בלאט 1 פון 6
אלטע זכרונות
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:44 pm
דורך שמואל הלוי
קאני ראטענבערג ע"ה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:45 pm
דורך שמואל הלוי
אמאליגע פוד סטעמפס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:47 pm
דורך זר זהב
אוי דעי פוד סטעמפס וואס מיין מאמע פלעגט אלץ אפרייסן אזוי ווי פון א בוים, אוי ווען נישט יענע פוד סטעמפס וואלט איך היינט געהארעוועט פאר א דאלער. ודו"ק
דו"קתי...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:50 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב די זכיה צו געדענקן אזעלכע סארט טעלפאנען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:52 pm
דורך [NAMELESS]
שמואל הלוי האט געשריבן:איך האב די זכיה צו געדענקן אזעלכע סארט טעלפאנען.
איך בין אויפגעוואקסען מיט אזא טעלעפאן.
ביי קאני׳ס בילד זעהט מען אויך אלטע זכרונות פון ״איצא׳ס״
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:53 pm
דורך שמואל הלוי
איך בין נאך כמה פעמים געפארן אויף דעם אלטמאדישן באס (חיים פריינד'ס)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:54 pm
דורך שמואל הלוי
דעס קען מען נאך היינט אויך מיטהאלטן, אוי איז ער צוקער זיס...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 7:54 pm
דורך געפילטע פיש
ווער געדענקט נאך ווען ס'ארויסגעקומען די "נייע" ביפער?

מיט דעם האט מען געקענט פארן מיט די באס אדער סאבוועי

נאכדעם ווען מ'האט געהעכערט די פרייז האט מען באקומען די נייע טאקענס.

און ווער האט געהאט די זכיה צו האלטן איינער פון דיע?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 8:22 pm
דורך [NAMELESS]
איינער האט אפשר א בילד פון דעם אלטער איד מיט א רויטע בארד אין פראנט פון לי עוו. פאטא וואס איז געגאנגען נאך געלט פאר
טשעבינע ישיבה........
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 8:38 pm
דורך אזוי גאר
נישט צום גלייבן ווי די צייט לויפט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:03 pm
דורך איך אויך
שמואל הלוי האט געשריבן:אמאליגע פוד סטעמפס
נא נא קלאפ דיר דאס מויל, ברבים מעג מען נאר זאגן פ"ס.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:14 pm
דורך יידל
שמואל און געפילטע, ייש"כ פארן מיך אריינברענגן אין א נאסטאלגישע מוט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:20 pm
דורך געפילטע פיש
ווער געדענקט די "מעיז" סקרין סעיווער?
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=oRL5durPleI[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:38 pm
דורך ניו יארק
טאטע אין הימעל!!!! הערשט יעצט כאפ איך מיר, עס וואקסט אויף א נייע דור אן קאני, שרייער פון טשעבינע ישיבה, די אומפארגעסליכע קאפ-קעיק לעדי, און נאך.....
די יונגווארג הייבט נישט אן צו וויסען פון די אלע זאכן.....
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:16 pm
דורך משה געציל
נוי יארק האט געשריבן:טאטע אין הימעל!!!! הערשט יעצט כאפ איך מיר, עס וואקסט אויף א נייע דור אן קאני, שרייער פון טשעבינע ישיבה, די אומפארגעסליכע קאפ-קעיק לעדי, און נאך.....
די יונגווארג הייבט נישט אן צו וויסען פון די אלע זאכן.....
לא לדאוג! כלל ישראל האט דאך שוין די אלטע הבטחה כי לא תשכח מפי זרעו! אין יעדען פלאץ און אין יעדן דור איז כלל ישראל ב"ה געבענטשט מיט א איבערפלוס פון די קרישקעלעך! די נייע דור וואס וואקסט אונטער האבן זיך גארנישט וואס צו שעמען.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:55 am
דורך נולד מאוחר
ווער געדענקט די אלטע רויטע גאדער אין וויליאמסבורג. אראפ פין די bqe.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 9:37 am
דורך ברוין
און איך געדענק נאך ווען קאווע שטיבל האט געהאט א מיסט קאסטן פאר געמעקטע תגובות
נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:50 am
דורך [NAMELESS]
ברוין האט געשריבן:און איך געדענק נאך ווען קאווע שטיבל האט געהאט א מיסט קאסטן פאר געמעקטע תגובות
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=16781#p16781
נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:53 am
דורך לעמיל
פאר סאם ריזען קען איך נישט זעהן די פיקטשערס פון שמואליק. האט נאך איינער די פראבלעם? אלע אנדערע זעה איך געהעריג.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 11:04 am
דורך שמואל הלוי
ס'האט מיט דיין פילטער צו טון.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 11:07 am
דורך היסטאריקער
שמואל הלוי האט געשריבן:קאני ראטענבערג ע"ה

דער לעבן קאני איז מארקאוויטש
ער איז נאך יא דא?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 11:15 am
דורך שמעקעדיג
לעמיל האט געשריבן:פאר סאם ריזען קען איך נישט זעהן די פיקטשערס פון שמואליק. האט נאך איינער די פראבלעם? אלע אנדערע זעה איך געהעריג.
שמואל הלוי האט געשריבן:ס'האט מיט דיין פילטער צו טון.
איך קען אויך נישט זעהן אלע בילדער, נאר א טייל.
שמואל, אפשר זאגסטו וועלכע וועבסייט דו נוצט ארויפצולייגן די בילדער?
אפשר קען איך עס ארויפלייגן אויף מיין ווייט-ליסט....
נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:03 pm
דורך אויס מענטש
געדענקט איינער נאך מענדעלע פריעד
מיט זיינע העט פאונס