בלאט 1 פון 1

פרייע צייטונגען געבן מער כבוד אחרון פאר הגר"ח ווי "דער איד"

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 11:03 am
דורך קריינא דאיגרתא
נאך די פטירה פון גדול הדור והדרו הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי זצוק"ל האט די גאנצע אידישע וועלט אויסגעדריקט שאק אין טרויער אויף די ביטערע פארלוסט. אפילו די פרייע צייטונגען האבן פארשטאנען אז דא רעדט מען פון א געשעעניש וואס דארף באקומען די כבוד הראוי.
12.jpeg

13.jpeg


אבער היינט אינדערפרי איז ארויסגעקומען די טעגליכע אויסגאבע פון "דער איד" און נישט מער און נישט ווייניגער די נייעס איבער די הסתלקות פונעם גדול הדור איז אריינגעשטיפט ערגעץ אינדערמיט מיט פארעווע ווערטער, און נאר נאך פארשידענע אנדערע נייעס פון איבער די וועלט.

פאלגענד איז פיר נייעס'ן וואס דער איד האלט אז ס'איז חשוב'ער ווי די פטירה פון הגר"ח:

געפאר פון וועלט קריג מיט כינע'ס אומקלארע פּאליסי וועגן אוקראינע

רוסלאנד פירט אוועק מאסן אוקראינישע בירגער

רוסישער שפּיאנאזש הויפּט אונטער ארעסט

פרישע קאראנא ווירוס טויטפעלער אין כינע