בלאט 1 פון 36
האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 11:56 am
דורך [NAMELESS]
אין א דראמאטישע מעלדונג האט ר' מענדעלע האגער פון וויזניץ געמאלדען אז ער וויל מ'זאל רופן זיין חסידות "אחים" וויבאלד ווען איינער זאגט אז ער געהערט צו וויזניץ פרעגט מען אויב דאס מיינט "די הייליגע" אדער "די שוואנצאנעס". ממילא מיט די נייע נאמען וועט זיין קלאר.
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 1:05 pm
דורך [NAMELESS]
אחים סתם אדער וויזניץ-אחים?
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 2:58 pm
דורך סביב העולם
וואו איז @שבת אחים ווען מען דארף אים?
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 3:46 pm
דורך קהל'ס נער
איך האב א פילינג אז ר' מענדעלע שרייבט דא אינטערן ניק [tag]שבת אחים[/tag]
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 5:14 pm
דורך היסטאריע
אחים איז אלץ דער גמרא, אחים הספידא דהתם קאימנא.
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחי
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 5:22 pm
דורך טשילער
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 7:43 pm
דורך יאסל ראקאווער
מוז מען געבן קרעדיט פאר די הייליגע רבי אז ער איז שטאלץ צו זיין א שוואנץ. אין באבוב איז מען דורך א צען יאריגע דין תורה צו טוישען די נאמען פון באבוב-48 צו באבוב-45.
פון דא מעשה קען מען לערנען אז ווען מ'צווינגט ארויף שלא ברצון אויף א מענטש, סיי אימער, אפילו א אות און די נאמען! איז נאטירלעך צו פייטן דערפאר עד יום מותו. אבער פרייוויליג פארוואס נישט. וואס איז שוין א אות אין א נאמען. גארנישט מיט נישט. אויב האט מען קאנפידענץ טוישט מען גערן די נאמען אז יעדער זאל גלייך פארשטיין הרי אני שוואנץ. דאס איז מיין פאן און טראכט נישט פאר א סעקונדע אנדערש.
מיי הייליגע רבי!
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 9:23 pm
דורך קהל'ס נער
א אוהבים
ח סידים
י שועות
ם משה
*חסידים האוהבים ישעות משה*
קרדיט: ר' מנדל'ה
שוואנצנים גייען פאר א רי-ברענדינג, דערמאנט אביסל פון חיים שטינקאוויטש וואס האט זיך געטוישט די נאמען צי משה שטינקאוויטש
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2022 11:44 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז שוין אזוי קראנק דארט אז מען האלט שוין ביי א שינוי השם...
נשלח: מאנטאג מערץ 14, 2022 12:45 am
דורך שמעון וואלף
ר' מענדעלע האלט זיין עולם געשפאנט, יעדן טאג קוקט מען ארויס וואספארא חידושים די רבי וועט היינט פארקויפן.
ווי איך פארשטיי אבער, איז מיט יעדע משוגעת שאקלן זיך אפ נאך עטליכע מענטשן און איך האב מורא אז ביי די טיים ווען זיין נייע שול וועט זיין פערציג וועט ער זיין אן מנין
נשלח: מאנטאג מערץ 14, 2022 4:04 am
דורך וואלווי
נישט קיין זארג. מ'האט מקובל ביז פון אחיה השילוני אז ווילאנג ס'וועט זיין שטרוי וועט זיין קוען...
נשלח: מאנטאג מערץ 14, 2022 9:23 am
דורך [NAMELESS]
איך בין א פארברענטע חסיד פון מענדעלע. א מין חידוש נפלא ווי דער אינגערמאן האט קוראזש!
ער האט ווייסע בערד ביי זיך אין שול, אלע האבן שוין איינגעשטימט מיטן שוואנצאנעס קריזע, יעצט גייט מען א לעוול ארויף. וואו נעמט מען נאך פינף אזעלכע ווי אים, און די גאנצע בלאף פון אדמורי״ם ורבנים שווימט ארויף ווי א פתיל צף.
נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2022 3:35 pm
דורך שבת אחים
סביב העולם האט געשריבן:וואו איז @שבת אחים ווען מען דארף אים?
איך האב גאנץ ווייניג איינגעשטויסן מיט די גאנצע זאך. איך בין א חסיד פון די אהבת ישראל
זיינע קינדער, און געוויסע פון זיינע אייניקלעך. ס׳טוט מיר וויי אז א אייניקל פון מיין רבי איז ליידער נישט הונדערט פראצענט ביים דעת, נישט דאס איז וויזניץ.
וויזניץ באשטייט פון ליב האבן א יעדער איד אן קיין חשבונות אין די דרך הבעש״ט, די מעזריטשער מגיד, די רוזינער, און זיין זוהן רבי דוד משה טשורטקובער, די צמח צדיק, די אהבת ישראל, זייער חכמה, חסד און צדקות האבן ארויסגעהאלפן און מחזק געוועהן הונדערטער טויזנטער ארימע און פשוטע אידן אינדערהיים אין מזרח אייראפע.
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחי
נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2022 5:58 pm
דורך כרם זית
אחים אנו ברמאות.
נשלח: מוצ"ש מערץ 19, 2022 7:08 pm
דורך שאלתיאל
יהורם האט געשריבן:איך בין א פארברענטע חסיד פון מענדעלע. א מין חידוש נפלא ווי דער אינגערמאן האט קוראזש!
ער האט ווייסע בערד ביי זיך אין שול, אלע האבן שוין איינגעשטימט מיטן שוואנצאנעס קריזע, יעצט גייט מען א לעוול ארויף. וואו נעמט מען נאך פינף אזעלכע ווי אים, און די גאנצע בלאף פון אדמורי״ם ורבנים שווימט ארויף ווי א פתיל צף.
ביז ווי ווייט גייט די בלאף 'ארויפשווימען'? ביז דעם אהבת ישראל אדער אויך ביזן בעל שם טוב?
אן אריינגיין אין די נושא פון 'רבי'ס' מיין איך אז ס'קלאר אז דא איז א רעדע פון חולי הנפש
נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 8:35 am
דורך Chasidishmashpia
עס איז מיר אויסגעקומען צו פארברענגן מיט א חסיד זיינע און איך ווער געוואר אז ער פארמאגט גאנץ שיינע זאכן, למשל ענינים אין עבודה וואס ער פאדערט פון זיינע חסידים וכדומה. א שאד אז נאר זיינע משוגעתן קומען ארויס צום ברייטע ציבור.
נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 1:15 pm
דורך שאלתיאל
Chasidishmashpia האט געשריבן:עס איז מיר אויסגעקומען צו פארברענגן מיט א חסיד זיינע און איך ווער געוואר אז ער פארמאגט גאנץ שיינע זאכן, למשל ענינים אין עבודה וואס ער פאדערט פון זיינע חסידים וכדומה. א שאד אז נאר זיינע משוגעתן קומען ארויס צום ברייטע ציבור.
יצא שכרו בהפסדו. אפילו אויב דא און דארט קומען ארויס גוטע זאכן אבער דער באזיס, דער יסוד, איז קראנקער פון קראנק.
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 4:24 pm
דורך נו שוין
וואס איז געוועהן די נעכטיגע דרשה?
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 3:03 pm
דורך אגריפס המלך
איך הער זאגן אז מענדעלע האט געלייגט העסקן חיים מאיר מארקטוויטש מיט נאך 5 חברה אין חרם?
איינער מיט מער דיטעיל'ס?
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 4:49 pm
דורך צפת
פרטים ביטע...
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 11:36 pm
דורך אגריפס המלך
אגריפס המלך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 3:03 pm
איך הער זאגן אז מענדעלע האט געלייגט העסקן חיים מאיר מארקטוויטש מיט נאך 5 חברה אין חרם?
איינער מיט מער דיטעיל'ס?
איך הער זאגן אז די געווארפענע אין שפיץ פון חיים מאיר מארקאוויטש האבן געהאט היינט א מיטינג אין באבוב 45'טע ביהמ"ד אויף 49 ווי אזוי זיי קענען איבער בעטן דעם שמייליגן...
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 11:45 pm
דורך תפוח
היינט צופריה בערך 10:45 בין איך אדורכגעפארן בית המדרש הקדוש אויף 47 און געזעהן חיים מאיר געמיטלעך שמועסן אויפן שטיגן פארנט פון שוהל. (כרגיל)
ס'האט בכלל נישט אויסגעזעהן ווי עפעס גייט פאר
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 4:41 pm
דורך shadchan
אגריפס המלך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 3:03 pm
איך הער זאגן אז מענדעלע האט געלייגט העסקן חיים מאיר מארקטוויטש מיט נאך 5 חברה אין חרם?
איינער מיט מער דיטעיל'ס?
i think other people, not chaim mair markowitz