א גאנץ יאר פורים!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1310
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 11347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2441 מאל

א גאנץ יאר פורים!

שליחה דורך תרמב »

גייענדיג אין גאס פורים נאכמיטאג האב איך באטראכט די גאנצע ארום האב איך געזעהן א אינטערסאנטע זאך היות פורים פארשטעלט מען זיך און מ'טרונקט זיך אן איז דא א געלעגענהייט צו זיין מער נאטורליך ווי א גאנץ יאר דהיינו א גאנץ יאר טוט מען זאכן וואס מ'וויל נישט מ'טוט זיך אן די פערפעקט דרעס קאוד וואס פאסט פאר די פאמיליע נאמען און די שטאנד אין די קהילה.

פורים טוט מען וואס מ'וויל עכט, ס'קען זיך דאכטן אסאך מאל אז פורים פארשטעלט מען זיך פאני, איך האב אנגעהויבן טראכטן אז ס'איז פונקט פארקערט, א גאנץ יאר פארשטעלט מען זיך פורים גייט מען געהעריג, ס'איז דא מענטשן וואס האבן ליב א נעקטיי אדער א ספאדיק, א גאנץ יאר פאסט אים עס נישט, פורים האט ער א געלעגענהייט זיך אנצוטון וויאזוי אים שמעקט און קיינער גייט אים נישט אנקוקן פאני.

איך האב אנגעהאט פורים אזא קליינע זיסע בעל שם טוב שטריימל, איך האב געזאגט פאר מענטשן אז דאס איז בעצם מיין שטריימל פון א גאנץ יאר, איך טו עס נאר אן פורים ווייל יעצט קען איך זיך עס ערלויבן, א גאנץ יאר שלעפ איך זיך ארום מיט א הויכע טורעם וואס האט אפגעקאסט אינעם אלף השישי, א גאנץ יאר בין איך פארשטעלט, פורים איז דא א געלעגענהייט זיך אנצוטון וויאזוי מ'וויל עכט.

פורים צופרו קען מען ארויס קוקן פון פענסטער און מ'זעהט די וועטער, און זיך אנטון בגדים לויט די וועטער, א גאנץ יאר איז דא א פונקטליכע לבוש וואס מ'מוז זיך צושטעלן דערצו אז נישט ביזטו א אויבער חכם.

האב איך געקלערט אז אפשר וואלט געווען א גוטע עצה אז ס'זאל זיין פורים א גאנץ יאר, און פורים אליינס קען מען זיך פארשטעלן מיט שווארצע דיקע רעקלעך מיט רעזשוואולקעס אפילו אויב ס'איז הייס....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תרמב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר