א יישר כח אייך הרב חיים שלמה בערגער שליט"א
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:

א גוטע וואך: איך וויל דא אויסדרוקן אן עפנטליכן יישר כח פאר הרב חיים שלמה בערגער שליט"א. דער שרייבער אין מאמענט.
נאכדעים וואס ער איז פארטיג געווארן מיט די וואכנאכטס אין די הויפן (נישט פון די רבי'ס) און די שפיצן פון דעם מלבוש אויפ'ן קאפ וואס איז נישט קיין שטריימל. (מיט וואס איך בין מסכים מיט איהם 80%.) האט ער זיך ארויסגעלאזט אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים. מסתמא אנגעהויבן כ"א אדר א'. ביי די יארצייט פון הרה"ק בעל נועם אלימלך זי"ע. ער איז געווען. אדער געוואלט זיין אין אוקראינע. פוילן און אונגארן. דער אייבישטער האט אזוי צוגעפיהרט אז אונטערוועגנס ביי די גרעניצן האט ער אנגעטראפן און באגעגנט א סאך ציונים. וואלט איך איהם געוואלט בעטן ער זאלל מיר געבן זייערע נעמען און וויאזוי מ'קען זיך פארבינדן מיט זיי. ווייל איך זוך שוין ארום ציונים מיט לעכט. נאכדעים וואס די אלטע ציונים זענען שוין געפגר'ט. אדער אויסגעשטארבן. (טעיק יור פיק.). לאמיר מאכן א שטיקל חשבון. די ערליכע אידן אין ארץ ישראל. די בני הישיבות און די חסיד'ישע אידן זענען זיכער נישט קיין ציונים. און להבדיל די גויים וועלכע וואוינען אין ארץ ישראל. די וועלכע איוועט (מ'קען איהם נישט אנרופן מיט זיין אידישן נאמען אביגדור.) ליברמאן שר"י (בתנאי אז ער וועט נישט תשובה טון). רעפרעזענטירט זענען אויך זיכער נישט קיין ציונים. זיי דארפן נאר די מדינה אויף וויפיהל מער עולם הזה זיי קענען ארויסשלעפן פון איהר. די מינוט זיי זעהען אז מ'קען זיין א גרעסער און בעסערער גוי אין אמעריקע אדער דייטשלאנד, האבן זיי די גאנצע מדינה אין ד'רערד. די איינציגע ציונים וואס כ'האב געטראפן זענען אין פאליש און קאווע שטיבל פון ביהמ"ד אין ראדני. אדער אין מקוה. או.קעי. ס'זענען נאך פארבליבן א פאר ציונים. א מיעוטא דמיעוטא. די חברי הכנסת פון דגל און אגודה. נאר זיי זענען יעצט נישט אין די ממשלת המינים. ע"כ פריי איך מיך אז הרב בערגער שליט"א האט אנגעטראפן א סאך ציונים, בשפע.
ווער ס'ווייסט פון נאך פלעצער וואו מ'קען געפינען א פאר ציונים פאר א רפואה, ווערט געבעטן זיך אנצורופן...א יישר כח למפרע...!

רבותיי: איך זעה אז קיינער רופט זיך נישט אן. וועלל איך מיך מוזן אנרופן....יא. איך האב געטראפן א ציוני. איך בין אריין אין ---ביהמ"ד. האב איך געזעהן א איד זיצט און לערנט ..."דף היומי"...! הרב ישראל מ. סופר וואלט שוין געזאגט אויף דעים רחמנא ליצלן מהאי דעתא...!
אויך. ס'גייען ארום שמועות אז איינער האט עובר געווען די 3 הארבסטע עבירות. מיט איינמאל...ער האט געלערנט דף היומי ביים כותל אויף עברית...!

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מתבודד: אכיה"ר (אמן. כן יהי רצון.). איך האב אויך געהאט די זכיה צו ליינען הרב חיים שלמה בערגער'ס ארטיקל וואו ער לויבט אויס די סקווירא'ער בחורים וועלכע גייען מיט גלאטע (נישט געבלומטע) בעקישעס. ער (דער חשוב'ער הרב בערגער שליט"א) איז שוין כמעט פארפארן אין זיין געוויינליכע אגענדא (פון איפכא מסתברא) און הפוך על הפוך לאגיק. נאר ער האט זיך צוריקגעכאפט די לעצטע מינוט אז ער גייט דא משבח זיין די סקווירא'ער בחורים. נישט ציען די געוויינליכע (כמעט) וועכנטליכע ליניע. פאר די מענטשן וועלכע דארפן די וועכנטליכע ..."צאמי/מוצץ/פעסיפייער"...!
אין א זייטיגע נאטיץ: איך האב מורא אז די (געוועזענע) שטריימל מאכערס און בעקישע פאבריקאנטן וועלן איהם (ח"ו) רופן צו א דין תורה. (אויב ביי התאחדות הרבנים. האביך נישט קיין מורא.) אז ער מאכט זיי קאליע די ביזנעס. שוין נאכדעים וואס זיי האבן זיך צוגעשטעלט. און זיי האבן אפגעהאקט אלע קעפ פן די מאדעללן...!
אין א זייטיגע נאטיץ: איך האב מורא אז די (געוועזענע) שטריימל מאכערס און בעקישע פאבריקאנטן וועלן איהם (ח"ו) רופן צו א דין תורה. (אויב ביי התאחדות הרבנים. האביך נישט קיין מורא.) אז ער מאכט זיי קאליע די ביזנעס. שוין נאכדעים וואס זיי האבן זיך צוגעשטעלט. און זיי האבן אפגעהאקט אלע קעפ פן די מאדעללן...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נוח: גראדע אויפ'ן שטריימל וואס דער סקווערער רבי טראגט וועל איך מיך דינגען מיט דיר. ווייל איך האב באמערקט אז ער האט זייער שטארק א מענטשליכע שטריימל. נישט די פיהר שטאקיגע וועלכע זענען היינט אין סטייל. נאר אויף די אנדערע לוקסוס אויסדרוקן קענמען זיך טענה'ן. מיט וואס איז א קעדילעק לימאו בעסער פון א געבלימטע טיש בעקישע?! שטייצעך די רעבעצין שתליט"א האט אן עקסטער קאר. מיט א שאפער/טע?
נאר ס'איז דא אן אנדער גאר חשוב'ער אדמו"ר וועלכער איז באטיטלט מיט דעם נאמען הגה"ק. ער האט אום חוהמ"פ פסח (נישט חוה"מ סוכות) געהאלטן א דרשה פאר די בחורים אז זיי זאללן נישט נאכגיין די היינטיגע פארדארבענע סטייל און מאדעס. בשעת ער האט אויף זיין (הייליגן) קאפ געטראגן א פיהר שטאקיגן שטריימל פון די לעצטע סטייל.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
די נעגאטיוויטעט דא גייט שוין איבער אלע גרעניצן...
אמת, טיש בעקישעס איז נישט די גרעסטע פראבלעם אין כלל ישראל, אויך נישט תפלין בייטלעך, הויכע שטריימלעך, און אפשר אויך נישט שמאלע הויזנס וכדומה. אבער דער קאלעקטיווע חורבן עז-עי-האול איז קלאר קיימא וקאי. סוחרים פרובירן אריינצוברענגען נייע מאדעס און סטיילס, די וועלט ווערט מער מגושם און מען ברענגט אריין די פראסטקייט אין די היינטיגע בחורים וועלכע זענען שוין גענוג צעפראסקעט אין די היינטיגע משוגע'נע וועלט, היינטיגע בחורים זענען שוין באלד ערגער ווי פרויען מיט די פעשאן משוגעת'ן, פון די הוט, ברילן, בעקישע, רעקל, העמד, ביז די פאסיק, הויזן, שיך, יו נעים איט... און עס גייט ווייטער נאך די חתונה צום שטריימל, און אנדערע משוגע'נע אומוויכטיגע הוצאות החתונה און שפעטער אויפרייסענדע וואך נאכטס און אנדערע שמחות. עס איז א שאנדע וואס די סוחרים טוען מיט אונז! און איך גיב קרעדיט פאר יעדן איינעם וואס גייט אקעגן דעם שטראם, צוריקצוהאלטן די צעדרייטע הנהגות וואס איז ממש מעביר את האדם מדעת קונו.
קודאס צו אלע רבנים, שרייבערס, גליונות ארויסגעבער, עס איז העכסט צייט צו נעמען שריט אקעגן די הפקירות וואו אונזערע קינדער ווערן מאדערניזירט און אנגעשטעקט מיט די מגושמ'דיגע אמעריקאנער קולטור פון פרעס, חיצוניות און פראסטקייט, אונטערן שלייער פון הייליגע לבושים.
קודאס הרב בערגער! דיינע ארטיקלען זענען פון די ערשטע וואס איך ליין יעדע וואך, ענד איי העפפען טו עגרי צו כמעט יעדע אישו וואס דו ברענגסט ארויף! לך בכחך זה, קיפ איט אפ, און דערשרעק זיך נישט פון די קריטיק. העם אתך!
אויף יעדע זאך וואס מען פרובירט צו מתקן זיין קומט מען דא האקן און זיך אויסרעדן... חברה, אלעס האט א שיעור. אויכעט ליבעראלקייט!

וירח ה' את ריח הניחוח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ווי ס'זעהט אויס האסטו פארפאסט אז מ'האט משבח געווען דעם סקווערע רבי און דעם באבאוו (48) רב שליט"א. אז זיי זענען קעגן די אלע נייע לוקסוסן. וועלכע זענען מלובש אין שטריימל און בעקישעס. און זיי אל
יינס זענען מקיים וואס זיי דרשנ'ען. מ'מעג אויך רעדן פון די אנדערע צד. אז ס'זענען דא רבנים און בעלי דרשנים וואס בשעת זיי דרשנ'ען אקעגן מאדערנקייט זענען זיי משוקע אין סטיילס.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ר' בערל טייערע, איך זעה נישט וואס כ'האב פארפאסט... די ווארט דא איז נישט לוקסוס (הגם דאס איז אויך א באזונדערער פראבלעם). עס איז די גוי'אישקייט און פראסטקייט וואס כאפט זיך אריין במחנינו אין אלע עריעס. אוודאי איז עס נישט גענוי ווי דער גוי, דער גוי גייט דאך נישט קיין בעקישע עס צו דעזיינען 3D און האט נישט קיין פסח אוועקצופארן אין האטעל, אבער די קאנצעפט איז זייער ענליך.
איך בין גארנישט ממליץ אויף סקווירא אדער באבוב'ער רבי, זיי האבן זיך זייערע חסרונות, אבער נישט פון דעם איז די רעדע דא, און לאמיר נישט צוזאממישן זייערע אנדערע חסרונות מיט די אישו וואס מיר רעדן דא.
איך בין גארנישט ממליץ אויף סקווירא אדער באבוב'ער רבי, זיי האבן זיך זייערע חסרונות, אבער נישט פון דעם איז די רעדע דא, און לאמיר נישט צוזאממישן זייערע אנדערע חסרונות מיט די אישו וואס מיר רעדן דא.
וירח ה' את ריח הניחוח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בסליחה מכבודך: איך האב דאך אט דאס מדגיש געווען אז די סקווירא רבי און דער באבוב'ער רב שליט"א זענען יא נאה דורש ונאה מקיים. איה"נ הרב חיים שלמה בערגער איז בדרך כלל גערעכט מיט מעורר זיין איבער דברים הצריכים תיקון. און איך בין מסכים מיט איהם 90%. נאר ווען ער קומט און פארציילט אונז אז די (פארשאלטענע) ציונים זענען איבעראל דא. און זיי רעדן צו די אידן פון אוקריינא ..."עולה"... צו זיין קיין מדינת ישראל. איז עס א ביסל איבערגעטריבן. ווייל קיין שום נארמאלער מענטש וועט נישט האבן קיין הוה אמינא אז אין די היינטיגע מדינת ישראל וועט ער זיין גליקלעך און צופרידן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
הרב שמעקעדיג, איך אגרי אז די זאכן זענען ארויס פון פראפארציע, און אדרבה פאררעכט די קרומע חינוך סיסטעם, לייג אריין אביסל מער שכל, פאקוס מער אויף איכות, טו עפעס צו פאררעכטן די שורש הדבר פארוואס אונזערע בחורים זוכן צו זיין פעעשין מאדעלס. פון ערגעץ קומט עס, ניין?
אבער דער מהלך פון לייגן איסורים ע”ג איסורים איז א קאפי פון די כעלעמ’ער שפיטאל-לעבן-צובראכענע-בריק סטראטעגיע און ווייזט זיך געווענליך ארויס צו זיין קנאפ ווירקזאם אין די לאנג ראן.

רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל איז געווען א איד ער האט געהייסן ר' יעקב שרייבער. ער האט געהאט א מיחוש צו טרעפן צלמים איבעראל. ביי די פענסטערס און טירן פון הייזער. וואס ער האט געטענה'ט אז די בילדינג קאמפעניס האבן עס בכוונה אריינגעבויעט כדי מכשיל צו זיין אידן. אויך האט ער אויסגעפינען נייע איסורים אויף א יעדע זאך וואס מ'האט געניצט. און אלעס איז געווען מיט גרויסע פלאקאטן און העדליינס..."לאפרושי מאיסורא"...זאגט מען נאך אז דער סאטמאר'ע רבי זי"ע איז אמאל אריינגעקומען אין ביהמ"ד און ער האט געזעהן איינס פון די צעטלעך. האט ער זיך אנגערופן..."פרישע איסורים"...!
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ביסט טיילווייז גערעכט. אז דו וועסט קוקן אין מיינע עלטערע אשכולות, וועסטו טרעפן די זעלבע סארט טענות. אבער היינט, האבנדיג א שטוב מיט בחורים און מיטהאלטנדיג שטובער פון מיינע חברים, און מיטהאלטנדיג ווי נידריג די וועלט האט זיך דערקייקלט די לעצטערע יארן, זעה איך צוויי זאכן. איינס, אז לכה"פ אין טייל ישיבות, ליגט מען היינט א גרויסע דגוש אויף ווארעמקייט און ליבשאפט. די מחנכים לעבן נישט אויף אן אנדערע פלאנעט ווי אונז, זיי זעהען וואס מיר זעהען און זיי פרובירן שווער אריינצולייגן די ריכטיגע אינגרידיענטס אין די בחורים. א גוטע ביישפיל איז די לעצטיגע ארגאניזאציע "משכני" וועלכע פרובירן צו ערפילן דעם חלל וואס בחורים קוקן ארויס דערויף.מתבודד האט געשריבן:הרב שמעקעדיג, איך אגרי אז די זאכן זענען ארויס פון פראפארציע, און אדרבה פאררעכט די קרומע חינוך סיסטעם, לייג אריין אביסל מער שכל, פאקוס מער אויף איכות, טו עפעס צו פאררעכטן די שורש הדבר פארוואס אונזערע בחורים זוכן צו זיין פעעשין מאדעלס. פון ערגעץ קומט עס, ניין?
אבער דער מהלך פון לייגן איסורים ע”ג איסורים איז א קאפי פון די כעלעמ’ער שפיטאל-לעבן-צובראכענע-בריק סטראטעגיע און ווייזט זיך געווענליך ארויס צו זיין קנאפ ווירקזאם אין די לאנג ראן.
צווייטנס, מזה וגם מזה אל תנח ידיך. דאס וואס ראשי ישיבות לייגן יא אדער נישט אריין, בארעכטיגט נישט וואס די סוחרים און מארקעטער טוען מיט אונז און אונזערע קינדער. זיי שלעפן אראפ דעם דור צוליב זייער גלוסט פאר געלט. איך פארגין יעדן צו זיין עשירים, אבער נישט אויפ'ן חשבון פון אונזער ציבור! הערט אויף צו מאדערניזירן און פאר'חיצוניותדיגן יעדע זאך וואס מיר פארמאגן! נישט קיין חילוק וויפיל ווארעמקייט א מגיד שיעור וועט אריינלייגן אין א בחור, אויב די גאנצע וועלט רייצט און גלוסט, יעדע צייטונג און מאגאזין וואס ער עפנט טרעפט ער מה שחשקה נפשו און די שפייעכץ רינט אים פון קנאה, און נאכדעם זעהט ער נאך זיינע חברים זיך איינהאנדלען די זאכן, איינער מיט א בעקישע און א צווייטער מיט א תפלין בייטל, דאן וועט דער בחור אנהייבן פארפירן און רעוואלטירן אז ער דארף אויכעט, ער וויל נישט בלייבן דער אויסגעשפילטער קינד, און מיט רעכט... ממילא מוז מען צומאל מאכן תקנות, פשוט אז די נארישע קנאה און רייץ זאל נישט האבן וואו חל צו זיין.
וירח ה' את ריח הניחוח
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
דיין תגובה מאכט נישט קיין סענס, סארי.נוח האט געשריבן:ס'קומט מיר לאכן ווי א רגע נאכ'ן שרייען אז מ'איז נעגאטיוו, גייסטו ארויס אין א נעגאטיווע אטאקע קעגן:שמעקעדיג האט געשריבן:די נעגאטיוויטעט דא גייט שוין איבער אלע גרעניצן...
אמת, טיש בעקישעס איז נישט די גרעסטע פראבלעם אין כלל ישראל, אויך נישט תפלין בייטלעך, הויכע שטריימלעך, און אפשר אויך נישט שמאלע הויזנס וכדומה. אבער דער קאלעקטיווע חורבן עז-עי-האול איז קלאר קיימא וקאי. סוחרים פרובירן אריינצוברענגען נייע מאדעס און סטיילס, די וועלט ווערט מער מגושם און מען ברענגט אריין די פראסטקייט אין די היינטיגע בחורים וועלכע זענען שוין גענוג צעפראסקעט אין די היינטיגע משוגע'נע וועלט, היינטיגע בחורים זענען שוין באלד ערגער ווי פרויען מיט די פעשאן משוגעת'ן, פון די הוט, ברילן, בעקישע, רעקל, העמד, ביז די פאסיק, הויזן, שיך, יו נעים איט... און עס גייט ווייטער נאך די חתונה צום שטריימל, און אנדערע משוגע'נע אומוויכטיגע הוצאות החתונה און שפעטער אויפרייסענדע וואך נאכטס און אנדערע שמחות. עס איז א שאנדע וואס די סוחרים טוען מיט אונז! און איך גיב קרעדיט פאר יעדן איינעם וואס גייט אקעגן דעם שטראם, צוריקצוהאלטן די צעדרייטע הנהגות וואס איז ממש מעביר את האדם מדעת קונו.אבער א קרום ווארט קעגן עפעס א דיקטאטאר, דאס איז שוין "נעגאטיוו".....
- קאווע שטיבל שרייבערס
- סוחרים
- סטיילס
- היינטיגע בחורים
- הוט, ברילן, בעקישע, רעקל, העמד, ביז די פאסיק, הויזן, שיך, יו נעים איט
וירח ה' את ריח הניחוח
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
האט ער דען געזאגט אז מ'טאר נישט האבן קיין דיבעיט? האט ער אטאקירט דאס פרייהייט פון ווארט? ער זאגט סך הכל אז נישט א יעדע זאך וואס דארף תיקון מוז אטאקירט ווערען נאר ווייל ס'צוימט עפעס אין לעבן, מ'דארף געבן פאר אונזער סיסטעם פונקט אזוי פול פלאץ ווי מ'געט פאר law and order אין די אלגעמיינע וועלט, ווי מ'פארשטייט אז ס'דא דא תקנות פאר אונזער אייגן גוטס, אפגעזעהן ווער ס'איז די מתקן. די זעלבע פרייהיייט אין עקסעפטענס וואס מיר ווילן אלס אנטי-סיסטעם דארפן מיר ערלויבן פאר דער פרומער אויך.נוח האט געשריבן:ניין, מ'קומט נישט דא האקן. דא איז אן אפענען פלאטפארמע און מ'קומט עס דעבאטירן, ב"ה אז ס'איז דא פון ביידע זייטן אזוי ווי עס דארף זיין. יא, יעדע תקנת הציבור דארף זיין אפן פאר דעבאטע, און די בלויזע פאקט אז ס'איז מעגליך צו קריטיקירן און אז עס זענען דא קריטיקירערס איז נישט קיין חסרון, נאר א מעלה. און איך זאג דאס אפילו אויב א געוויסע תקנה איז גערעכט. אפילו אויב ס'איז גערעכט איז א דבר גדול אז איינער וואס האלט אז ס'איז נישט גערעכט זאל קענען לאזן הערן זיין מיינונג.שמעקעדיג האט געשריבן:אויף יעדע זאך וואס מען פרובירט צו מתקן זיין קומט מען דא האקן און זיך אויסרעדן... חברה, אלעס האט א שיעור. אויכעט ליבעראלקייט!
ס'נישטא קיין מציאות אז א יעדע גשמיות'דיגע זאך איז פערפעקט. ס'זעהט נישט אויס אז ער האט אן אישו מוט זיך אויסרעדען per se, מ'מעג אלעס דעבעיטן, ער זאגט נאר אז נישט אלעס וואס צוימט איז אפגעפרעגט אויפ'ן פלאץ כאילו מ'דארף דאס אטאמאטיש אטאקירן.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך האב שוין גראדע אמאל געעפנט א אשכול פון די נעגאטיוויטעט פון קאווע שטיבל.
הגם עס איז אמת וואס דו [נוח] שרייבסט, דא איז א פובליק פלאטפארמע אויסצולופטערן אלע סארט נושאים בפרט אין אונזער אידישקייט, אבער האמת ניתן להיאמר אז דא טרעפט מען אייביג בלויז קריטיק קעגן אלץ און אלעמען, כמעט נישט דא צו געפינען עפעס א גוט ווארט אויף רבנים און כלל טוער, יעדע זאך וואס איינער טוט, מעג ער מיינען דאס בעסטע, ווערט גלייך אראפגעריסן אלס א דיקטאטור וואס מיינט נאר זיך, כאילו יעדער וויל די שלעכטס פון כלל ישראל, און מען מאכט ליצי ליצנות פון יעדע זאך. ק"ש איז בכלל געווארן לעצטנס זייער לינקס, בפרט נאך די גזירת החינוך (מיט'ן אויסנאם פון געציילטע ניקס), און איך האב נאך אין פלאן צו שרייבן איין טאג דערוועגן בל"נ.
איך האב שוין כמ"פ געשריבן אז איך בין א חסיד פון באלאנס. אמת אז עס זענען פאראן רבנים און עסקנים וואס זענען סעלפיש און ליידן פון גאווה און עקשנות, עס איז אבער אויך אמת אז נישט יעדער איז אזוי. דא אויף ק"ש קען מען, צב"ש מאכן ליצנות פון רמ"ד נידערמאן, א איד וואס האט דעדיקעיטעד זיין לעבן צו העלפן אנדערע אידן מיט א אבנארמאלע געטריישאפט בלי תשלום גמול, פונקט ווי מען מאכט ליצנות פון תהלים כולל אדער פון א רבי וואס איז פארנומען אפשפרעכן עין הרע פאר גראבע פרייזן וכדו'.
עס זענען פאראן אסאך ניקס וואס האלטן אז יעדן וואס מען איז חושד אויף שמוץ איז זיכער שמוציג בלי שום יוצא מן הכלל. יעדע פרוי איז א אומשולדיגע רחמנות און יעדע מאן איז א אביוזער. יעדע רבי א בעל גאוה און יעדע עסקן א סעלפיש מענטש וואס האט ליב צו פארן מיט לעלוס. סארי, אבער כי לא מחכמה שאלת את זאת. א מענטש וואס קען נישט באלאנסירן זיינע מיינונגען איז ווייט פון בגדר חכמה. דאס באשמוצן אזויפיל מענטשן דא כסדר קומט ענדערש פון פארביטערטקייט און ווייטאג, נישט פון חכמה.
ווען איך הער א נייע תקנה אדער עני נייע קענצעפט, פרוביר איך מיר ארויסנעמען פונעם בילד, און קוקן אבדזשעקטיוו אויף דעם ענין. לאמיר למשל נעמען דעם ענין פון האקן אויף טעכנאלאגיע, כאטש עס איז מיר שטארק נוגע ווייל איך פארמאג אויך א סמארטפאון, וועל איך אנקוקן געוויסע מערכות אלס וויכטיג, ווייל ליידער נישט יעדער נוצט טעכנאלאגיע אחריות'דיג און עס איז בלי ספק גורם חורבנות, ממילא איז וויכטיג צו מאכן עווערנעס, סיי ביי טאטעס וואס ווייסן נישט ווי פיפיג און כיטרע זייערע קינדער זענען, און סיי ביי די יונגע דור צו וויסן אז עס איז א שפיל מיט פייער, ברוחניות פונקט ווי בגשמיות. אויב רעדט מען צו זיי ווי נארמאלע מענטשן, פשוט א הסברה קאמפיין, בין איך אלל-דע-וועי פאר די מסדרים. אבער אויב הייבט מען אן האקן ווי וואנזיניגע חברה, מען הייסט די קינדער זיין מחוצפים פאר עלטערן, אדער מען פארלאנגט אז טאטעס זאלן פאדערן פון די הנהלה נישט אריינצולאזן אין די מוסדות קינדער וואס זייערע עלטערן פארמאגן טעכנאלאגיע (א שטייגער ווי רצ"מ זילבערבערג פאר ר"ה) דאן וועל איך אויך ארויסגיין בחרב ובחנות. די רול איז איין זאך - ווילסטו פרובירן אויפצוטון ווי א נארמאלער מענטש, ווי מער פאזיטיוו שייך, אויף א אופן וואס זאל ברענגען פאזיטיווע רעזולטאטן, דארף מען געבן קרעדיט ווי קרעדיט איז due - אבער אויב ביסטו א צעווילדעוועטער נעגאטיווער מענטש וואס האקסט אויף יעדן איינעם און דו מאכסט אידישקייט פארביטערט, דאן פארדינסטו א פסק און יא, קריטיק אויף קאווע שטיבל.
ליידער א גרויסע עולם דא וועט זיך נישט מתבונן זיין בין דם לדם בין דין לדין. מען פרייעט זיך כעל כל הון אויף יעדע עוולה אדער טעות פון היימישע חסיד'ישע אידן. עפעס קאכט אין זיי. מען זעהט קלאר דעם 'השנאה מקלקלת את השורה', זיי קענען נישט טראכטן ראציאנאל, יעדע תגובה, אמאל אפן און אמאל צווישן די שורות, איז אנגעפיקעוועט מיט האס און בלינדע שנאה. און אויף דעם ארויף איז געווען מיין תגובה אז עס הערשט דא לעצטנס א שרעקליכע נעגאטיוויטעט.
אז דו קומסט צוזאמשטעלן מיין תגובה, וואס איך רעד מיך אפ איינמאל אין א יובל אויף די נעגאטיווע קריטיקירנדע לופט וואס הערשט דא, אינאיינעם מיט די איבריגע נעגאטיוויטעט, קען איך נישט מער זאגן אויף דיר ווי "נעבעך". חז"ל זאגן אם אין דעת הבדלה מנין, עס איז נישט מיין ווארט.
=====
וואלווי האקט. ער זאגט ריכטיג...

שמעקעדיג: איך בין מסכים מיט א יעדעס ווארט וואס דו זאגסט דא אין די תגובה. ספעציעל נעמט מיך ארויס פון די כלים ווען מ'מאכט סתם אזוי ליצנות פון א איד וואס האט זיך אוועקגעגעבן אינאנצן לטובת הכלל והפרט ווי רמ"ד נידערמאן שליט"א. איך קען א ביסל מלמד זכות זיין אויף די האקערס און סתם ליצנים אז זייער נעגאטיווקייט קומט פון אומ-וויסן. כאטש עס איז נישט קיין תירוץ. אבער איך בין זיכער אז אויב זיי וואלטן געוויסט אפילו נאר א ביסל פון זיין עסקנות וואלטן זיי געלאפן איהם בעטן מחילה. משא"כ א סאך אנדערע אזוי-גערופענע עסקנים מיינען נאר די פאטאו-אפ און שטיין אין די צייטונגען. נאר פארשטייצעך, אז ס'זענען ב"ה דא א סאך אנדערע געוועזענע עסקנים און היינטיגע וועלכע העלפן אנדערע אידן. סיי יחידים און סיי כלל ישראל...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
האסט א שטארקע נקידה. אבער פון די אנדערע זייט דארפסטו פארשטיין אז צו ברעטשן ווי גוט אונז זענען און אז אלעס פארט פיין ב"ה אויף דעם קען מען דאך שמועסן אפן אין ביהמ"ד אדער אויף אייוועלט. דאס איז די איינציגסטע היימישע ווינקל ווי מען קען לאזן הערן א פארקערטע ציפעדיגע מיינונג, אטאמאטיש איז די נעגאטיוועטי מער ווי די פאזעטיוועטי.שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב שוין גראדע אמאל געעפנט א אשכול פון די נעגאטיוויטעט פון קאווע שטיבל.
הגם עס איז אמת וואס דו [נוח] שרייבסט, דא איז א פובליק פלאטפארמע אויסצולופטערן אלע סארט נושאים בפרט אין אונזער אידישקייט, אבער האמת ניתן להיאמר אז דא טרעפט מען אייביג בלויז קריטיק קעגן אלץ און אלעמען, כמעט נישט דא צו געפינען עפעס א גוט ווארט אויף רבנים און כלל טוער, יעדע זאך וואס איינער טוט, מעג ער מיינען דאס בעסטע, ווערט גלייך אראפגעריסן אלס א דיקטאטור וואס מיינט נאר זיך, כאילו יעדער וויל די שלעכטס פון כלל ישראל, און מען מאכט ליצי ליצנות פון יעדע זאך. ק"ש איז בכלל געווארן לעצטנס זייער לינקס, בפרט נאך די גזירת החינוך (מיט'ן אויסנאם פון געציילטע ניקס), און איך האב נאך אין פלאן צו שרייבן איין טאג דערוועגן בל"נ.
איך האב שוין כמ"פ געשריבן אז איך בין א חסיד פון באלאנס. אמת אז עס זענען פאראן רבנים און עסקנים וואס זענען סעלפיש און ליידן פון גאווה און עקשנות, עס איז אבער אויך אמת אז נישט יעדער איז אזוי. דא אויף ק"ש קען מען, צב"ש מאכן ליצנות פון רמ"ד נידערמאן, א איד וואס האט דעדיקעיטעד זיין לעבן צו העלפן אנדערע אידן מיט א אבנארמאלע געטרייישאפט, פונקט ווי מען מאכט ליצנות פון תהלים כולל אדער פון א רבי וואס איז פארנומען אפשפרעכן עין הרע פאר גראבע פרייזן וכדו'.
עס זענען פאראן אסאך ניקס וואס האלטן אז יעדן וואס מען איז חושד אויף שמוץ איז זיכער שמוציג בלי שום יוצא מן הכלל. יעדע פרוי איז א אומשולדיגע רחמנות און יעדע מאן איז א אביוזער. יעדע רבי א בעל גאוה און יעדע עסקן א סעלפיש מענטש וואס האט ליב צו פארן מיט לעלוס. סארי, אבער כי לא מחכמה שאלת את זאת. א מענטש וואס קען נישט באלאנסירן זיינע מיינונגען איז ווייט פון בגדר חכמה. דאס באשמוצן אזויפיל מענטשן דא כסדר קומט ענדערש פון פארביטערטקייט און ווייטאג, נישט פון חכמה.
ווען איך הער א נייע תקנה אדער עני נייע קענצעפט, פרוביר איך מיר ארויסנעמען פונעם בילד, און קוקן אבדזשעקטיוו אויף דעם ענין. לאמיר למשל נעמען דעם ענין פון האקן אויף טעכנאלאגיע, כאטש עס איז מיר שטארק נוגע ווייל איך פארמאג אויך א סמארטפאון, וועל איך אנקוקן געוויסע מערכות אלס וויכטיג, ווייל ליידער נישט יעדער נוצט טעכנאלאגיע אחריות'דיג און עס איז בלי ספק גורם חורבנות, ממילא איז וויכטיג צו מאכן עווערנעס, סיי ביי טאטעס וואס ווייסן נישט ווי פיפיג און כיטרע זייערע קינדער זענען, און סיי ביי די יונגע דור צו וויסן אז עס איז א שפיל מיט פייער, ברוחניות פונקט ווי בגשמיות. אויב רעדט מען צו זיי ווי נארמאלע מענטשן, פשוט א הסברה קאמפיין, בין איך אלל-דע-וועי פאר די חברה. אבער אויב הייבט מען אן האקן ווי וואנזיניגע חברה, מען הייסט די קינדער זיין מחוצפים פאר עלטערן, אדער מען פארלאנגט אז טאטעס זאלן פאדערן פון די הנהלה נישט אריינצולאזן אין די מוסדות קינדער וואס זייערע עלטערן פארמאגן טעכנאלאגיע (א שטייגער ווי רצ"מ זילבערבערג פאר ר"ה) דאן וועל איך אויך ארויסגיין בחרב ובחנות. די רול איז איין זאך - ווילסטו פרובירן אויפצוטון ווי א נארמאלער מענטש, ווי מער פאזיטיוו שייך, אויף א אופן וואס זאל ברענגען פאזיטיווע רעזולטאטן, דארף מען געבן קרעדיט ווי קרעדיט איז due - אבער אויב ביסטו א צעווילדעוועטער נעגאטיווער מענטש וואס האקסט אויף יעדן איינעם און דו מאכסט אידישקייט פארביטערט, דאן פארדינסטו א פסק און יא, קריטיק אויף קאווע שטיבל.
ליידער א גרויסע עולם דא וועט זיך נישט מתבונן זיין בין דם לדם בין דין לדין. מען פרייעט זיך כעל כל הון אויף יעדע עוולה אדער טעות פון היימישע חסיד'ישע אידן. עפעס קאכט אין זיי. מען זעהט קלאר דעם 'השנאה מקלקלת את השורה', זיי קענען נישט טראכטן ראציאנאל, יעדע תגובה, אמאל אפן און אמאל צווישן די שורות, איז אנגעפיקעוועט מיט האס און בלינדע שנאה. און אויף דעם ארויף איז געווען מיין תגובה אז עס הערשט דא לעצטנס א שרעקליכע נעגאטיוויטעט.
אז דו קומסט צוזאמשטעלן מיין תגובה, וואס איך רעד מיך אפ איינמאל אין א יובל אויף די נעגאטיווע קריטיקירנדע לופט וואס הערשט דא, אינאיינעם מיט די איבריגע נעגאטיוויטעט, קען איך נישט מער זאגן אויף דיר ווי "נעבעך". חז"ל זאגן אם אין דעת הבדלה מנין, עס איז נישט מיין ווארט.
=====
וואלווי האקט. ער זאגט ריכטיג...
אודאי איז דא די וואס זענען לינק לשם לינק, אדער אויפגעקלערט לשם אויפגעקלערט און די סימן דערצו ברענגט טאקע דארטן @יידל אז מען זעט אז יענער פראבירט דוקה צו גיין אייביג אויף די נעגאטיווע לינקע אויפן.
אבער דאס איז אלעס אויב די קענסט א מענטש אין ריל לייף פערזענליך וואס פירט זיך אזוי אויף. מיט אזא איינעם איז נישט ווערט צו שטיין אין ווארט, אויף אלעס און אלעמען זיכט ער דוקה שמיץ און נעגאטיוואטי. עס איז געווענטליך נישט געשמאק צו שטיין מיט אזא איינעם אין ווארט, און מען שטיין ווי ווייטער פון אזא איינעם.
אנדערש איז אבער קאווע שטיבל. וואס נאכן זיך אנהערן אין די גאנצע ביהמ"ד צוואנציג מאל ווי ריכטיג און געשמאק עפעס איז, און מען מוז זיך האלטן דאס מויל, ווייל אויב נישט ווערסטו גלייך אן אפיקורס, קומט מען זיך אויסוויינען אין קאווע שטיבל און מען ברענגט ארויס א צווייטע מיינונג. איך באמערק אז די לייקסט געווענטליך נישט מיינע ארטיקלען און בפרט די נעגאטיווע, אבער זאלסט נישט מיינען אז איך דריי זיך ארום אין ביהמ"ד און איך שריי אגאנצן טאג אויפן שמש אז ס'איז צו קאלט/הייס. בכלל נישט, איך בין א פרייליכע אידל וואס ווען עפעס מאכט סענס און האט פשט דאן וועל איך מיטהאלטן דערמיט, אבער אז עס האט לעכער און פראבלעמען מוז מען עס נישט איגנארירן בלויז ווייל אזוי טוט מען און די האסט נישט קיין זכות דיבור.
איך רעד דא טאקע בלויז וועגן מיר, און ס'איז טאקע דא אנדערע וואס זענען בטבע אגאנצן טאג נעגאטיוו, אבער איך וויל נאר אנמערקן אז אין אונזער שטיבל קען אסאך שנעלער אויסקוקן ווי געוויסע זענען נעגאטיוו, ווען אין ווארהייט איז פשוט דא זייער פלאץ ווי זיי ריליסן זייער ביסל נעגאטיוועטי.
עס איז אויך אמת דאכצעך אז מיט די יארן ביסטו געווארן מער באזעצן, די דרייסט זיך שוין מער אויף אייוועלט, דיינע בחורים זענען דיר אויפגעוואקסן, די מיטל עידזש קריזיס האט דיר שוין דערגרייכט, אין די קוקסט שוין אהן די וועלט פון א אנדערע קוק ווינקל. גיב אביסל ספעיס פאר די וואס האלטן נאכנישט דארטן...
------
בנוגע די טעמע זעלבסט פעלט מיר אביסל קאנטעקסט, ווייל איך האב נישט געליינט די ארטיקל פון הרב בערגער. אבער דאכצעך אז מען קען דא צוצייכענען די ארטיקל וואס רעדט אויף אן ענדליכע נושא. דא איז אויך דא א שרייבער וואס ניצט אויס די פארגעשריטנקייט פונעם דור צו קענען שרייבן א קאלום באיצטלא דרבנן, און דאס ברענגט אים זיין פרנסה. און ער ניצט עס אויס אויף צו האקן קעגן די בעלי בתים וואס זיכן אויך אויסצוניצן די פארגעשריטנקייט צו מאכן אביסל פרנסה אין זייער פעלד.
נאכאמאל, איך ווייס נישט אויב דא איז דאס די פאל, איך ליין נישט הרב בערגערס ארטיקלען. אבער איך צייכן נאר אן אז דאס איז מעגליך דא די זעלבע נושא. איינער ניצט זיין פרנסה פון רעדן אדער שרייבן אראפצוהאקן אנדערע, ווען בשעת מעשה ניצט ער אויך די זעלבע טאקטיקן פון מאדערנקייט זיך צו קענען בויען און מאכן די מאגאזין מער רייצנד... טאקע אויך פארן אינגען דור וואס דארפן דאך זיצן און לערנען און נישט זיין אריינגעטון אין די עולם הזה...
אויב בין איך ראונג דא דאן האב איך גארנישט געזאגט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
דאפלט
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:מתבודד האט געשריבן:הרב שמעקעדיג, איך אגרי אז די זאכן זענען ארויס פון פראפארציע, און אדרבה פאררעכט די קרומע חינוך סיסטעם, לייג אריין אביסל מער שכל, פאקוס מער אויף איכות, טו עפעס צו פאררעכטן די שורש הדבר פארוואס אונזערע בחורים זוכן צו זיין פעעשין מאדעלס. פון ערגעץ קומט עס, ניין?
אבער דער מהלך פון לייגן איסורים ע”ג איסורים איז א קאפי פון די כעלעמ’ער שפיטאל-לעבן-צובראכענע-בריק סטראטעגיע און ווייזט זיך געווענליך ארויס צו זיין קנאפ ווירקזאם אין די לאנג ראן.
ביסט טיילווייז גערעכט. אז דו וועסט קוקן אין מיינע עלטערע אשכולות, וועסטו טרעפן די זעלבע סארט טענות. אבער היינט, האבנדיג א שטוב מיט בחורים און מיטהאלטנדיג שטובער פון מיינע חברים, און מיטהאלטנדיג ווי נידריג די וועלט האט זיך דערקייקלט די לעצטערע יארן, זעה איך צוויי זאכן. איינס, אז לכה"פ אין טייל ישיבות, ליגט מען היינט א גרויסע דגוש אויף ווארעמקייט און ליבשאפט. די מחנכים לעבן נישט אויף אן אנדערע פלאנעט ווי אונז, זיי זעהען וואס מיר זעהען און זיי פרובירן שווער אריינצולייגן די ריכטיגע אינגרידיענטס אין די בחורים. א גוטע ביישפיל איז די לעצטיגע ארגאניזאציע "משכני" וועלכע פרובירן צו ערפילן דעם חלל וואס בחורים קוקן ארויס דערויף.
צווייטנס, מזה וגם מזה אל תנח ידיך. דאס וואס ראשי ישיבות לייגן יא אדער נישט אריין, בארעכטיגט נישט וואס די סוחרים און מארקעטער טוען מיט אונז און אונזערע קינדער. זיי שלעפן אראפ דעם דור צוליב זייער גלוסט פאר געלט. איך פארגין יעדן צו זיין עשירים, אבער נישט אויפ'ן חשבון פון אונזער ציבור! הערט אויף צו מאדערניזירן און פאר'חיצוניותדיגן יעדע זאך וואס מיר פארמאגן! נישט קיין חילוק וויפיל ווארעמקייט א מגיד שיעור וועט אריינלייגן אין א בחור, אויב די גאנצע וועלט רייצט און גלוסט, יעדע צייטונג און מאגאזין וואס ער עפנט טרעפט ער מה שחשקה נפשו און די שפייעכץ רינט אים פון קנאה, און נאכדעם זעהט ער נאך זיינע חברים זיך איינהאנדלען די זאכן, איינער מיט א בעקישע און א צווייטער מיט א תפלין בייטל, דאן וועט דער בחור אנהייבן פארפירן און רעוואלטירן אז ער דארף אויכעט, ער וויל נישט בלייבן דער אויסגעשפילטער קינד, און מיט רעכט... ממילא מוז מען צומאל מאכן תקנות, פשוט אז די נארישע קנאה און רייץ זאל נישט האבן וואו חל צו זיין.
ביסט הייליג גערעכט כלפי די עוולה פון די קאמפאניס וואס איז, אגב, בזעיר אנפין די זעלבע וואס ווערט געטון דורך די גרויסע סאושעל מידיע קאמפאניס צו די אלגעמיינע יוגנט, ועל זה ידוו כל הפאליטישאנס ופראפעסארן...
אבער וואס אנבאלאנגט די ישיבות איז טאקע דאס די ווייטאג אז אין אזא זמן און תקופה ווען בחורים זענען אזוי אנגעוויזן אויף פערזענליכע ליבשאפט, אויף אמת’ע און ריינע השקפה, אויף קלארקייט אין אלעס בנוגע אידישקייט, אויף א אוזן קשבת צו זייערע אינערליכע ראנגלענישן און ספיקות, אויף זען א מוסטער פון אמת’דיגקייט און ארנטליכקייט, זענען אלע ישיבות צו רוב ישיבות וואס באלאנגן פאר א קאמפאני/חסידות, בהכרח געצווינגען אריינצולייגן אין זייער בחורים און צעירים א געוויסע מאס בולשיתא אויפן פערזענעליכן פארלאנג און עקספעקטעישן פון די הויכע פענסטער. ביודעי ומכירי קאמינא, כ’פלעג אויך אמאל מיינען און האפן אז ס’איז שקרים און דמיונות אבער ליידער די מציאות האט מיר צופיל מאל געפראסקעט אין פנים.
והשתא דאתית להכי וועסטו פארשטיין על מה יצא הקצף. די ישיבה/חסידות הנ”ל קען רואיג פיגורירן אויף די אויבן אן פון די דאזיגע וואס זענען פארנומען אריינצולייגן אין זייערע בחורים - חוץ שטייטצעך תורה וחסידות און יר”ש - אסאך שטותים והבלים שלא שיערום אבותיהם, און דאס גייט בהכרח אויפן חשבון פון צייט און ענערזשי וואס וואלט געקענט גענוצט ווערן אויף א מהלך און אופן סאך מער לתועלת פאר די בחורים.
והנה, אט א פרישע מהלך צו ארויסהעלפן דעם בחור, א טיש בעקיטשע איז אסור. דער כאניאק איז במילא געגאנגן ביז היינט מיט א סטייל וואס איך האב געהאט ביי מיין בר מצוה, ווידעראום דער ’באם’, וואס מ’האט דאך אים לכתחילה געצילט מיט'ן תקנה, צו דען ווייסט ער וואס מ’וויל פון אים? גיבסטו אים א תחליף אויף זיין תאווה צו אויסקוקן ווי א נקיבה, צו זיך שיין מאכן? אדער אויב וועט ער קומען פרעגן וועגן דעם וועט אים דער משגיח, נאך פארן הערן וואס ער זאגט, פארהאלטן פארן נישט קומען צום טיש?!
---
סארי פאר די אריכות אבער די נושא איז א ווייטאגליכע. רבים חללים הפילה.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
די וואך (פ' לך לך תשפ"ג) אין מאמענט + האט הרב חיים שלמה בערגער נאכאלץ געדרשנ'ט איבער די געבלימטע בעקישעס. ער פארציילט נישט קיין שום חידושים. ס'ווערט נאר איבערגעקייעט די אלטע מעשיות. אזוי כבדרך אגב דערמאנט ער אויך וויזשניץ (מאנסי) לשבח. אז איינער האט איהם געזאגט אז חסידי וויזשניץ האלטן אויך נישט פון די געבלימטע בעקישעס.
מיין שאלה איז. וואס וועללן יעצט טון די העליגע רעבעס? צי וועללן זיי אויך מוותר זיין אויף די געבלימטע בעקישעס. וועלכע זענען שוין ממילא זייער שטארק אויפפאלנד. זיי זעהען ענדערש אויס ווי די חתונה קליידער פון פרויען, (רח"ל)...!