לחיים ולברכה! לחיים טובים ולשלום!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3687 מאל

לחיים ולברכה! לחיים טובים ולשלום!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

לחיים! לחיים! ווער ווייסט דען נישט צו זאגן פון דעם אלעמען באקאנטן ווארט "לחיים"?? גרויס און קליין, זכרים און נקבות, אן בערד מיט בערד, ווער נישט?
 
לחיים גייט אינאיינעם מיט אלקאהאלישע געטראנקען. כ'האב נאך קיינמאל נישט געזעהן אדער געהערט אז מ'זאל זיך רייכן די האנט אדער ווייזן די האנט אין די לופטן סתם אזוי אין א פאסט טאג ווען די לעפצן זענען פארטריקנט פונעם זיסן (ביטערן, הא לן והא להו) טראפן, אפילו אויף א גוטן פאסטראמע סענדוויטש פון גאטליעב'ס האב איך נישט געהערט ווינטשן לחיים, און ניטאמאל ווען מ'טרינקט צו דערנאך א גוטן שטעכיגן גרעבטצווערטפולע סעלצער, ניטאמאל אויף א פרישן הארטנעקיגן עפל שטרודל פון סאנדערס בעקעריי, ומכל שכן אויף א סושי. איז אויף וואס יא? נאר אויף אלקאהאלישע געטראנקען! וויין, די ערשטע אלקאהאלישע געטראנק. ביר, ברוינפן. אוודאי וועלן שטענדיג זיין עטליכע אמעראצים און שוואכלינגען וואס האבן מורא פאר יעדע זאך וואס ציפט אביסל, כאילו מ'איז געקומען אויף דער וועלט שטענדיג צו לעקן האניג, אבער אין אלגעמיין פארשטייט דער עולם צו א גוטן טרינק.
 
שוין טויזענטער יארן וואס די מענטשהייט איז זיך מחי' מיט אט דעם געטראנק אין סיי וועלכן פארעם ס'איז אריינגעמישט, כל זמן ס'ליגט דערין אלקאהאל און מ'קען אוועקפארן דערמיט אויף א הויכן טריפ, קען מען שאקלען און רייכן מיט די האנט און אויסשרייען לחיים. סיי בעידן דחדוותא און סיי פארקערט ווען א מענטש איז אין פארביטערטע מצב, ווי דער חכם מכל אדם זאגט אין משלי: תנו שכר לאובד "ויין למרי נפש", אלעמאל האט דאס מענטשהייט געוואוסט אז דארט אין טיפעניש פון די בריאה האט גאט צוגעגרייט א רפואה, א מעדיצין, מיט וואס די מענטשהייט זאל זיך קענען בארואיגן, און ווי דוד המלך זאגט שוין אין תהלים, ויין ישמח לבב אנוש.
 
מ'קען אפשר אויך פארטייטשן דעם פסוק דארט אין פרשת בראשית ב' י"ב. וזהב הארץ ההוא טוב, שם הבדלח ואבן השהם, קען זיין דאס מיינט אויך דער פסוק וזהב הארץ ההוא טוב, אויף די גאלדענע געבענטשטע וואסער, שם, איינמאל מ'איז דארט מ'האט טועם געווען דערפון, הבדולח ואבן השהם, קען מען שוין פאנטאזירן פון דיימאנטן און פערל שטיינער. איי לאמיר כאפן נאך א זיפ! וויאזוי גייט נאר די ניגון, כאפט אריין א וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן ווייל אויף יענער וועלט וועט מען אייך נידט געבן. יא יא ס'ליגט א שטארקע אמת אין דעם ניגון, ווייל אויף יענער וועלט איז קיין וואדקע ניטדא צו באקומען, דארט וואו ס'דא רחמים פשוטים איז ניט פארהאן קיין מקום פאר וואדקע, נאר פאר די גאלדענע געבענטשטע וואסער. איי וועט איר אוודאי פרעגן, אין קטיגור נעשה סניגור? איז דער תירוץ דערפאר, אז דארט אויבן איז מען למעלה מן הזמן ואין מוקדם ומאוחר בתורה, און פאר'ן עגל הזהב.
 
תיכף נאכן מבול, ווען גאט ב"ה האט געפיילט א טשעפטער סעווען מיט כמעט די גאנצע מענטשהייט און חרטה געהאט פונעם גאנצן געשעפט, האט ער אבער אינזינען געהאט און חונן דעת געווען פאר נח איש צדיק תמים ער זאל אומבאדינגט אריינשווערצן אינעם תיבה צווייגן פון טרויבן, כדי צו פארזיכערן פאר די קומענדיגע נייע וועלט אלקאהאלישע געטראנקען. וואס האט נח געטוהן תיכף ומיד נאכן ארויסקומען פונעם תיבה? ער האט איינגעפלאנצט די טרויבן צווייגן, נאך איידער נח דער וועלטס-פארמער האט עספיעט עפעס צו טוהן צו גוט מאכן פאר'ן נייעם וועלטל נאכ'ן מקריב זיין קרבנות און דאנקען גאט, האט אונזער גרויסער פארמער איינגעפלאנצט די טרויבן צווייגלעך כדי זיכער צו מאכן אז ס'זאל מיט וואס נאס צו מאכן די לעפצן נאך א טאג שווערע ארבייט, מיט וואס זיך צו בארואיגן אין א אנגעצויגענע מאמענט. אדער סתם אזוי צו זיין פרייליך, אהן אן עקסקיוז.
 
פון שטענדיג אן האט דער זיסער טראפן פארמאגט אן עהרע און חשיבות. ווי למשל וויין אינעם אידישן רעליגיע, אין בית המקדש ביים מקריב זיין קרבנות. חז"ל האבן מתקן געווען א ספעציעלע ברכה אויף וויין, און אפילו אויף אנדערע אלקאהאלישע משקאות וואס פארמאגן נישט קיין עקסטערע ברכה, פארמאגן זיי אבער אויך א ספעציעלע חשיבות, ווי מ'זעהט אז אויף ביר אדער ברוינפן קען מען אויך קידוש מאכן, ביי א נזיר וואס טאר נישט טרינקען קיין וויין טאר אויך נישט טרינקען פארשידענע אלקאהאלישע געטראנקען, וכדו'. ס'קומט צו ענדיגן א שידוך שטעלט מען ברוינפן און מ'מאכט א לחיים, און אזוי איז ביי א יארצייט נאכ'ן דאווענען. איך האב כמה וכמה פעמים אליין מיטגעהאלטן און געזען ווי ערליכע אידן חסידים ואנשי מעשה נאכ'ן זיך אנ'תיקונ'ען און בא'לעקיכ'ן, נאכ'ן האבן שוין טועם געווען פון כל מיני קוכן און בלאסע ספאנדזש קעיקס, נאכן אויסהערן און מיטהאלטן יעדן רעבישן מופת פון עשר צחצחות, נאכן צוקייען די זוימען פונעם ווייסן ווייכן קאווע גלעזל און זיך אויסגרעבצן פון די פיינע ראפאגאש סלייסעס קאקאש קעיק איז צייט צו מאכן אן על המחיה, אבער קודם קומט דאך מים אחרונים, נאר אזויווי ס'נישט ממש ברויט וואסי געמאכט מיט וואסער נאר פת הבא בכיסנין ערלויבט מען זיך אפצווואשן די שפיצן פון די אצבעות מיט די לעפצן פון די נארוואס באשמירטע קלעבעדיגע זיסע קאקאו מיט איבערגעבליבענע שליוואוויץ אדער סטראפקאווע וואדקע ממש ווי מיט מים אחרונים, א פרישע מצוה.

דערפאר, פאר אזא וויכטיגע זאך אין לעבן איז זייער אינטערעסאנט זיך אריינצולייגן דערין און זעהן און שטודירן די מסכת אלקאהאל, די היסטאריע דערפון, וויאזוי איז דאס צוזאמען געשטעלט, און ווי אויך די רעליגיעזע אספעקטן וואס נעמען איר ארום. צו שרייבן אן ארטיקל אויף אלע מיני אלקאהאלישע געטראנקען איז ארוכה מארץ מדה ורחבה מני ים. אפילו בלויז אויף איינע פון די מינים, צום ביישפיל וויין, וואס אין דעם אליין זענען פארהאן מינים ממינים שונים ומשונים, דהיינו זיסע, זויערע, פרוכטיגע, טרוקענע, פון וועלכע לאנד, קלימאט, קולטור וכו' וכו', און דאס זעלביגע איז אויך ביי ביר און ברוינפן.

אבער פטור בלא כלום אי אפשר, אלזא האב איך אפגעמאכט ביי מיר שוין א לענגערע צייט צוריק זיך צו נעמען צו דער ארבייט, און אנהויבן ערגעץ וה' הטוב יהי' בעזרי. איך האב אויסגעוועלט ברוינפן בכלל און בורבאן בפרט פאר מיין ערשטע ארטיקל פון דעם סעריע, היות איך בין א אמעריקאנער געבוירענער און דאס איז אריינגעקריצט אין מיין קולטור שוין פאר הונדערטער יארן, ווי מ'זעהט אפילו די מסירות נפש פון די אמעריקאנער עמך ווי זיי האבן זיך מוסר נפש געווען ווען ס'אנגעגאנגען די באקאנטע פראהיבישן געזעצן, וואס קיין שום נארמאלער רעכטדענקיגער מענטש קען אנווייזן די ריכטיגקייט דערפון, און טאקע פון די פראהיבישן געזעצן תקופה קען מען טאקע זעהן ווי שטארק דער שטן האט זיך פארלייגט, אזויווי אויף יעדע גוטע זאך.

**** הודעה חשובה****
כ'וויל בעטן דעם עולם ווער ס'האט אן אינטערעסע איבער דעם פארצווייגטע סוגיא פון מסכת אלקאהאל זאל שרייבן און מיטטיילן כמיטב ידיעתו.
אויך וויל איך בעטן דעם עולם היות בטבע בין איך נישט קיין מעקער, ביטע פארדרייט נישט דעם אשכול מיט אנדערע ענינים, ביטע זיך האלטן צום שמועס. סיי וואס ס'האט צוטוהן מיט אלקאהאלישע געטראנק איז וועלקאמד, היסטאריע, רעקאמענדאציעס, וויצן (אבער נאר געשמאקע וואס קאסט א הילכיגע אויספלאצערישע געלעכטער) וכו' וכו'

פארזעצונג אי"ה בקרוב ממש בלי"נ!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דער גאלדענער אדלער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר