בלאט 1 פון 1

פרייז פון "די צייטונג" גייט ארויף מיט 50 פראצענט!!

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2022 8:40 am
דורך [NAMELESS]
כ'ווייס נישט פאר וועם ס'איז נאך נוגע אבער די פרייז פון די צייטונג איז די וואך ארויף פון 3 דאללער צו 4.50, א העכערונג פון גאנצע פופציג פראצענט.

ס'איז א חידוש אז זיי דערוואגן זיך אזוי שטארק ארויפצוגיין נאכדעם וואס די צייטונג איז אין די לעצטע פאר יאהר אינגאנצען איינגעשלאפן און האט נישט קיין שום חידושים און קריעיטיוויטי

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2022 9:24 am
דורך תרמב
איך גלייב אז ס'איז נאך נוגע פאר געוויסע מענטשן, זיין עצם עקזיסטענץ ווייזט אז מענטשן קויפן עס נאך ווען נישט וואלט ער נישט ארויסגעקומען.
עפעס האב איך געהערט אז ס'איז דא א שטארקע שארטעזש אין פאפיר יעצט וועגן דעם גייט די פרייזן ארויף לכאורה גייען אלע צייטונגען נאכפאלגן, די בארג פון צייטונגען לכבוד פסח גייט ווערן א ערנסטע עקספענס, די כוללים וועלן דארפן טיילן קיופאנס......

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2022 4:13 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
תרמב האט געשריבן:איך גלייב אז ס'איז נאך נוגע פאר געוויסע מענטשן, זיין עצם עקזיסטענץ ווייזט אז מענטשן קויפן עס נאך ווען נישט וואלט ער נישט ארויסגעקומען.
עפעס האב איך געהערט אז ס'איז דא א שטארקע שארטעזש אין פאפיר יעצט וועגן דעם גייט די פרייזן ארויף לכאורה גייען אלע צייטונגען נאכפאלגן, די בארג פון צייטונגען לכבוד פסח גייט ווערן א ערנסטע עקספענס, די כוללים וועלן דארפן טיילן קיופאנס......


די צייטונג איז נאך אלס די בעסטע צייטונג פאר נייעס מיט די ליבעראלע אגענדע איז עס אבער גוט אנעלאזירט און געשריבן

זיין אידישע צייט איז זייער גוט, טעינקס צו זיין שרייבער אלחנן זאב פר"מ

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2022 6:04 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
חתם סופר האט געשריבן: די צייטונג איז אין די לעצטע פאר יאהר אינגאנצען איינגעשלאפן און האט נישט קיין שום חידושים און קריעיטיוויטי

נישט מער ווי א איין מאן מיינונג. איך באלעק מיר די פינגער וואך איין וואך אויס.

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2022 8:14 pm
דורך berlbalaguleh
ווען ר' אברהם פריעדמאן, הי"ו איז צוערשט ארויסגעקומען מיט זיין..."די צייטונג"...האט עס געהאט זייער א סאך ..."פראמיס"...ווי מ'רופט עס דאהי אין אמעריקע. ער האט איינגעפיהרט העכסט אינטרעסאנטע קאלומס. און גוטע און גרינטליכע אנאליזן פון די נייעס. ספעציעל וואס איז נוגע פאר די אידישע באפעלקערונג. איז אבער קם עליו רוגזו פון דעם אומאפהענגיקן ארטאדאקסישן אידישן ארגאן. יא. פאר עקסטער אינשורענס האט ער אויך איינגעפיהרט דעם (דאמאלס) גאר אינטרעסאנטן קאלום פון הרב ישראל מ. סופר (אין ריעל לייף הרב מנשה פיליפ שליט"א. וועלכער איז א געוואלדיגער ידען אין תורה און אויך אין מילי דעלמא. אבער ער האט געשריבן מיט א ספעציעלן טוויסט פון קנאות. ס'נישט געווען א וואך אז ער זאלל נישט שרייבן איבער רביה"ק, זי"ע און (להבדיל) די ציונים. איך האב זייער שטארק הנאה געהאט פון זיינע מיינונגען און ידיעות. פלוצלינג זענען ערשינען פאשקוויללן אין די פארם פון סטיקערס וועלכע האבן געשריגן בראש כל חוצות און מכל עץ רענן. און א יעדע קאנסטראקשן סייט און טעלעפאן פאול אז ס'זענען אויפגעשטאנען עטליכע אנשי בליעל. מסיתים ומדיחים. און 'שטייצעך ציונים. וועלכע וויללן ח"ו היל"ת אונטערברענגען דאס אידישקייט. און מ'דארף זיי באיקאטירן. קיין שום ערליכער איד אשר יראת ה' נוגע בלבבו בל יהין צו שטיצן אט דעם טמא'נעם צייטונג. (איך געדענק נאך די סטיקערס.)

ר' אברהם פריעדמאן איז ארויסגעקומען מיט אן עדיטאריעל אין זיין צייטונג אז דער תכלית פון דעם נייעס בלעטל איז אויסצושרייען דעם דבר ה'. אויף דעים האט דער איד געענטפערט. אויך אין אן עדיטאריעל. אז דעם דבר ה' דארף נאר צו קומען פון איין קול. נישט קיין צוויי אדער מערער קולות...(דער בלאט איז נאך דאמאלס אפילו נישט געבוירן. די איסורים וקונמות וחרמות אויפ'ן בלאט איז א פרשה פאר זיך. ואכמ"ל.). אבער דער גאנצער טומל האט געהאט אן השפעה אויף די קוואליטי פון דעם צייטונג. זיי האבן פשוט מורא געהאט איינצופיהרן נייע, אינטרעסאנטע זאכן. אזוי ווי געפלאנט . איז עס געווארן מצומצם...!

לידיעת הרב ----שליט"א און זיין נאכשלעפער ( וואס געט איהם אייביג לייקס ווען מ'דארף). אויב האביך אנגערירט א נערוו, אדער געטרעטן אויף א הינער אויג, בעט איך מחילה מתחילה...!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 2:07 am
דורך שמעקעדיג
יא, עס איז א ערנסטע מצב מיט די שארטעדזש פון פאפיר. אומגלויבליך וואס שפילט זיך אפ אין די וועלט היינט.

berlbalaguleh האט געשריבן:לידיעת הרב ----שליט"א און זיין נאכשלעפער ( וואס געט איהם אייביג לייקס ווען מ'דארף). אויב האביך אנגערירט א נערוו, אדער געטרעטן אויף א הינער אויג, בעט איך מחילה מתחילה...!

איך האב יעצט גערעדט צו א נוטרישאניסט, ער טענה'ט אז 2 באטלעך T וויטאמין און 3 באטלעך זינק קען מעגליך העלפן פאר דעם אבסעסיע/קאמפלעקס בעז"ה. פרוביר עס און לאז אונז וויסן די רעזולטאטן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 8:01 pm
דורך berlbalaguleh
ווי ס'זעהט אויס האביך טאקע אנגערירט א (רויע) נערוו. נאר דעם נאכשלעפער האביך (נאכנישט ) געזעהן...תקיעה. שברים תרועה. לאל, לאל, לאל...!

נ.ב.: אויך. פון וואו האט מען (דער וואס האט געדארפט צו וויסן) געוויסט וועים איך האב געמיינט...?!