורך קידוש
משה מארגארעטן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2022 12:12 pm
דורך קידוש
update

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2022 5:32 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
חתם סופר האט געשריבן:ווי קען איך מנדב זיין אהן דעם וואס א פארטיי וכו', זאל נעמען קרעדיט דערפאר?

מ' קען שוין נישט נעמן קרעדיט, מהרז"ל טוט שוין אויך

די פאלגענע איז פןן אייוועלט

"און ווייטערדיגע באריכטן איבער די פעולות ההצלה פון רבינו שליט”א פאר די פליטי חרב פון אוקריינא, איז היינט נאכמיטאג פארגעקומען בביתו נאוה קודש א גרעסערע אסיפה מיט די הנהלה פון ’רב טוב’ און נאך פילע עסקנים.
במשך די אסיפה וועלכע האט זיך פארצויגן פאר עטליכע שעה האט מען איבערגעשמועסט בפרטיות די ווייטערדיגע פעולות צו העלפן די אידן סיי וואס זענען נאך און אוקריינא און סיי די וועלכע האבן זיך שוין ארויס געראטעוועט פון דארט אז זיי זאלן ח”ו נישט אריין פאלן אין די ציוניסטישע הענט.
במשך די אסיפה וועלכע האט זיך געצויגן פאר עטליכע שעה איז דער רבי געשטאנען און זיך פארבינדן מיט די ארטיגע רבנים און עסקנים, אזוי אויכט מיט די עסקנים וועלכע זענען כסדר עוסק מיט פדיון שבוים, און מיט פילע רבני היהידות החרדית, אזוי אויכט מיט די שטאטישע באמטע פון די אימיגראציע דעפארטמענט און מיט די אויסלענדישע אמבאסאדער, אויס צו ארבעטן די פונקטליכע און פראקטישע מהלכים פאר הצלת ישראל"

ביז דא איז קאפי פעיסט

אזוי ווי עס הייבט זיך מיט די ווערטער "אין ווייטעדיגע באריכטן" זוך איך די ערשטע באריכט פון זיינע פעילות

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2022 8:36 pm
דורך קהל'ס נער
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:

די מערסטע האב איך הנאה פון "זיי זאלן חלילה נישט אריין פאלן אין די ציוניסטישע הענט" אזוי, אז זיי שטייען אויס צרות אין די יוקרעין, wהא קעירס, דער עיקר איז אז זיי זאלן נישט אריינפאלן אין ציוניסטישע הענט......

Re: חסידי סאטמאר דערהערן דעם רוף פון אידישע אוקראינער פליטים

נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2022 8:44 pm
דורך דער גאלדענער אדלער

קען זיין אז די מהרז"ל רעטונגס אקציע איז נישט דוקא פון אוקריינע נאר פון די ציוניסטישע הענט אזויווי די ארטיקל פון אייוועלט שרייבט, ילדי צרפת אויב איינער געדענקט נאך דא??

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2022 1:02 am
דורך סביב העולם
קען מען זיך גרייטן אויף א פרישע רונדע פון באנקעטן, נסיעות אויף פריוואטע פליגער, און פילייכט אפילו א באזוך ביי פינטו, אלעס מיטן ציל צו ראטעווען די יהדות אוקריינא.

מען ווייסט נאכנישט פונקטליך וויפיל פון זיי האבן מיט יהדות דוקא, וויפיל מצוות וועלן געטוהן ווערן מיט די געלטער וואס מען וועט צושטעלן (על הצד ס'געלט וועט אנקומען בכלל), אבער קודם ווייסט מען אז נאר מיין רבי האט א שוואכקייט צו ראטעווען פרעמדע אידן.

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2022 1:04 am
דורך קהל'ס נער
סביב העולם האט געשריבן:קען מען זיך גרייטן אויף א פרישע רונדע פון באנקעטן, נסיעות אויף פריוואטע פליגער, און פילייכט אפילו א באזוך ביי פינטו, אלעס מיטן ציל צו ראטעווען די יהדות אוקריינא.

מען ווייסט נאכנישט פונקטליך וויפיל פון זיי האבן מיט יהדות דוקא, וויפיל מצוות וועלן געטוהן ווערן מיט די געלטער וואס מען וועט צושטעלן (על הצד ס'געלט וועט אנקומען בכלל), אבער קודם ווייסט מען אז נאר מיין רבי האט א שוואכקייט צו ראטעווען פרעמדע אידן.

אויף צי ראטעווען יודן פון ציונות (אפילו נישט-יודן) האט זיך אלעס געלוינט :lol:

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2022 7:36 am
דורך מיליאנער
קהל'ס נער האט געשריבן:

הייסט דו האלטסט אז סאטמאר האט מורא אז די אוקריינע אידן וועלן ווערן פלאצירט אין בעלזא אדער אין וויזניץ און זיי גייען ווערן פארכאפט אין ציונית?

ר' איד, אין לויף פון היסטאריע האבן רוב פון די פארוואגעלטע אידן וואס די ציונים האבן ארויפגעברענגט במשך די יארן געווארן פריי אדער כמעט פריי! ממילא אפילו דו באלאנגסט צו א חסידות וואס איז ליידער א שטיק פון די מדינה, און דו האסט נישט קיין פראבלעם אז אידן ווערן ציונים, בין איך אבער נייגעריג אויב דו האסט א פראבלעם אויב אידן ווערן פריי, אויב יא דאן זינט בעלזא רבי דאגהט נישט אויף די מינוט פאר די אוקריינע אידן דאן ביטע זיי דיך משתתף פאר די סאטמארע קאמפיין. זארג דיך נישט, זיי גייען נישט ווערן קיין סאטמארער.....

תזכו למצוות.

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2022 8:08 am
דורך א חסיד פון ווילנא
קהל'ס נער האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:ווי קען איך מנדב זיין אהן דעם וואס א פארטיי וכו', זאל נעמען קרעדיט דערפאר?

מ' קען שוין נישט נעמן קרעדיט, מהרז"ל טוט שוין אויך

די פאלגענע איז פןן אייוועלט

"און ווייטערדיגע באריכטן איבער די פעולות ההצלה פון רבינו שליט”א פאר די פליטי חרב פון אוקריינא, איז היינט נאכמיטאג פארגעקומען בביתו נאוה קודש א גרעסערע אסיפה מיט די הנהלה פון ’רב טוב’ און נאך פילע עסקנים.
במשך די אסיפה וועלכע האט זיך פארצויגן פאר עטליכע שעה האט מען איבערגעשמועסט בפרטיות די ווייטערדיגע פעולות צו העלפן די אידן סיי וואס זענען נאך און אוקריינא און סיי די וועלכע האבן זיך שוין ארויס געראטעוועט פון דארט אז זיי זאלן ח”ו נישט אריין פאלן אין די ציוניסטישע הענט.
במשך די אסיפה וועלכע האט זיך געצויגן פאר עטליכע שעה איז דער רבי געשטאנען און זיך פארבינדן מיט די ארטיגע רבנים און עסקנים, אזוי אויכט מיט די עסקנים וועלכע זענען כסדר עוסק מיט פדיון שבוים, און מיט פילע רבני היהידות החרדית, אזוי אויכט מיט די שטאטישע באמטע פון די אימיגראציע דעפארטמענט און מיט די אויסלענדישע אמבאסאדער, אויס צו ארבעטן די פונקטליכע און פראקטישע מהלכים פאר הצלת ישראל"

ביז דא איז קאפי פעיסט

אזוי ווי עס הייבט זיך מיט די ווערטער "אין ווייטעדיגע באריכטן" זוך איך די ערשטע באריכט פון זיינע פעילות

די מערסטע האב איך הנאה פון "זיי זאלן חלילה נישט אריין פאלן אין די ציוניסטישע הענט" אזוי, אז זיי שטייען אויס צרות אין די יוקרעין, wהא קעירס, דער עיקר איז אז זיי זאלן נישט אריינפאלן אין ציוניסטישע הענט......

די מיסיאנערן שטייעןן גרייט מיט אפענע הענד צו אויפנעמען די אוקריינישע יודן
אין זייערע קאמפיין בלעטלעך שרייבן זיי אז זיי האבן שוין 15 משפחות וואס מ' גייט מאכן א שמד צערמאניע ער"פ רח"ל

איינער וויל דאס חלילה?

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2022 8:10 am
דורך א חסיד פון ווילנא
סביב העולם האט געשריבן:קען מען זיך גרייטן אויף א פרישע רונדע פון באנקעטן, נסיעות אויף פריוואטע פליגער, און פילייכט אפילו א באזוך ביי פינטו, אלעס מיטן ציל צו ראטעווען די יהדות אוקריינא.

מען ווייסט נאכנישט פונקטליך וויפיל פון זיי האבן מיט יהדות דוקא, וויפיל מצוות וועלן געטוהן ווערן מיט די געלטער וואס מען וועט צושטעלן (על הצד ס'געלט וועט אנקומען בכלל), אבער קודם ווייסט מען אז נאר מיין רבי האט א שוואכקייט צו ראטעווען פרעמדע אידן.

דארף מען צוריק קוקן ווער עס איז געפארן אויף צרפת, און אויפגעטון אז רובא דרובא זענן ארויף קיין מדנ"י און נעבעך ווי זענן זיי היינט

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2022 8:11 am

:(

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2022 10:48 am
דורך קהל'ס נער
מיליאנער האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:קען מען זיך גרייטן אויף א פרישע רונדע פון באנקעטן, נסיעות אויף פריוואטע פליגער, און פילייכט אפילו א באזוך ביי פינטו, אלעס מיטן ציל צו ראטעווען די יהדות אוקריינא.

מען ווייסט נאכנישט פונקטליך וויפיל פון זיי האבן מיט יהדות דוקא, וויפיל מצוות וועלן געטוהן ווערן מיט די געלטער וואס מען וועט צושטעלן (על הצד ס'געלט וועט אנקומען בכלל), אבער קודם ווייסט מען אז נאר מיין רבי האט א שוואכקייט צו ראטעווען פרעמדע אידן.

אויף צי ראטעווען יודן פון ציונות (אפילו נישט-יודן) האט זיך אלעס געלוינט :lol:

הייסט דו האלטסט אז סאטמאר האט מורא אז די אוקריינע אידן וועלן ווערן פלאצירט אין בעלזא אדער אין וויזניץ און זיי גייען ווערן פארכאפט אין ציונית?

ר' איד, אין לויף פון היסטאריע האבן רוב פון די פארוואגעלטע אידן וואס די ציונים האבן ארויפגעברענגט במשך די יארן געווארן פריי אדער כמעט פריי! ממילא אפילו דו באלאנגסט צו א חסידות וואס איז ליידער א שטיק פון די מדינה, און דו האסט נישט קיין פראבלעם אז אידן ווערן ציונים, בין איך אבער נייגעריג אויב דו האסט א פראבלעם אויב אידן ווערן פריי, אויב יא דאן זינט בעלזא רבי דאגהט נישט אויף די מינוט פאר די אוקריינע אידן דאן ביטע זיי דיך משתתף פאר די סאטמארע קאמפיין. זארג דיך נישט, זיי גייען נישט ווערן קיין סאטמארער.....

תזכו למצוות.

די רעדסט ווי א וויליאמסבורגער אין די מ' יארן, מ'זאגט בעלזא ציוני און האסט מיך אפפגעפרעיגט.
ווען סאטמאר זאגט ווען אז די געלט גייט פאר הומעניטירישע הילף אוואדאי וואלט איך געגעיבען, אבער זיי זאגן קלאר אז ס'גייט פאר זייער פאליטישע אג'ענדע, זאלן זיי עס אליינס פינאנסירן.

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2022 10:50 am
דורך קהל'ס נער
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:ווי קען איך מנדב זיין אהן דעם וואס א פארטיי וכו', זאל נעמען קרעדיט דערפאר?

מ' קען שוין נישט נעמן קרעדיט, מהרז"ל טוט שוין אויך

די פאלגענע איז פןן אייוועלט

"און ווייטערדיגע באריכטן איבער די פעולות ההצלה פון רבינו שליט”א פאר די פליטי חרב פון אוקריינא, איז היינט נאכמיטאג פארגעקומען בביתו נאוה קודש א גרעסערע אסיפה מיט די הנהלה פון ’רב טוב’ און נאך פילע עסקנים.
במשך די אסיפה וועלכע האט זיך פארצויגן פאר עטליכע שעה האט מען איבערגעשמועסט בפרטיות די ווייטערדיגע פעולות צו העלפן די אידן סיי וואס זענען נאך און אוקריינא און סיי די וועלכע האבן זיך שוין ארויס געראטעוועט פון דארט אז זיי זאלן ח”ו נישט אריין פאלן אין די ציוניסטישע הענט.
במשך די אסיפה וועלכע האט זיך געצויגן פאר עטליכע שעה איז דער רבי געשטאנען און זיך פארבינדן מיט די ארטיגע רבנים און עסקנים, אזוי אויכט מיט די עסקנים וועלכע זענען כסדר עוסק מיט פדיון שבוים, און מיט פילע רבני היהידות החרדית, אזוי אויכט מיט די שטאטישע באמטע פון די אימיגראציע דעפארטמענט און מיט די אויסלענדישע אמבאסאדער, אויס צו ארבעטן די פונקטליכע און פראקטישע מהלכים פאר הצלת ישראל"

ביז דא איז קאפי פעיסט

אזוי ווי עס הייבט זיך מיט די ווערטער "אין ווייטעדיגע באריכטן" זוך איך די ערשטע באריכט פון זיינע פעילות

די מערסטע האב איך הנאה פון "זיי זאלן חלילה נישט אריין פאלן אין די ציוניסטישע הענט" אזוי, אז זיי שטייען אויס צרות אין די יוקרעין, wהא קעירס, דער עיקר איז אז זיי זאלן נישט אריינפאלן אין ציוניסטישע הענט......

די מיסיאנערן שטייעןן גרייט מיט אפענע הענד צו אויפנעמען די אוקריינישע יודן
אין זייערע קאמפיין בלעטלעך שרייבן זיי אז זיי האבן שוין 15 משפחות וואס מ' גייט מאכן א שמד צערמאניע ער"פ רח"ל

איינער וויל דאס חלילה?

צי ראטעווען יודן פון "נוצרות" דארף מען טאקע געיבן, אבער סאטמאר דארף די געלט צי ראטעווען יודן פון "ציונות" ווייל דאס גייט זיי אן, נוצרות whoe cares, זאלן די אוקריינא יודן זיך שמד'ן אדער אויסגיין פון הינגער, די עיקר איז אז מען ראטעוועט זיי פון ציונות.

Re: חסידי סאטמאר דערהערן דעם רוף פון אידישע אוקראינער פליטים

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2022 1:19 pm
דורך אונטער חכם
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:ווי קען איך מנדב זיין אהן דעם וואס א פארטיי וכו', זאל נעמען קרעדיט דערפאר?

מ' קען שוין נישט נעמן קרעדיט, מהרז"ל טוט שוין אויך

די פאלגענע איז פןן אייוועלט

"און ווייטערדיגע באריכטן איבער די פעולות ההצלה פון רבינו שליט”א פאר די פליטי חרב פון אוקריינא, איז היינט נאכמיטאג פארגעקומען בביתו נאוה קודש א גרעסערע אסיפה מיט די הנהלה פון ’רב טוב’ און נאך פילע עסקנים.
במשך די אסיפה וועלכע האט זיך פארצויגן פאר עטליכע שעה האט מען איבערגעשמועסט בפרטיות די ווייטערדיגע פעולות צו העלפן די אידן סיי וואס זענען נאך און אוקריינא און סיי די וועלכע האבן זיך שוין ארויס געראטעוועט פון דארט אז זיי זאלן ח”ו נישט אריין פאלן אין די ציוניסטישע הענט.
במשך די אסיפה וועלכע האט זיך געצויגן פאר עטליכע שעה איז דער רבי געשטאנען און זיך פארבינדן מיט די ארטיגע רבנים און עסקנים, אזוי אויכט מיט די עסקנים וועלכע זענען כסדר עוסק מיט פדיון שבוים, און מיט פילע רבני היהידות החרדית, אזוי אויכט מיט די שטאטישע באמטע פון די אימיגראציע דעפארטמענט און מיט די אויסלענדישע אמבאסאדער, אויס צו ארבעטן די פונקטליכע און פראקטישע מהלכים פאר הצלת ישראל"

ביז דא איז קאפי פעיסט

אזוי ווי עס הייבט זיך מיט די ווערטער "אין ווייטעדיגע באריכטן" זוך איך די ערשטע באריכט פון זיינע פעילות

דאס איז ארומגעפארן זונטאג.

פאריגע וואך איז פארגעקומען א עמערזשענסי מיטינג אין די הויפקוואטירן פון יו. זשעי. או. מיט די באטיילוגונג פון די גדולי עסקני יהדות החרדית ואתו עמו שר העסקנים והשתדלנים הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו
פון די אנהייב מלחמה אין אוקריינע זענען שוין אנגעקומען רופן צו די עסקנים פון רב טוב, און צו די שר העסקנים והשתדלנים הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו, איבער די מצב פון די אידן דארט אז עפעס מוז געטוען ווערן, די עסקנים האבן זיך תיכף אריינגעווארפן מיטן גאנצען אייפער און מסירת נפש, און עס זענען פארקומען עטליכע מיטינגען און אסיפות במשך די לעצטערע טעג, פון די מלחמה האט זיך אנגעהויבען, און מען איז געזיצן מיט ערפארענע עקספערטן וואס פארשטייען צו די אימיגראציע געזעצן.
אינאיינעם מיט די עסקנים פון רב טוב האט מען זיך צוזאמגעזעצט צו א עמערזשענסי מיטינג פאריגע וואך אין די הויפקוואטירן פון יו. זשעי. או. מיט די באטיילוגונג פון די גדולי עסקני יהדות החרדית בראשות ואתו עמו שר העסקנים והשתדלנים הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו וועלכע האבן ע"פ הוראות הקודש פון ראש גולת אריאל כ"ק מרן רבינו שליטא צוזאמגענומען צו א אסיפה מטכס עצה זיין אנצוגיין מיט די הצלה אקטיוויטעטן סיי מיטן ארויסראטעווען אידן פון אוקריינא און סיי אז זיי זאלן נישט אנקומען אונטער די ציוניסטישע סוכנת,
אזוי אויכט שטייען די עסקנים כסדר אין פארבינדונג מיט הרב יעקב דוב בלייך שליט"א, רב הראשי פון קיעב אוקריינא און די אנדערע רבנים וועלעכער שטייט כסדר בקשר מיט די עסקנים פון רב טוב
אזוי אויך איז אפגעשיקט געווארן א פאנטאסטישע סומע פאר רבני אוקריינא צו ניצן פאר זייערע הצלה אקטיוועטעטן, און עס ווערט אין די טעג גענדיגט די פלענער פון גרינדען א "וועד להצלת יהודת אוקריינא", סיי פאר די קאסטען דארט אין אוקריינע, און סיי פאר די עקספערטן פאר די ביוקראטישע ענינים, זיי צו קענען פלאצירן דא אין אמעריקע. מען שטייט בקשר מיט די סטעיט דעפארנטמענט און מיט סענאטער שומער צו עפענען די גרעניץ אריין צו נעמען פליטים‎ פון אוקריינע.
אזוי אויך איז צוגעשטעלט געווארן ע"פ פקודת הקודש די בנין הכנסת אורחים פון שטאט אוהעל אריין צו נעמען די הונדערטער פליטי חרב זאלן האבן א דאך איבערן קאפ ביז זיי טרעפן א מקום מקלט. ווי עס צו געשטעלט געווארן די סעודות שבת ביד רחבה דורך די הנהלת חברה קדישא דקהלתינו הק', אנשי שלומינו שטייען צו הילף פאר די חשובע עסקנים לשם שמים, אזוי אויך איז מען ווייטער מרבה בתפילה, אזוי ווי כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געבעטן ביי של"ס צו נישט זיין פארנומען מיט די נייעס נאר צו אויסניצן די ציייט צו מתפלל זיין פאר אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשביה.

סאו אונז זעמער יא "עכט" די ערשטע, אונז האמער שוין געהאט אן אסיפה בסוד פאריגע וואך...

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2022 1:30 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
אה, נישט געוויסט אז יו דזעי או און רב טוב זענן בנשיאות רבינו שליט"א רז"ל

א מענטש קען אזויפיל טראגן אויף זיך?

אין הדור יתום

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2022 1:31 pm
דורך היסטאריע
בעצם איז ר' אהרן גערעכט, מען דארף טוהן צו ראטעווען די אידן אין אוקריינא. אבער וויאזוי מען קען קאנווינסען די גוים פין אמעריקע זאלען טוהן פאר אידן אין אוקריינא דווקא, פארשטיי איך נישט. מיט וואס איז דער איד מער אין א סכנה ווי א גוי? אויב מען טיילט ביקסען פאר אלע מענטשן, זאלען די אידן אויך נעמען ביקסען.