בלאט 1 פון 1
זאכן וועלכע מאכן דיך Upset
נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2022 12:33 pm
דורך פאר'ן דאווענען
לאור די געלונגענע אשכול פון @ברוינשטיין
זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן מאך איך אן אשכול פון זאכן וואס מאכן אפסעט אדער אויפגערעגט און העמיר זען וועלכע האט מער זאכן
איך הייב אן מיט צוויי,
1) האסט געמיינט אז די ליין וואס די האסטיך געשטעלט ביים גראסערי גייט גיין די שנעלסטע, און דערווייל האלט שוין די דערנעבינדיגען קעשיר ביי די פינפטע מענטש וואס איז געקומען נאך דיר
2) די קומסט אן צום גאס ווי די ברויכסט אנקומען נאכן זיצן אין טרעפיק 10 מינוט, און די זעהסט ווי איינער האט יעצט געכאפט א ספאט דארט ווי די האסט געדארפט, און יעצט דארפסטו ארום פארן די גאנצע זאך נאכאמאל
נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2022 4:57 pm
דורך וואלווי
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 7:45 pm
דורך פאר'ן דאווענען
יישר כח פארן צוצייכענן נעקסט טיים וועל איך מאכן זיכער צו מאכן א בעסערע סירטש.
Re: זאכן וועלכע מאכן דיך Upset
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 9:11 pm
דורך ברוינשטיין
-אַז יעדעס אשכול האט שוין א מאַמע אשכול ווי אלעס איז שוין אויסגעדראָשן. ( כ'מיין אז מ'מעג אַמאָל אָנהייבן פון פריש)
נשלח: מוצ"ש אפריל 02, 2022 10:10 pm
דורך berlbalaguleh
ברוינשטיין: דו דארפסט דאך זיכער צו וויסן. אין איינס פון דיינע גילגולים ביסטו דאך געווען אן אלטער (שייסער) איד...!
דאס דערמאנט מיך. איך האב אמאל געהאט א שכן אין ביהמ"ד א איד פון 97 יאר לאורך ימים ושנים . ווילאנג ער האט געלעבט...ער פלעגט מיר אייביג דערציילן מעשיות פון דער אלטער היים. און גוטע ווערטלעך. ווען ער האט שוין אנגעהויבן פארציילן די זעלבע מעשה'לע 3 מאל נאכאנאנד האביך געוויסט אז ס'איז נאנט צו שקיעת החמה...!
נשלח: מוצ"ש אפריל 02, 2022 11:02 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:ברוינשטיין: דו דארפסט דאך זיכער צו וויסן. אין איינס פון דיינע גילגולים ביסטו דאך געווען אן אלטער (שייסער) איד...!
דאס דערמאנט מיך. איך האב אמאל געהאט א שכן אין ביהמ"ד א איד פון 97 יאר לאורך ימים ושנים . ווילאנג ער האט געלעבט...ער פלעגט מיר אייביג דערציילן מעשיות פון דער אלטער היים. און גוטע ווערטלעך. ווען ער האט שוין אנגעהויבן פארציילן די זעלבע מעשה'לע 3 מאל נאכאנאנד האביך געוויסט אז ס'איז נאנט צו שקיעת החמה...!
האלט מען שוין ביי איינס. ווען איז די נעקסטע צויי...?
נשלח: מוצ"ש אפריל 02, 2022 11:07 pm
דורך ישן מלא חדש
עס האט מיר זייער אויפגערעגט די שבת ווען א (חשוב'ע) יוד איז אנגעקומען שפעט צו פסוקי דזמרה און מען האט אים מכבד געווען מיט שחרית.
ער האט אפגעחיפערט א פסוקי דזמרה אנגעקומען צו שחרית מיט די בעל תפילה (קפיצת הדרך) און נאכדעם אלץ א כפרה האט ער מיט אונז אלע געשלאגן כפרות און געשלעפט און געזינגען ווי מען האט נאר געקענט.
נשלח: זונטאג אפריל 10, 2022 6:13 am
דורך וואלווי
ישן מלא חדש האט געשריבן:עס האט מיר זייער אויפגערעגט די שבת ווען א (חשוב'ע) יוד איז אנגעקומען שפעט צו פסוקי דזמרה און מען האט אים מכבד געווען מיט שחרית.
ער האט אפגעחיפערט א פסוקי דזמרה אנגעקומען צו שחרית מיט די בעל תפילה (קפיצת הדרך) און נאכדעם אלץ א כפרה האט ער מיט אונז אלע געשלאגן כפרות און געשלעפט און געזינגען ווי מען האט נאר געקענט.
קומען אביסל שפעטער קען העלפן מיט די פראבלעם...
Re: זאכן וועלכע מאכן דיך Upset
נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 10:18 pm
דורך ברוינשטיין
עלערדזשיז מאַכן מיר אָפסעט.
עס האט זיך היינט אָנגעהויבן מיט אַ מעכטיגקייט, מיין נאָז קיצלט און וויצלט מיר אויף אַ שטילע פאַרנעם, אָבער יעדעס צען מינוט גיב איך אַ טאַנץ אויף ווייל די מילדע לאַנגזאַמע קיצלנישען האָבן איבערגעצויגן דאָס שטריק, איך נעם אַ ווייכע טישו קלערנדיג אַז דאָס וועט עס אָפענדיגן, אָבער אַ פייג! עס דערמאַנט מיך ווידער אַמאָל פונעם געשמאַקן זיידע אין שוהל (בערל?) וועלכע פלעגט קינצליכערהייט מיר קיצלען מיט די עקן פון זיינע ציצית פעדימער.
אַלערגיעס איז ווי היישעריקן זאָל ווען זיצן אין דיין נאָניע, עס שפילט מיט הייקעלע נערוון און מאַכט שוואַך, דיזי, פאַרנעפלט, אָנגעצויגן, מיד, טרערן'דיג, אומבאַקוועם.
אויף (כמעט) אַלע רוסן געזאָגט!
נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 11:29 pm
דורך חיים שמייסער
ברוינשטיין ס׳דא אן עצה פאר דעם. Immunotherapy.
נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 11:59 pm
דורך היסטאריע
די וואס שישקען ביים דאווענען אדער ליינען, און רעדן אליין ווען זיי ווילען.
נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2022 5:24 pm
דורך ישן מלא חדש
טוביה מאיר ניימאן
גענוג איז גענוג
אראפ מיט זיין קאפ