דו יא און איך נישט!?!

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
פאר'ן דאווענען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

דו יא און איך נישט!?!

שליחה דורך פאר'ן דאווענען »

איך זיץ מיר היינט צופרי באקוועם אויפן קאוטש טרינקענדיג א קאווע, און אינדערזייט האב איך מיר א בעג קליקס טשאקלעד, און איך עס איינס נאכן אנדערן צוזאמען מיטן קאווע, ס'קומט א פרישע טאג דאס ברענגט מיך אריין אינעם טאג מיט א פרישקייט.
און...
מיין זעקס יעריג אינגל שפאצירט זיך אריין.
טאטי, קען איך האבן א שטיקל?
אודאי מיין קינד, נאדיר איינע.
ער עסט עס אויף און ער בעט נאך איינס, איך געב איהם נאך איינס, און א מינוט שפעטער בעט ער נאך איינס, און איך זאג איהם האסט שוין געהאט צוויי ס'איז גענוג פאר דיר.

דאס קינד שטעלט אהן אזעלכע צוויי אויגן און ער געט א פרעג מיט א תמימות,
פארוואס דו יא און איך נישט????

א גוטע פראגע, איך האב נישט די תשובה דערויף. סתם ענטפערן "ווייל אזוי" האט דאך נישט קיין פשט, איך זוך א נארמאלען ענטפער וואס ער קען פארשטיין.
איז ווען ס'איז נישט דא גענוג, פארשטייט ער אז איך באקום א זכות קדימה, איך בין דאך די טאטע דא, אבער אין שאפע ליגט נאך קליקס מען קען דאך גיין נעמען נאך פון דארט, איז פארוואס קען ער נישט האבן אזוי ווי מיר?

אזוי אויך שלאפן פארשטייט א קינד אז ווי עלטער מ'איז דארף מען ווייניגער שלאף, און ממילא קען מען גיין שלאפן שפעטער, און אזוי אויך עסען עפעס וואס איז געזונט, איז ווי עלטער מ'איז דארף מען מער כח,(נישט אז זיי בעטן דעמאלטס מער), אבער עסן סתם דזשאנק אדער טשאקלאד, וואס א חילוק פון מיר ביז איהם???

איז די שאלה איז, וואס קען מען מסביר זיין פארן קינד, אז ער זאל פארשטיין, און אפשר טאקע איז נישט דא קיין תשובה און ס'איז טאקע נישט ריכטיג צו טון אזוי, נאר ער קען האבן אזויפיל ווי דו האסט.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

דיין געדערים איז פשוט גרעסער און טיפער פון זיינס.
פאר'ן דאווענען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

שליחה דורך פאר'ן דאווענען »

קודם כל וויאזוי ווייסטו מיין סייז און זיין סייז??? :lol: :lol:

און צווייטענס, ווען איך ענטפער אזוי הייבט זיך אן טענה'רייען, איך האב נאך גארנישט געגעסן היינט און די יא, און ממילא האב איך גענוג פלאץ וכו', און נאך טענות וואס נעמט נישט קיין עק.
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

ווייל אויף איהם ביסטו באלעבאס, אויף דיר אליין ליידער נישט.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

במושכל ראשון וואלט איך געזאגט אז דא (עכ״פ אין די פאל) ליגן דריי פראגעס התלויים זה בזה:

1). איז עס טאקע ריכטיג אז דער טאטע קען נעמען וויפיל ער וויל און דאס קינד נישט?

ואת״ל אז יא,
2). ווי אזוי איז מען דאס מסביר פאר א קינד און צי איז עס בכלל אפילו שייך?

ואת״ל ע״ז אז עס איז נישט שייך,
3). צי דארף מען זיך וועגן דעם צוריקהאלטן, על אף מען איז בעצם גערעכט?

אויף די ערשטע פראגע איז שייך צו ענטפערן אז בעצם אז יא. והיינו, דער טאטע האט דאס געקויפט, געצאלט דערפאר, און עס באלאנגט פאר אים, משא״כ דאס קינד. ואיה״נ מ׳קויפט דאס און מען געבט דאס פאר׳ן קינד אלס נאשעריי פאר חדר וכדומה, איז עס אבער פארט עפעס וואס מען געבט אים פון דעם טאטנ׳ס נכס.

וממילא קען מען אפשר פרובירן פארשטיין געבן דאס קינד אז פונקט ווי ווען ער האט א נאשעריי אין חדר און א חבר בעהט אים, האט ער א רעכט אפצומאכן וויפיל און ווען זיין חבר קען האבן און איז נישט מחוייב זיך צו צוטיילן מיט יענעם שוה בשוה וכדומה, ווייל עס איז דאך דארט אין יענעם קאנטעקסט ״זיינס״, כן הוא בנידון דידן. (דאס קען אבער האבן א פראבלעם וואו מען וויל צייגן דאס קינד אז ער איז ״מער״ ווי סתם א חבר צום טאט׳ן. ווי אויך אויב וויל מען בכלל אים לערנען איבער וויתור און געבן אא״וו.) ביי דעם קען מען טאקע נוצן די געלעגענהייט אלס א טיִטשעבּל מאמענט (ווענדענדיג זיך אין א קינד) איבער אים אויסלערנען די קאנצעפטן פון ownership, וואס שאפט דאס, דאס רעכט דערפון אא״וו.

טאמער האט מען אָנגעגעבן עפעס א סיבה פארוואס מ׳געבט אים נישט מער (צב״ש אלס געזונט), דארף מען אים מסביר זיין די סיבה דערונטער און די חילוק פארוואס דאס איז נישט (עכ״פ אזוי ווייט) נוגע פאר ערוואקסענע. וכמובן איז דאס נישט א סיבה של שקר.

אויב איז דאס אלס נישט שייך דעמאלטס דארף מען זיך טאקע צוריקהאלטן פונעם דאס טוהן פארנט פונעם קינד (וקצת כעין הגמרא בסוכה מה:).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

זייער גוט צונומען די סוגיא, אבער אחרי ככלות הכל זעיט דער קינד פאר די אויגן א טאטע א היפאקריט, גיי זיי עם מסביר [tag]מי אני[/tag]'ס פילוזפיה, ולדעתי, איז היפאקרעסי די ערגסטע זאך פאר חינוך.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

שרייבסט אליין פארוואס די יא און ער נישט
ס'קומט א פרישע טאג דאס ברענגט מיך אריין אינעם טאג מיט א פרישקייט.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
פאר'ן דאווענען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

שליחה דורך פאר'ן דאווענען »

זייער שיין @מי אני. מ'זעט אז די לייגסט אריין כוחות אין חינוך, ווער עס וויל זען נאך הדרכות אין חינוך פון @מי אני זאל קוקן דא.

מי אני האט געשריבן:במושכל ראשון וואלט איך געזאגט אז דא (עכ״פ אין די פאל) ליגן דריי פראגעס התלויים זה בזה:

1). איז עס טאקע ריכטיג אז דער טאטע קען נעמען וויפיל ער וויל און דאס קינד נישט?

ואת״ל אז יא,
2). ווי אזוי איז מען דאס מסביר פאר א קינד און צי איז עס בכלל אפילו שייך?

ואת״ל ע״ז אז עס איז נישט שייך,
3). צי דארף מען זיך וועגן דעם צוריקהאלטן, על אף מען איז בעצם גערעכט?


דאכט זיך די רמב"ם האלט אז ווען די גמרא זאגט ואת"ל נעמט מען אן לחומרא, איז לכאורה דא וואלט מען געדארפט מחמיר זיין און נישט נעמען מער פונעם קינד ;)

(כל הכבוד פאר @מי אני פארן שרייבן א תגובה אן קיין מראה מקומות (א גמרא מעג מען דאך דערמאנען...), און עפעס וואס מ'קען גרינג פארשטיין אן זיך דארפן מעמיק זיין דערין, !!We want more)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פאר'ן דאווענען האט געשריבן:קודם כל וויאזוי ווייסטו מיין סייז און זיין סייז??? :lol:

אה דאס קען מען מעסטן ביי די שבת'דיגע סעודה.....
וירח ה' את ריח הניחוח
גליקלעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך גליקלעך »

קהל'ס נער האט געשריבן:זייער גוט צונומען די סוגיא, אבער אחרי ככלות הכל זעיט דער קינד פאר די אויגן א טאטע א היפאקריט, גיי זיי עם מסביר [tag]מי אני[/tag]'ס פילוזפיה, ולדעתי, איז היפאקרעסי די ערגסטע זאך פאר חינוך.

עס איז בכלל נישט היפאקריטיע, און איך זעה נישט וואס די פותח האשכול’ס פראבלעם דא איז.

איך זאג אלץ פאר מיין צען יעריגס, ווען דו וועסט עסן אזויפיל געזונטע עסן וויפיל איך עס, וועסטו אויך קענען עסן אזויפיל זשאנק וויפיל איך עס.

ער עסט א האלבע געפילטע פיש און איך א גאנצע סעלמאן, ער עסט איין א האלב אייער פאר פרישטאג און איך דריי אייער, די זעלבע איז ביי נאכטמאל. און ער עקספעקט צו עסן די זעלבע סך קיפעלעך וויפיל איך עס?

איט דאזנט ווארק לייק דעט.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

איך פארשטיי נישט די שאלה. קשיא מעיקרא ליתא, זייט ווען איז דער טאטע מחויב צו געבן נאש פאר זיין קינד ? אדער זיך טיילען מיט זיינע זאכן ?
איך זאג אלס פאר מיין קינד "איך בין דיר גארנישט מחויב" !!!
די היינטיגע חינוך אז דער קינד פילט זיך גלייך מיט די עלטערן - איז אפגעפרעגט....
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די ווארט איז נישט "מחוייב". ער איז טאקע נישט מחויב. אבער אז דו לייגסט זיך א מינוט אריין אינעם קינד'ס קאפ, וואלסטו פארשטאנען זיין אישו: איך האב נישט קיין אייגענע געלט, קיין אייגענע קאר, איך קען נישט קויפן וואס איך וויל, ווען איך וויל, אבער מיין טאטע קען יא! יעצט זיצט ער דא מיט זיין פעוואריט נאש, איך גלוסט אויך צו האבן, איך האב אלזא נישט קיין אנדערע ברירה ווי צו שנארן פון מיין טאטע...
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט