בלאט 1 פון 1

נייע אנקעטע איבער אנטיסעמיטיזם — איבערהויפט ביי פרומע

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2022 1:55 pm
דורך שלום דין
ס׳האט מיר געבעטן א איד, ר׳ מארק טרענטשער, א פרומער אנפירער פון א ׳ריסורטש׳ אינסטיטוציע, ארויפצושטעלן דא א נייע סורוועי איבער אנטיסעמיטיזם, ספעציעל געמאכט אויף אידיש. ער וויל שטארק הערן פון היימישע, חסידישע, אידיש-רעדנדע. ער בעט אויך צי מען קען עס ווייטער ארומשיקן ביים היימישן ציבור, ולמצוה יחשב.
ְ
נ.ב. איך האב נישט אליין קיין קשר מיט׳ן סורוועי. איר קענט זיך אבער פארבינדן מיט מארק דירעקט אויב איר ווילט. מער אינפארמאציע קענט איר געפונען אויף זיין וועבזייטל, און זיין אימעיל איז mark@nishmaresearch.com. (ער׳ז א ווארעמער, פריינטליכער איד—קווענקלט נישט אויב איר האט אים עפעס צו פרעגן, הערות, וכו׳.)

דא איז די טעקסט פון אים:

מיר הייבן אן א וויכטיגע נייע אנקעטע (׳סורוועי׳), וועלכע זוכט אויסצופארשן די ערפארונגען און מיינונגען פון דעם גאנצן אידישן ציבור אויפ׳ן נושא פון אנטיסעמיטיזם. דאס וועט אויך זיין די ערשטע אנקעטע אויף גרונטליך אויסצופארשן די טעמע אין אלע קרייזן פון ארטאדאקסישן אידנטום. די אנקעטע איז גאנץ קורץ (בערך 7 מינוט) און מיר אפפערן צען $20 עמעזאָן מתנה קארטלעך.

דא איז דער לינק אויף זיך משתתף צו זיין. (אדער לייגט אריין http://bit.ly/Nishma-Antisemitism-Y אין אייער בראָוזער אדרעס באַר.)

א גרויסן יישר כוח פאר׳ן ארויסהעלפן.

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2022 3:27 pm
דורך היסטאריע
נישטא קיין זכר פין דער צוואנציג דאלאר.

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2022 6:37 pm
דורך שפילער
היסטאריע האט געשריבן:נישטא קיין זכר פין דער צוואנציג דאלאר.

נאכדעם ווינדערט מען זיך פארוואס סאיז דא אנטיסעמיטיזים

דער יוד איז אייביג פארנימען מיט די געלט...

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 1:15 am
דורך יעקב מעקסוועל
שלום עליכם ר' שלום, איך פריי מיר דיר צו זען דא.

אפשר ביסטו מהנה דעם עולם מיט אביסל שרייבערייען?

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 3:06 am
דורך berlbalaguleh
שפילער האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:נישטא קיין זכר פין דער צוואנציג דאלאר.

נאכדעם ווינדערט מען זיך פארוואס סאיז דא אנטיסעמיטיזים

דער יוד איז אייביג פארנימען מיט די געלט...

שפילער: מ'האט נישט געפרעגט וואס דער טעם, אדער סיבה איז. אויף דעים איז דא דער טעמי המנהגים. אדער רש"י. בשם ר' שמעון בר יוחאי...."הלכה היא בידוע שעשיו שונא ליעקב...וכו'"...!

דאס דערמאנט מיך א גוט ווערטל... עיין ב'פורים תורות.