וואס איז כפירה. א העדר האמונה. אדער א ישות פאר זיך?.
נשלח: מוצ"ש מערץ 12, 2022 11:47 pm
ווען איך האב געליינט די געשיכטע פון א מאדערנעם אמעריקאנער ראביי, (וועלכער איז יא א מאמין אין השגחה פרטית) איז מיר בייגעפאללן די חקירה. אויב כפירה איז א העדר האמונה. דער מענטש גלייבט נישט אין באשעפער. אדער אז דער אייבישטער פיהרט די וועלט. דאמאלס אין וואס אדער אין וועים גלייבט ער יא? אדער גלייבט ער אין אן אנדער'ן ישות ווי הקב"ה. ומעשה שהיה כך היה. (דער אמעריקאנער רב האט עס פארציילט)... ער האט דאמאלס געוואוינט אין שיקאגא. ער האט אפגעשמועסט מיט זיין ברודער אז ער וועט איהם געבן זיין אלטע קאר ארומצופארן.ס'איז געווען אפגעשמועסט אז די קאר וועט אנקומען צו א האטעל בערך 3 מייל אוועק פון עירפארט. ארויסגיינעדיג פון עירפארט האט ער באמערקט ווי פונקטליך אקעגן איבער איז דא א (שלעפער) טראק מיט א קאר אזוי זיין ברודער'ס צוגעטשעפעט. איז ער צוגעגאנגען צום דרייווער און געפרעגט אויב די קאר דארף מען דעליווערן צו איהם. זאגט דער דרייווער, יא. האט איהם דער ראביי געזאגט. ..."דו זעהסט וואספארא נס ס'איז יעצט געשעהן. ווען איך באמערק דיר נישט יעצט וואלט איך געגאנגען צו די אנדערע פלאץ. און דיר קיינמאל נישט געטראפן. זאגט דער דרייווער. (מסתמא א גוי.) ס'איז נישט קיין נס. (א טייל נישט גלויביגע גויים ווייסן דאך נישט וואס השגחה פרטית איז. מוז מען עס אנרופן א נס.) ס'איז נישט דא אזא זאך ווי נסים. דו ביסט נאר פשוט לאקי...וויפיהל דער רב האט פרובירט איינטענה'ן מיט איהם, האט ער זיך געהאלטן ביי זיינס. אז ס'איז נישט דא אזא זאך ווי א נס. א צווייטע מעשה איז געווען מיט אן אמעריקאנער באי
וועלכער איז אויך געווען א כופר. און ער האט געשריבן ארטיקלען פון כפירה. אין אן אינטערוויו מיט א זשורנאליסט פון אן איזראעלישן צייטונג האט איהם דער זשורנאליסט געבעטן אז ער זאלל פארציילן עפעס פון זיין יוגנט. האט ער פארציילט אז ווען ער איז געווען יונג איז ער געווען אין א קעמפ. איין טאג איז ער געגאנגען אויף א הייק מיט זיינע חברים. פלוצלינג איז געווארן זייער שטארק פארוואלקנט. און ס'האט אויסגעזעהן ווי ס'גייט זיין א שטארקער גאס פון רעגן. האבן זיי געזוכט א פלאץ וואו אריינצוגיין און זיך באשיצן פון רעגן. זיי האבן באמערקט א ..."גאזיבא"...אבער ס'איז געווען פארשפארט מיט א געיט. האבן די חברים באשלאסן אונטערצוקריכן דעם געיט. זיי האבן זיך געשטעלט אין א שורה. ווען ס'איז געקומען זיין ראיה, האטציך זיין חבר אריינגעשטופט פאר איהם. פונקטליך דאמאלס איז געקומען א בליץ און דער חבר איז (ל"ע) געהרג'ט געווארן. און נישט ער. פרעגט איהם דער איזראעלי זשורנאליסט...פון דעים זעסטו דאך אז ס'איז דיר געשעהן א נס. האט ער געענטפערט...ס'איז נישט דא אזא זאך ווי א נס. נאר דאס איז אזוי ווי א לאטערי . וועימענס גורל ס'איז, דער ווערט באטראפן...!
פון די מעשה זעה מיר אויך. אז 2 מענטשן זעהען די זעלבע זאך. איינער גלייבט אז ס'איהם געשעהן א נס. דער צווייטער האלט אז ס'איז א מקרה.
איז די שאלה וואס איז כפירה. א העדר פון אמונה. אדער א יש פאר זיך. אדער איז פארהאן א דריטער וועג. אזוי ווי אן אגנאסטיק...! ווער ס'ווייסט עפעס א (לאגישן) הכרע ווערט געבעטן זיך אנצורופן...!