שרעקליכע טעראר כוואליע אין ישראל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1300
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 11094 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2410 מאל

שרעקליכע טעראר כוואליע אין ישראל

שליחה דורך תרמב »

ס'קומט יעצט אריין די ביטערע נייעס איבער א פרישע טעראר אטאקע די וואך רח"ל אין בני ברק, צוויי אדער דריי טעראריסטן האבן געעפענט פייער אין בני ברק און געהרגעט כאטש פיר מענטשן רח"ל, דער הויפט טעראריסט איז דערהרגעט געווארן און א צוויטער איז אראפגעהאלטן געווארן און ס'איז נישט קלאר איבער די דריטער, אויב ס'איז געווען א דריטער בכלל.

דאס קומט אין די זעלבע וואך וואס איז פארגעקומען נאך צוויי ערנסטע אטאקעס איינס אין באר שבע מיט פיר אומגעקומענע און איינס אין חדרה מיט צוויי אומגעקומענע רח"ל, וואס דערשרעקט מער איז אז די צוויי איז דורכגעפירט געווארן דורך אראבערס מיט ישראלישע בירגערשאפט, און זיי האבן עס געטון אין נאמען פון אייסעס/דאעש, און נאך א נקודה אז די היינטיגע אטאקע און די אטאקע אין באר שבע איז דורכגעפירט געווארן מיט מאשין גאנס, וואס דאס איז ארויף א שטאפל פון די לעצטערע יארן.

מ'ווארט יעצט צו זעהן וואס בענעט און זיין קאבינעט גייט יעצט טון, היות ער זיצט מיט אראבערס אין זיין ממשלה, וואס דאס קען אים אנמאכן פראבלעמען, לאמיר האפן שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו אמן.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר