בלאט 1 פון 2
אחר מטתו פון הגאון רבי חיים קנייבסקי - ווער נעמט איבער?
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 2:23 am
דורך שמעון וואלף
שטייענדיג נאכ'ן פטירה פון הגאון ר' חיים וועלכע איז בחייו באטיטעלט געווארן (בבחינת כל המוסיף גורע) אלץ שר התורה, איז אצינד געווארן אוועילעבל די לעיבל און געוויסע שארפן זיך שוין די ציין עס צו פארכאפן. די גרעסטע מארקעטערס זענען ריטעינד געווארן דורך די חצרות הקודש צו פראפאגנדירן מיטן טיטל פאר זייער מנהיג.
פון אונזער זייט עמיר דא פראבירן צו הערן די דעת הקהל און אזוי קומען צום החלטה ווער ס'וועט זוכה זיין צו דעם תואר - וואס מיינט בעצם גארנישט.
נו, וואס קלערט איר?
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 2:24 am
דורך בת קול
איך מיין אז די טיטל איז שוין ביי ר' גרשון אדלשטיין. נישט אזוי?
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 2:29 am
דורך שמעון וואלף
בת קול האט געשריבן:איך מיין אז די טיטל איז שוין ביי ר' גרשון אדלשטיין. נישט אזוי?
ער איז בלויז מרן ראש הישיבה.
די טיטל שר התורה איז נישט אויטאמאטיש געגעבן געווארן פאר יעדע מנהיג פון דגל התורה. רב שך און רב שטיינמאן האבן עס נישט באקומען. איך האב אבער מורא אז פון יעצט וועט עס יא אזוי זיין
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 3:01 am
דורך ליפא
ר' מלכיאל קוטלר?
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 3:03 am
דורך ליפא
שמעון וואלף האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:איך מיין אז די טיטל איז שוין ביי ר' גרשון אדלשטיין. נישט אזוי?
ער איז בלויז מרן ראש הישיבה.
די טיטל שר התורה איז נישט אויטאמאטיש געגעבן געווארן פאר יעדע מנהיג פון דגל התורה. רב שך און רב שטיינמאן האבן עס נישט באקומען. איך האב אבער מורא אז פון יעצט וועט עס יא אזוי זיין
איז ווער האט געהאט דעם טיטל בעפאר? האט נישט ר' חיים איבעגענמען הרב שטיינמן?
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 3:20 am
דורך berlbalaguleh
ליפא האט געשריבן:ר' מלכיאל קוטלר?
ביי מהרז"ל מ'סאטמאר שליט"א. אבער נישט ביי די גאנצע וועלט...!
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 3:45 am
דורך קאצקע ציקער
ר'משה שטערנבוך
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 8:43 am
דורך וואלווי
ר' אהרן
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 9:36 am
דורך [NAMELESS]
צומישט דא.
"שר התורה" איז א טיטל וואס מען האט געגיבן פאר ר' חיים צוליב זיין אייגנארטיגע גדלות, גארנישט מיט די ליטווישע פאליטיק. דאס גייט לכאורה נישט איבער איצט צו קיינעם, פונקט ווי דער טיטל "רשכבה"ג" איז נישט קיין ירושה (עכ"פ עס דארף נישט צו זיין.). כתר תורה מונחת בקרן זוית.
"מרן" איז דער טיטל וואס יתד נאמן גיבט פאר שפיץ גדול אין די מועצת דגל התורה, און דאס גייט לכאורה איצט צו ר' גרשון.
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 9:58 am
דורך א חסיד פון ווילנא
אינטערסאנט צו וויסן פארוואס ער האט באקומען די טיטול
איך בין ח"ו נישט גורע פון זיין גדלות, אבער לאמיר נאר קוקן אין די ליטווישע קרייזן, האט ער געקענט מער פון חזו"א, ר"מ פיינשטיין, בריסקער רב?
אויב ער האט געקענט כל התורה כולה, האבן זיי געקענט ווייניגער?
אדער אפשר אין דעם דור איז נישט דא בדומה לו?
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 10:11 am
דורך [NAMELESS]
איך פארמאג נישט דעם מעסטער, אבער אין שליטה איז שווער צו טרעפן בדומה לו.
זעה למשל דא
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p ... ee#p750832
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 12:13 pm
דורך צקון לחש
.
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 12:58 pm
דורך ליפא
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:אינטערסאנט צו וויסן פארוואס ער האט באקומען די טיטול
איך בין ח"ו נישט גורע פון זיין גדלות, אבער לאמיר נאר קוקן אין די ליטווישע קרייזן, האט ער געקענט מער פון חזו"א, ר"מ פיינשטיין, בריסקער רב?
אויב ער האט געקענט כל התורה כולה, האבן זיי געקענט ווייניגער?
אדער אפשר אין דעם דור איז נישט דא בדומה לו?
viewtopic.php?f=4&t=11594&hilit=%D7%94%D7%99%D7%A8%D7%A9%D7%A4%D7%A8%D7%95%D7%A0%D7%92
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 2:21 pm
דורך שאלתיאל
איך האב פונקט געטראכט ביי מיר אז דאס גאנצע פעקטערי פון 'שר התורה' 'מנהיג הדור' וכו' וכו', דאס גאנצע פאליטיזאציע און פארטייאיזאציע געמויזעכץ ביים ליטווישן ציבור איז נישט שטענדיג געווען אזוי.
איך מיין אז דאס אלץ האט זיך אנגעפאנגען ביי די צייטן פון הרב ש"ך. איך געדענק נישט אז פארדעם איז געווען א 'מנהיגהדור' ביי די ליטווישע. ער האט אנגעהויבן פולעווען די מושג פון' הנהגה' און פון א 'גדול הדור' וואס אלע מוזן זיך בייגן צו זיין ווארט. ער האט אויך באנייט די מושג פון 'השקפה' וואס דאס איז בעצם אזא מין קאוד ווארט וואס נעמט ארין אונטער זיך אלץ וואס דער גדול הדור זאגט, פון וועלכע פארטיי צו וואטען ביז וועלכע ספרי מוסר צו לערנען. אונטער די מושג פון 'השקפה' איז געבויעט געווארן דגל התורה און אונטער די מושג האט מען גערודפט יעדער וואס איז נישט געווען איינשטימיג מיטן 'מנהיג הדור', אפילו ר' שלמה וולבה, ר' שמשון פינקוס און ר' משה שפירא זענען געווען אויפן צימבל צוליב זייער אייגנארטיגע 'אפענע' דרך הלימוד.
זינט דיין איז דאס גאנצע מוסד פון 'גדול הדור' געוואקסן און געבליעט און נאך פארשטערקערט געווארן אין די צייטן פון ר' חיים זצ"ל ווי דאס פראפאגאנדע האט שווער געארבעט אים ארויפצוארבעטן אלץ נייע מנהיג הדור נאך רב שטיינמאן ווען ס'איז געווען קלאר אז ר' חיים איז נישט צו פארגלייכן (אין הנהגה פארשטייט זיך) צו רב שטיינמן.
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 2:48 pm
דורך מצפצף
ר' דב לנדא.
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 4:11 pm
דורך מחצה''ק
ס’הייבט זיך אן
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 4:28 pm
דורך yn.NY
שמעון וואלף האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:איך מיין אז די טיטל איז שוין ביי ר' גרשון אדלשטיין. נישט אזוי?
ער איז בלויז מרן ראש הישיבה.
די טיטל שר התורה איז נישט אויטאמאטיש געגעבן געווארן פאר יעדע מנהיג פון דגל התורה. רב שך און רב שטיינמאן האבן עס נישט באקומען. איך האב אבער מורא אז פון יעצט וועט עס יא אזוי זיין
גראדע זענען די 'טיטלען' היפש אין פלאץ
רב שך און רב שטיינמאן זענען געווען "מנהיגים" פון פאך אויס (רב שך איז געווען די ערשטע "מנהיג" פון דגל התורה, וועלכע האט געפירט די ליטווישע עולם בזרוע נטיעה), רב חיים קנייבסקי האט זיך בכלל נישט ספעציעליזירט און מנהיגות, פונקט קאפויער כידוע, זיין 'ספעשילטי' איז געווען 'שר התורה' כפשוטו.
נאר וואס דען - ביי אונז אידעלעך ווייסט מען אז 'מעלין בקודש ולא מורידין', איינמאל מ'געט א טיטל פאר איינעם, מוז מען עס שוין געבן פאר'ן ממלא מקום כדי שלא יאמרו ח"ו....
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 6:30 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
וואלווי האט געשריבן:ר' אהרן
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 7:33 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער האט געשריבן:ר'משה שטערנבוך
כ'מיין פוסק הדור. דאס פאסט ענדערש פאר הגר"מ שטערנבוך שליט"א.
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2022 1:05 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:ר'משה שטערנבוך
כ'מיין פוסק הדור. דאס פאסט ענדערש פאר הגר"מ שטערנבוך שליט"א.
איך וואלט געזאגט ענדערש שר התורה. נישט אז דאס איז די ריכטיגע טיטל ווייל ערשטענס, וואס פינקטליך מיינט דאס? צווייטענס, ווייל ווער האט אפגעמאכט אז ס'נישטא קיין גרעסערע גאונים ווי אים בדורנו? אבער למעשה פון זיינע ספרים זעהט מען אז ער איז בקי בהרבה מקצועות התורה.
ווידער לגבי פוסק הדור טיטל איז דאך דאס סתם א ליצנות. ווער פינקטליך ווארט צו הערן זיינע פסקים? וועלכע רבנים פרעגן אן ביי אים זייערע שאלות?
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2022 1:06 am
דורך שמעון וואלף
איך הער אז פאר חסידי ר' שאול אלתר שמעקט זייער צו פארכאפן די פאסטן פאר זייער מנהיג
נשלח: מאנטאג מערץ 21, 2022 10:04 am
דורך פרנס החודש
שאלתיאל האט געשריבן:איך האב פונקט געטראכט ביי מיר אז דאס גאנצע פעקטערי פון 'שר התורה' 'מנהיג הדור' וכו' וכו', דאס גאנצע פאליטיזאציע און פארטייאיזאציע געמויזעכץ ביים ליטווישן ציבור איז נישט שטענדיג געווען אזוי.
איך מיין אז דאס אלץ האט זיך אנגעפאנגען ביי די צייטן פון הרב ש"ך. איך געדענק נישט אז פארדעם איז געווען א 'מנהיגהדור' ביי די ליטווישע. ער האט אנגעהויבן פולעווען די מושג פון' הנהגה' און פון א 'גדול הדור' וואס אלע מוזן זיך בייגן צו זיין ווארט. ער האט אויך באנייט די מושג פון 'השקפה' וואס דאס איז בעצם אזא מין קאוד ווארט וואס נעמט ארין אונטער זיך אלץ וואס דער גדול הדור זאגט, פון וועלכע פארטיי צו וואטען ביז וועלכע ספרי מוסר צו לערנען. אונטער די מושג פון 'השקפה' איז געבויעט געווארן דגל התורה און אונטער די מושג האט מען גערודפט יעדער וואס איז נישט געווען איינשטימיג מיטן 'מנהיג הדור', אפילו ר' שלמה וולבה, ר' שמשון פינקוס און ר' משה שפירא זענען געווען אויפן צימבל צוליב זייער אייגנארטיגע 'אפענע' דרך הלימוד.
זינט דיין איז דאס גאנצע מוסד פון 'גדול הדור' געוואקסן און געבליעט און נאך פארשטערקערט געווארן אין די צייטן פון ר' חיים זצ"ל ווי דאס פראפאגאנדע האט שווער געארבעט אים ארויפצוארבעטן אלץ נייע מנהיג הדור נאך רב שטיינמאן ווען ס'איז געווען קלאר אז ר' חיים איז נישט צו פארגלייכן (אין הנהגה פארשטייט זיך) צו רב שטיינמן.
עס האט טיפערע ווארצלען, דער חפץ חיים איז לענ״ד געווען דער ערשטער גדול פון די קאטעגאריע.
נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2022 2:07 am
דורך שמעקעדיג
אז מען רעדט שוין, וואס וועט זיין מיט קופת העיר? זיי בלייבן אין ביזנעס?