בלאט 1 פון 2
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 11:25 am
דורך היסטאריע
ליצי לצנות, געשטאפטע ווייסע לעבער, און פרענטש קיסינג.
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 11:43 am
דורך תרמב
דער רובין און פעטשגעבער שרייבן אויף אנדערע סטיילס, ס'קען זיין אז זיי זענען צוויי מענטשן און איין באדי, אמאל איז דער שולט אמאל די צווייטער... דאס איז זיכער אז זיי ביידע זענען מטורפים.....
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 12:02 pm
דורך מי אני
הרב דר. מלך שפירא שרייבט דארט:
33D88FD2-3BAD-4F9C-AF03-94D3B558A0F4.jpeg
עס איז מערקווידיג צו באמערקן וואס הרב דר. נדב שנרב ענדיגט צו אין זיין
רעצענזיע אויף יענעם ספר לגבי המחבר:
ספרו של רובין הוא עיבוד של עבודת דוקטור שהגיש במסגרת החוג למחשבת ישראל באוניברסיטה העברית, אך מי שיצפה לדיון קר ולמכובדות אקדמית עתיד להתאכזב. רובין אינו מסתיר את אהבותיו ושנאותיו ותיאור שפתו כ"משתלחת" יהיה לשון המעטה. עמדתו של המחבר כלפי היהדות כולה, כדת, היא שלילית למדי, ובפרט – כל דמות רבנית שעולה במשך הספר זוכה, עוד לפני שהיא מקבלת רשות לפצות את פיה, לגלריה של ציונים לשבח או למטח של חרפות לפי ראות עיני המחבר.
ס׳איז ווייטאגליך ווי אזא עדין נפש וגאון ווי הרב דר. שפירא איז אריינגעפאלן אין די סומאטוכע, ווען אין אַן אקאדעמישן נושא רעצענזירט מען די ווערק [״אַרט״] און נישט דעם מחבר [״ארטיסט״]. דא קען זיך דער רובין נישט איינהאלטן פון צאממישן די צוויי און אריינשלעפן הרב דר. שפירא אין זיין בלאטע. אין
תלמוד בתרא זעהט אויס אז די קוריאזן פונעם מחבר זענען נישט (עכ״פ אזוי ווייט) צאמגעפלאכטן מיט די עצם ווערק ווי אינעם ספרו על הנמנעות
מה שהאלה-ים לא יכול, וכעדותו של הרב דר. שנרב.
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 12:03 pm
דורך היסטאריע
א שאד, אזעלכע כשרונות זאלען גיין לאיבוד
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 12:50 pm
דורך [NAMELESS]
העניך האט געשריבן: פאפולערן ספר אויף רמב"ם מיט'ן נאמען "אור הלבנה".
פאפולער? ביי וועמען?
נישט בין כותלי ביהמ"ד און נישט - להבדיל - אין די אקעדעמישע וועלט, ווי אויך נישט ביי סתם חובבי רמב"ם.
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 1:16 pm
דורך יואליש
"גענימען אויף א רייד" איז דאכט זיך נישט די ריכטיגע פראזע דא. שפירא האט אריינגעטרעטן.
די ווערק איז ריכטיג באהאנדעלט געווארן. דאס אז דער מחבר איז נישט רעליגיעז. זאגט שפירא, וואלט נישט געווען א סיבה אויף נישט צו באהאנדלן זיין ווערק. שפירא האט אבער נישט געוויסט אז ער האט "אריינגעטרעטן" מיט א טראלל און דאס קאסט ענערגיע און ביזיונות.
כ'גלייב רוב מענטשן וועלכע ליינען זיין בלאג טרעפן די פאוסט פונקט אזוי אינפארמאטיוו. ווען שפירא וואלט אנדעקט א קוריאזער און קאלארפולער קערערטער פון צוויי הונדערט יאר צוריק מיט שעפערישע יצירות, וואלט ער עס זיכער באשריבן צו יעדן'ס אינטולעקטואלע הנאה. דא האמיר דאס זעלביגע נאר דער יעניגער איז עלייוו ענד קיקינג און קען נישט ארויסטרעטן פון זיין prankster און troll mode. ס'איז אן אוקאטראלירבארער מצב וואס מאכט א חוקר אומבאקוועם. אבער איך בין דאנקבאר שפירא פאר זיין רעצענזיע דא ווי אלעמאל.
ס'דערמאנט מיך ווען די מידיא האט געוואלט האבן אינטערוויוס מיט סאשא בארא קאהן איבער זיין "באראט" קערערטער און ער האט נאר געוואלט ערשיינען אין קערערטער. זיי האבן נישט געהאט א ברירה, אבער אלס א פראפעשענאל פרעקנקסטער האבן זיי געהאלטן ס'איז געווען א ווערט אין דעם. דא האבן מיר א קערערטער און מיר ווייסן נישט ווער איז וואס און ווען, מיר ווייסן נישט ווי די שטיק ענדיגט זיך און די פערסאנאליטי הייבט זיך אן. ס'איז נאכאלס דא ווערק וואס ער פראדוצירט וואס לאזט זיך באהאנדלן. אפי' דאס טראלן קען ווערן באהאנדעלט, אפשר פון אן אנדערע קוק ווינקעל.
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 2:04 pm
דורך היסטאריע
ישראל נתנאל רובין איז זיין אמתער נאמען, אדער ער איז אנאנים?
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 2:13 pm
דורך יואליש
ס'מאכט נישט אויס צום עצם פאוסט אויב רובין אוןן ווילי סמיט זענען איינס אדער צוויי מענטשן. שפירא האט לכאורה געמאכט א טעות צו אונטערנעמען אן אינוועסטיגעשאן און יא, ער האט באקומען אן אנטווארט ערווארטעט פון א טראלל. דארט איז שפירא געפאלן א קרבן מיט זיין תמימות. אבער די עצם פאוסט דיעלט נישט מיטן מחבר בכלל, חוץ די אפשאצונג אז ער מיז זיין א געוואלדיגער תלמיד חכם און טאלאנטפול. זה הוא. אלעס אנדערש דיעלט מיטן טעקסט אינעם חיבור. און אפי' אויב דער מחבר איז שור שנגח אליין טוישט עס נישט קיין איין ווארט פון שפירא' ס פאוסט.
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 6:23 pm
דורך שמן למאור
קען איינער אריינפילן מיט מער פרטים איבער דעם 'רובין' פאר די אומוויסנדע ווי מיר?
לויט ווי @העניך שרייבט, האט ער דא געשריבן אין שטיבל און מיט א זאפטיגן אידיש, איז ער אויפגעוואקסן אין א חסידישן שטיב? וואו?
א גוגל סורטש פון אים ברענגט מיר א בילד פון א מאדערנע איד,
איז ערגעץ דא א אשכול איבער אים?
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 6:27 pm
דורך שמן למאור
העניך האט געשריבן: דעם באקאנטן וואנזיניגן תלמיד חכם ישראל נתנאל רובין
שפירא האט נישט געוואוסט אז רובין איז דער וואס שרייבט אויף דעם אינטערנעט מיט'ן נאמען [tag]משה זאב פעטש-געבער[/tag], און האט שוין אויך באשיינט די ווענט פון קאווע שטיבל מיט זיינע וואנזיניגע פירקלערייען.
העניך: ביסט עובר אופן תקנה פון פערזענליך אטאקירן א חבר פון קאווע שטיבל..!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 7:59 pm
דורך חד גדיא
עצי שטים האט געשריבן:קען איינער אריינפילן מיט מער פרטים איבער דעם 'רובין' פאר די אומוויסנדע ווי מיר?
לויט ווי @העניך שרייבט, האט ער דא געשריבן אין שטיבל און מיט א זאפטיגן אידיש, איז ער אויפגעוואקסן אין א חסידישן שטיב? וואו?
א גוגל סורטש פון אים ברענגט מיר א בילד פון א מאדערנע איד,
איז ערגעץ דא א אשכול איבער אים?
דא האסטו א שמועס וועגן אים נאך 16 יאהר צוריק. ער איז שוין דעמאלטס געווען אפגעפארן ל"ע.
https://www.bhol.co.il/forums/topic.asp ... rum_id=771
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2023 1:19 pm
דורך צקון לחש
מזל טוב
@משה זאב פעטש-געבער על הופעת ספרו החדש "כפירותיו של הרמב"ם".
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2023 2:03 pm
דורך שמן למאור
דא האסטע נאך א חיבור פון דעם וואנזיניגן רובין. 'דברי כפירה על התורה'...
Re: "תלמוד בתרא" און פראפ' מארק שפירא סומאטאכע
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2023 2:05 pm
דורך כרם זית
נעבעך, ער איז א דוגמא פון א קליגער טאלאנטפולע מענטש וואס זיין גאוה ברענגט אים אונטער. ער קען שוין זיין אן אדמו''ר פאר די געלט...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2023 2:05 pm
דורך סקעפטיקער
דא האט דער מחבר הנ"ל א פארום וואו ער רעדט צו זיך אליינס
https://bizuygedoylim.forumhebrew.com/
Re: "תלמוד בתרא" און פראפ' מארק שפירא סומאטאכע
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2023 2:26 pm
דורך טמיר
יויש איז ער משוגע
"באשכול זה נבזה להנאתנו את שמואל וואזנר"
רח"ל. להנאתנו...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2023 2:40 pm
דורך שמן למאור
קיינמאל נישט געזען דאס... איך האב אריינגעבאמפט אין די שטיקל..
לגבי משנכנס אב ממעטין בשמחה הרי מוגדר במשנה ובגמרא במה ואיך ממעטין, אבל לגבי משנכנס אדר מרבין בשמחה אין שום הגדרה האיך מרבין. בשתיית יין כל יום? בסיפורי בדיחות גסות מצחיקות? בביזוי 'גדולים'? בהוצאת זרע לבטלה? הרי לכל אחד יש את מה שמשמח אותו, ואין בזה הגדרה. ממילא ברור שאינה להלכה אלא אגדתא בעלמא.
דער איז דאך טויט משוגה...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2023 5:02 pm
דורך סקעפטיקער
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2023 8:37 pm
דורך צקון לחש
סקעפטיקער האט געשריבן:לכאורה מעשי ידיו פונעם מחבר
האהא... אוודאי איז עס ער (מיט די טעות "הייסן" אנשטאט "רופן"), דער איז דאך אזוי מין צופראסקעט, איך בין עקטועלי סורפרייזד פון מיר אליין, שוין יארן יארן וואס איך האב נישט פארמעקט א פייל פון מיין קאמפיוטער אלץ פאראיבל, ביז היינט ווען איך האב געמעקט דעם רובין'ס דברי כפירה על התורה (געברענגט אויבן)...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2023 10:12 pm
דורך מצפצף
שמן למאור האט געשריבן:
קיינמאל נישט געזען דאס... איך האב אריינגעבאמפט אין די שטיקל..
לגבי משנכנס אב ממעטין בשמחה הרי מוגדר במשנה ובגמרא במה ואיך ממעטין, אבל לגבי משנכנס אדר מרבין בשמחה אין שום הגדרה האיך מרבין. בשתיית יין כל יום? בסיפורי בדיחות גסות מצחיקות? בביזוי 'גדולים'? בהוצאת זרע לבטלה? הרי לכל אחד יש את מה שמשמח אותו, ואין בזה הגדרה. ממילא ברור שאינה להלכה אלא אגדתא בעלמא.
דער איז דאך טויט משוגה...
זיין פוינט (אן די אלע לשונות) איז גראדע גוט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2023 11:07 pm
דורך סקעפטיקער
דער פעטשגעבער דערמאנט מיר פון "אברהם ראזענבערג" די נאמען וואס פרידלענדער האט גענוצט ביים ירושלמי קדשים כאילו דאס איז זיינס א תלמיד
אגב, מארק שפירא שרייבט אז ער (זיינע מענטשן) האבן געטשעקט די IP אדרעסן און פעסטגעשטעלט אז רובין איז טאקע פעטשגעבער
נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 1:24 pm
דורך בר גיורא
קען איינער ביטע ציברענגען א לינק צי דאונלאדען "תלמוד בתרא"?
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 8:45 pm
דורך חיים ליין
בר גיורא האט געשריבן:קען איינער ביטע ציברענגען א לינק צי דאונלאדען "תלמוד בתרא"?
מען קען דאס נישט דאונלאדען, נאר קויפן. איך האב געהערט אז וואגשאל-מאזניים האט נאך עקזעמפלארן. אדער איר קויפט ביי דעם מחבר אין ארץ ישראל...
אבער די צוויי ערשטע בלעטער פאראן אין מארק שפירא'ס רעצענזיע.