בלאט 1 פון 1

יום הולדת 120 פון האדמו"ר מלויבאוויטש שליט"א/זצ"ל

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2022 10:51 am
דורך שמן למאור
יארמע רב פלעגט זאגן די באקאנטע ווערטל, אז ער פלעגט גיין משמח זיין ביי birthday party's פון עלטערע אידן, און ער פלעגט אייביג וואונטשן "ביז די הונדרעט און צוואנציג יאר"!
ביז איינמאל איז ער אנגעקומען צו א פארטי ווי די זיידע איז געווארן 120 יאר! האט ער נישט געהאט וואס צו וואונטשן, איז ער צוגעגאנגען צום אלטע זיידע און געזאגט "have a nice day"...

לענינו, מארגן יום י"א ניסן פאלט אויס די הונדרעט אין צוואנציגסטער געבורטסטאג פונעם רבין זאל זיין געזונט, וואס ווי באקאנט איז די יום הולדת בכלל א שטארקע זאך אין חב"ד אבער ווער רעדט נאך די 120'סטער!!!

מען זאגט א ווערטל, אז אין חב"ד זאגט מען יעדן טאג די קאפיטל תהילים, פון די יארגאנג פונעם רבין, דהיינו אויב די רבי איז 119 זאגט מען קאפיטל קי"ט און ווען די רבי ווערט 120 זאגט מען ק"כ וכ'
האט מען אמאל געפרעגט א חבדצקער, וואס וועט מעט טון ווען די רבי וועט ווערן 151? עס איז דאך נאר דא ק"נ קאפיטלעך אין תהילים? האט ער געענטפערט, וואס מיינט עטס? א מענטש לעבט דען אויף אייביג..?

אכ"פ און חב"ד גרייט מען זיך מיט גרויס עקסטאז אויפן גרויסן טאג, וואס איז שטארק מסוגל פאר א טאג פון "ביאת משיח"

עס ווארט נאר איבער צו זען אויב ער וועט דורכלעבן די טאג...

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2022 12:01 pm
דורך יין שרף
Bd"e..

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2022 2:03 pm
דורך מי אני
עצי שטים האט געשריבן:מען זאגט א ווערטל, אז אין חב"ד זאגט מען יעדן טאג די קאפיטל תהילים, פון די יארגאנג פונעם רבין, דהיינו אויב די רבי איז 119 זאגט מען קאפיטל קי"ט און ווען די רבי ווערט 120 זאגט מען ק"כ וכ'
האט מען אמאל געפרעגט א חבדצקער, וואס וועט מעט טון ווען די רבי וועט ווערן 151? עס איז דאך נאר דא ק"נ קאפיטלעך אין תהילים? האט ער געענטפערט, וואס מיינט עטס? א מענטש לעבט דען אויף אייביג?…

תוס׳ אין פסחים קיז. ד״ה שעומדים ברענגט אראפ פון מס׳ סופרים (פט״ז הי״א) אז מספר המזמורים בתהילים איז בעצם קמז מזמורים, והם כנגד מנין שנותיו של יעקב אבינו ע״ה ע״ש. נו, און (תענית ה:) יעקב אבינו לא מת… :D

בעצם איז דאך אפשר דא א מזמור קנא אויף וועלכע מ׳זאגט אז דאס איז טאקע סוּפּערנוּמערערי און אינדרויסן פון ״מספר״ המזמורים (ואולי ביז קנה).

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2022 10:09 pm
דורך berlbalaguleh
עצי שיטים: און וואס זאגט די רעבעצין הצדקת חי' מושקא תליט"א? זי ווארט נאכאלץ אויף ביאת המשיח?!

אבער ערנסט גערעדט דער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מנדל שניאורסאן זצ"ל נבג"מ איז געווען א גרויסער מענטש. נישט פאר גארנישט האט איהם זיין גרויסער שווער מהריי"צ זצ"ל שטארק מחבב געווען און רעספעקטירט.

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2022 10:33 pm
דורך שמן למאור
berlbalaguleh האט געשריבן:עצי שיטים: און וואס זאגט די רעבעצין הצדקת חי' מושקא תליט"א? זי ווארט נאכאלץ אויף ביאת המשיח?!

אבער ערנסט גערעדט דער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מנדל שניאורסאן זצ"ל נבג"מ איז געווען א גרויסער מענטש. נישט פאר גארנישט האט איהם זיין גרויסער שווער מהריי"צ זצ"ל שטארק מחבב געווען און רעספעקטירט.

זי איז שוין אלט אין שוואך, די תאווה אירע איז שוין אויסגעוועפט, כ'ווייס נישט צו זי ווארט נאך אויף ביאת משיח,
נאר די חסידים באקומען נאך ארגעסומס ווען זיי טראכטן נאר פון ביאת משיח...

Re:

נשלח: מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:35 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג אפריל 12, 2022 10:33 pm
berlbalaguleh האט געשריבן:עצי שיטים: און וואס זאגט די רעבעצין הצדקת חי' מושקא תליט"א? זי ווארט נאכאלץ אויף ביאת המשיח?!

אבער ערנסט גערעדט דער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מנדל שניאורסאן זצ"ל נבג"מ איז געווען א גרויסער מענטש. נישט פאר גארנישט האט איהם זיין גרויסער שווער מהריי"צ זצ"ל שטארק מחבב געווען און רעספעקטירט.
זי איז שוין אלט אין שוואך, די תאווה אירע איז שוין אויסגעוועפט, כ'ווייס נישט צו זי ווארט נאך אויף ביאת משיח,
נאר די חסידים באקומען נאך ארגעסומס ווען זיי טראכטן נאר פון ביאת משיח...
דו מחוצף איינער.

Re: Re:

נשלח: מוצ"ש אפריל 27, 2024 11:20 pm
דורך עמרם
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:35 pm
שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג אפריל 12, 2022 10:33 pm
berlbalaguleh האט געשריבן:עצי שיטים: און וואס זאגט די רעבעצין הצדקת חי' מושקא תליט"א? זי ווארט נאכאלץ אויף ביאת המשיח?!

אבער ערנסט גערעדט דער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מנדל שניאורסאן זצ"ל נבג"מ איז געווען א גרויסער מענטש. נישט פאר גארנישט האט איהם זיין גרויסער שווער מהריי"צ זצ"ל שטארק מחבב געווען און רעספעקטירט.
זי איז שוין אלט אין שוואך, די תאווה אירע איז שוין אויסגעוועפט, כ'ווייס נישט צו זי ווארט נאך אויף ביאת משיח,
נאר די חסידים באקומען נאך ארגעסומס ווען זיי טראכטן נאר פון ביאת משיח...
דו מחוצף איינער.
אז די וועסט שרייבן נאך גרעסער (און שווארצער), וועט נאך א גרעסערע עולם זיך דערשרעקן...

Re: יום הולדת 120 פון האדמו"ר מלויבאוויטש שליט"א/זצ"ל

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 10:49 am
דורך שמן למאור
איך זע גראדע נישט די גרויסע חוצפה דא, ס'איז ניטאמאל א ווערטל אויפן רבי'ן נאר ליבערשט אויף די חסידים.

אלנפאלס, האט איינער א פריקן אנונג וויאזוי אין די מכת דם די אשכול איז ארויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך?

Re: יום הולדת 120 פון האדמו"ר מלויבאוויטש שליט"א/זצ"ל

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 11:18 am
דורך [NAMELESS]
אפשר דארף איינער תגובות....

Re: יום הולדת 120 פון האדמו"ר מלויבאוויטש שליט"א/זצ"ל

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 12:00 pm
דורך מילך טראק
אויך איינע פון די מעלות פון די נייע תקנות אז די אנשי שלמינו וועל אפיר זיכען אלטע אשכולות

Re: יום הולדת 120 פון האדמו"ר מלויבאוויטש שליט"א/זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 5:45 pm
דורך היימלינד
שמן למאור האט געשריבן: מאנטאג אפריל 11, 2022 10:51 am מען זאגט א ווערטל, אז אין חב"ד זאגט מען יעדן טאג די קאפיטל תהילים, פון די יארגאנג פונעם רבין, דהיינו אויב די רבי איז 119 זאגט מען קאפיטל קי"ט און ווען די רבי ווערט 120 זאגט מען ק"כ וכ'
סתם לידיעה בעלמא, מען זאגט די קאפיטעל פון די יאר וואס מען איז אריין, לדוגמא ווען מען ווערט 119 זאגט מען ק"כ