בלאט 1 פון 2

פעדס ארעסטירן גרופע היימישע אידן רח"ל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:06 pm
דורך a1b2
http://www.nydailynews.com/new-york/bro ... -1.1137380
ווער עס ווייסט די נייעס זאל ביטע דערציילען

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 5:11 pm
דורך נולד מאוחר
זענען זיי ארויס אויף בעיל?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 6:14 pm
דורך Shmilly
אינטרעסאנט זיי שרייבן נישט ראביי דא

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 7:45 pm
דורך איינער
רבותי, מען גייט הערן מער און מער פון די מעשיות אז עס וועלט באלד מער נישט זיין קיין נייעס. די פאקט אז אונזער חינוך/סיסטעם לערנט נישט אויס וויאזוי צו מאכן פרנסה און דער אינטערנעט איז שוין אויכט פארבאטן, אזוי ווייט אז מען נעמט נישט אריין קיין קינדער וואס זייערע עלטערן האבן אינטערנעט. בלייבט נישט איבער קיין סך וועגן וויאזוי צו מאכן פרנסה אין אונזער געזעלשאפט ווי געלט איז קריטיקעל וויכטיג און שטארק ארויף געקוקט.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 18, 2012 9:35 pm
דורך gehlungen
איינער האט געשריבן:רבותי, מען גייט הערן מער און מער פון די מעשיות אז עס וועלט באלד מער נישט זיין קיין נייעס. די פאקט אז אונזער חינוך/סיסטעם לערנט נישט אויס וויאזוי צו מאכן פרנסה און דער אינטערנעט איז שוין אויכט פארבאטן, אזוי ווייט אז מען נעמט נישט אריין קיין קינדער וואס זייערע עלטערן האבן אינטערנעט. בלייבט נישט איבער קיין סך וועגן וויאזוי צו מאכן פרנסה אין אונזער געזעלשאפט ווי געלט איז קריטיקעל וויכטיג און שטארק ארויף געקוקט.

Look what time your nik was posted :o

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 18, 2012 9:41 pm
דורך [NAMELESS]
http://www.nypost.com/p/news/local/broo ... N8KF3Fxa7K

Drug-cash rap vs. Hasid trio
By BRUCE GOLDING
Last Updated: 5:54 AM, August 17, 2012
Posted: 1:24 AM, August 16, 2012

Three Hasidic Jews from Brooklyn were busted yesterday for allegedly laundering millions of dollars for an international drug ring that operates in Israel, England and the US.
The suspects collected drug cash in New York, Boston and Hartford on the orders of the gang’s Israeli leaders, then laundered it through a check-cashing business in Brooklyn, Manhattan federal prosecutors charged.
Samuel Ashkenazi, 43, allegedly served as the courier, with court papers saying he picked up “bulk currency” in amounts of up to $400,000.
The money was then counted, split up and distributed through The Money Spot in Brooklyn, which is owned by Samuel “Benzi” Goldberger, 34, Manhattan federal prosecutor Daniel Tehrani said in court.
The third defendant, Samuel Blau, 50, helped arrange a March pick-up of $300,000 from a Manhattan apartment, according to the men’s indictment.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 18, 2012 9:42 pm
דורך משה געציל
gehlungen האט געשריבן:
איינער האט געשריבן:רבותי, מען גייט הערן מער און מער פון די מעשיות אז עס וועלט באלד מער נישט זיין קיין נייעס. די פאקט אז אונזער חינוך/סיסטעם לערנט נישט אויס וויאזוי צו מאכן פרנסה און דער אינטערנעט איז שוין אויכט פארבאטן, אזוי ווייט אז מען נעמט נישט אריין קיין קינדער וואס זייערע עלטערן האבן אינטערנעט. בלייבט נישט איבער קיין סך וועגן וויאזוי צו מאכן פרנסה אין אונזער געזעלשאפט ווי געלט איז קריטיקעל וויכטיג און שטארק ארויף געקוקט.

Look what time your nik was posted :o

קודם כל איז 7:45 געווען פינף מינוט פארן שקיעה אין ניו יארק. והשנית אפשר איז ער אין פלארידא. והשלישית והוא העיקר, דו ווילסט מוחה זיין? גיי אין וומס״ב ב״פ שריי שבת! דא לאז פליז געמאכט.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 18, 2012 9:54 pm
דורך [NAMELESS]
אין אין די מאונטענס נאך שפעטער. דא אין לאק שעלדרעק איז די שקיעה געוועהן 7:55

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 18, 2012 11:28 pm
דורך איינער
gehlungen האט געשריבן:
איינער האט געשריבן:רבותי, מען גייט הערן מער און מער פון די מעשיות אז עס וועלט באלד מער נישט זיין קיין נייעס. די פאקט אז אונזער חינוך/סיסטעם לערנט נישט אויס וויאזוי צו מאכן פרנסה און דער אינטערנעט איז שוין אויכט פארבאטן, אזוי ווייט אז מען נעמט נישט אריין קיין קינדער וואס זייערע עלטערן האבן אינטערנעט. בלייבט נישט איבער קיין סך וועגן וויאזוי צו מאכן פרנסה אין אונזער געזעלשאפט ווי געלט איז קריטיקעל וויכטיג און שטארק ארויף געקוקט.

Look what time your nik was posted :o


אין דעם פלאץ ווי איך בין געווען דעם שבת איז די צייט געווען פארן זמן.

די קאווע שטיבל איז אינטערנאציאנאל.

Re: פעדס ארעסטירן גרופע היימישע אידן רח"ל

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:39 am
דורך איחוד פעלד
אקיצור,
וואס איז די מעשה מיט די חברה?
איז דא א היימישע ספין זיי צו פארענטפערען, אדער איז די תירוץ עמך ישראל צריכין פרנסה.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:29 am
דורך דבילה
איחוד פעלד האט געשריבן:אקיצור,
וואס איז די מעשה מיט די חברה?
איז דא א היימישע ספין זיי צו פארענטפערען, אדער איז די תירוץ עמך ישראל צריכין פרנסה.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android


פארוואס דארף מען א היימישע ספין? ווייל אפאר אנטיסעמיטן האבן נאכאמאל מחליט געווען צו ארעסטירן מאחב"י פעלט נאכנישט אויס צו פארענטפערן סיי וואס.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:10 am
דורך טעפל
מ'האט זיי יעצט ארויסגעלאזט

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:17 pm
דורך קאווע טרינקער
איינער האט געשריבן:רבותי, מען גייט הערן מער און מער פון די מעשיות אז עס וועלט באלד מער נישט זיין קיין נייעס. די פאקט אז אונזער חינוך/סיסטעם לערנט נישט אויס וויאזוי צו מאכן פרנסה און דער אינטערנעט איז שוין אויכט פארבאטן, אזוי ווייט אז מען נעמט נישט אריין קיין קינדער וואס זייערע עלטערן האבן אינטערנעט. בלייבט נישט איבער קיין סך וועגן וויאזוי צו מאכן פרנסה אין אונזער געזעלשאפט ווי געלט איז קריטיקעל וויכטיג און שטארק ארויף געקוקט.

אמת,
אבער אין דעם פאל, רעדט מען פון ביזזנעס פיפאל, וואס פארשטייען יא.
ס'איז פשוט א נסיון.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:18 pm
דורך נולד מאוחר
טעפל האט געשריבן:מ'האט זיי יעצט ארויסגעלאזט

פארוואס נישט בעפאר שבת? אזוי לאנג געווארט אויף בעיל? געווענליך ביי אונז ביז א שעה-צוויי איז דא דאס גאנצע בעיל?

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 7:02 pm
דורך שמיטה
טעפל האט געשריבן:מ'האט זיי יעצט ארויסגעלאזט

וואס טייטשט "יעצט" ארויסגעלאזט?
די דעלי ניוס וואס איז צוגעצייכענט ביים אנפאנג פונעם אשכול, שרייבט שוין פאריגע מיטוואך אז מ'האט 2 חברה ארויסגעלאזט אויף בעיל.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:19 am
דורך אשכנ
עס וואלט געווען א גרויסע חסד פאר אן ארגיניזאציע ארויסצוגעבען א קונטרס מיט די אלע געזעצען וואס אנ"ש זענען נישט געניג אינפארמירט, בפרט יונגערלייטלעך, און קענען אריינפאלען. למשל עניני כשר'ן, פראגראמען פראד, וכו'. אויב מ'וואלט ריכטיג פארשטאנען די געזעצען מיט זייערע תוצאות וואלטען ווייניגער אריינגעפאלען, כנלענ"ד.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:30 am
דורך חכם מחוכם
רב אשכנ, דאנט ווארי די אידאלאך וויסטן פונקטליך וואס מ’מעג און וואס נישט, וואס מ’דארף יא טוהן איז, אז ווען איינער היינט א צעטל אין ביהמ"ד, "ווער ס’וויל ארבעטן להלכה ולא למעשה, זאל רופן........", אזא איינעם דארף מען געבן אפאר און אין קאפ אזש ס’זאל וויי טאהן פאר אביסל
איינער האט געשריבן:רבותי, מען גייט הערן מער און מער פון די מעשיות אז עס וועלט באלד מער נישט זיין קיין נייעס. די פאקט אז אונזער חינוך/סיסטעם לערנט נישט אויס וויאזוי צו מאכן פרנסה און דער אינטערנעט איז שוין אויכט פארבאטן.

דאס איז די פראבלעם?, פראצענטיש ביי אונז איז דא גענוג גרויסע עשירים, מער ווי ביי די קלוגע ערפארענע גוים וואס קומען ארויס פון פאבליק סקול ווי מ’האט זיי יא אויסגעלערנט

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:07 am
דורך משכיל
אסאך מענטשען פארדינען ערליך געלט אבער דאס קאסט כח, די וואס פאלען אריין ווילען א לייכטען דאלאר וואס רופט זיך איזי מאני, דאס איז א גרויסע רייץ

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:25 am
דורך gehlungen
טעפל האט געשריבן:מ'האט זיי יעצט ארויסגעלאזט

They were shabbes in custody ??

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:40 am
דורך משכיל
מען האט היינט דינסטאג פרי ארעסטירט 5 מענטשען אין בורו פארק ווייסט איינער צו דאס אידן אדער גוים ?י

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:44 am
דורך ידען
מוסלימס.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:14 pm
דורך געפילטע פיש
חכם מחוכם האט געשריבן:דאס איז די פראבלעם?, פראצענטיש ביי אונז איז דא גענוג גרויסע עשירים, מער ווי ביי די קלוגע ערפארענע גוים וואס קומען ארויס פון פאבליק סקול ווי מ’האט זיי יא אויסגעלערנט

איך ווייס נישט, איך האב נישט געציילט אונזערע און זייערע עשירים, אבער דאס איז זעכער, אז פון די בעל בתישע מענטשען וואס מאכן א הונדערט צוויי הונדערט טויזענט א יאר געהאלט, איז דא סאך ווייניגער ביי אונז.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:26 pm
דורך נפתלי
געפילטע פיש האט געשריבן:
חכם מחוכם האט געשריבן:דאס איז די פראבלעם?, פראצענטיש ביי אונז איז דא גענוג גרויסע עשירים, מער ווי ביי די קלוגע ערפארענע גוים וואס קומען ארויס פון פאבליק סקול ווי מ’האט זיי יא אויסגעלערנט

איך ווייס נישט, איך האב נישט געציילט אונזערע און זייערע עשירים, אבער דאס איז זעכער, אז פון די בעל בתישע מענטשען וואס מאכן א הונדערט צוויי הונדערט טויזענט א יאר געהאלט, איז דא סאך ווייניגער ביי אונז.

פון די מיטעלע קלאס און ארימע קלאס איז אויך דא אסאך ווייניגער ביי אונז... כ'מיין וואס ווילסטו ס'איז בעצם דא ווייניגער אידן ווי גוים
מ'רעדט פראצענטואל.