בלאט 1 פון 3

וועלכע אדמו''ר רעספעקטירט איר ?

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 11:25 am
דורך ליפא
זינט דא זענען דאך דא אסאך וואס האלטן נישט פון קיין רבי'ס בכלל איז די שאלה אזוי צו אלס נישט חסיד איז דא א רבי/ אדמו''ר וואס דו רעספעקטירסט פאר סיי וועלכע אנדערע סיבה ווי דאס אז ער איז עפעס א גרויסער צדיק.

וואוט מיט נומבערס ביטע, למשל פאר באיאן שרייב ''1''.

אויב זעט איר נישט איינעם שטימט מיט'ן ארויסשרייבן די רבי אדמו''ר.

1) באיאן
2) בעלזא
3) באבוב 45
4) באבוב 48
5) גור
6) גור (רבי שאול)
7) דעעש (שרייב ארויס וועלכע)
8) וויען
9) וויזניץ רבי ישראל
10) וויזניץ רבי מענדל
11) וויזניץ מאנסי (וועלכע)
12) טשערנאבל (וועלכע)
13) ניקלשבורג מאנסי
14) סאטמאר מהרי''י
15) סקולען (וועלכע)
16) סטולין
17) סקאליע (וועלכע)
18) סערדאהעלי
19) סטוטשין
20) סאטמאר מהר''א
21) סקווירא
22) סקווירא ב''פ
23) ספינקא (וועלכע)
24) סערט וויזניץ
25) פאפא
26) פינסק
27) פעשווארסק
28) צאנז אר''י
29) צאנז זימיגראד
30) קלויזענבורג
31) קראלי
32) קאסוב
33) קרעטשניף
34) קרעטשניף סיגוט
35) רחמסטריווקא ב''פ
36) רחמסטריווקא א''י
37) תולדות אברהם יצחק
38) תולדות אהרן
39) תולדות יהודא סטוטשין
40) יאוואזשנא

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 12:48 pm
דורך גאלד
איך בין א גאר קנאפע חסיד פון די אלע רבי'לעך.
נאר ממש גאר ערענסטע אידן האלט איך שטארק,
ווי למשל אזא איינער ווי ר' יעקב מאיר שכטר, אדער ר' אהרן טייטלבוים וכדומה,
אבער די אלע אנדערע אדומרי"ם אנטציקט מיך לגמרי נישט,

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 1:16 pm
דורך צקון לחש
גאלד האט געשריבן:ווי למשל אזא איינער ווי ר' יעקב מאיר שכטר, אדער ר' אהרן טייטלבוים וכדומה

8-)

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 1:58 pm
דורך יין שרף
Thinking about it, every single one that I know, I can think something positive to admire about them or their actions.

:דיסלייק: :דיסלייק: But in general, their overall is

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 2:00 pm
דורך מיליאנער
צקון לחש האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:ווי למשל אזא איינער ווי ר' יעקב מאיר שכטר, אדער ר' אהרן טייטלבוים וכדומה

8-)

וואס קוקסטו אזוי שטרענג? וואס געפעלט דיך נישט? ר' יעקב מאיר אדער ר' אהרן?

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 2:31 pm
דורך שאלתיאל
בעלזא
באיאן
סאדיגורא ב"ב
אמשינוב
ר' שאול

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 2:57 pm
דורך לאמיר זאגן
סקולען - רבי ישעי' יעקב.
ראחמיסטריווקא א"י
יאוואזשנא

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 3:04 pm
דורך שאלתיאל
וואס פאר א נאמען איז דאס 'יאוואזשנא'? נעווער הערט אבאוט איט, הערט זיך א נאמען פון אן אונגארישע באבע.

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 6:30 pm
דורך אהוב את האמת
גאלד האט געשריבן:איך בין א גאר קנאפע חסיד פון די אלע רבי'לעך.
נאר ממש גאר ערענסטע אידן האלט איך שטארק,
ווי למשל אזא איינער ווי ר' יעקב מאיר שכטר, אדער ר' אהרן טייטלבוים וכדומה,
אבער די אלע אנדערע אדומרי"ם אנטציקט מיך לגמרי נישט,

איך אויך... דעי אלע רבי'לעך אינטערסירט מיר גאנץ ווייניג.
נאר ממש גאר ערענסטע אידן האלט איך שטארק,
ווי למשל אזא איינער ווי האדמו"ר מ'פעשווארסק אדער ר'מענדל מ'וויזניץ,
אבער די אלע אנדערע אדומרי"ם אנטציקט מיך לגמרי נישט,

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 6:40 pm
דורך berlbalaguleh
גאלד האט געשריבן:איך בין א גאר קנאפע חסיד פון די אלע רבי'לעך.
נאר ממש גאר ערענסטע אידן האלט איך שטארק,
ווי למשל אזא איינער ווי ר' יעקב מאיר שכטר, אדער ר' אהרן טייטלבוים וכדומה,
אבער די אלע אנדערע אדומרי"ם אנטציקט מיך לגמרי נישט,

גאלד: אעפ"כ: אלע רבי'ס און אדמורי"ם פארדינען רעספעקט. ווייל סוכ"ס ס'איז נישטא קיין איינער וועלכער טוט נישט קיין טובות פאר אידן. און פיהרט זייער קהילה אדער חסידות ביד רמה...!

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 6:45 pm
דורך צקון לחש
פאפא רבי מאכט א גוטע רושם אין מיינע אויגן.

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 6:50 pm
דורך מיליאנער
ויזניץ
סקולען
ספינקא
דעעש

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2022 11:47 pm
דורך Lesser
באבוב 48
געבט זיך אוועק בלב ובנפש פאר זיינע מענטשען

ר 'שאול אלתר
א מוסטער פון א תלמוד חכם

קאסאבער רבי
טראכט נישט וואס מען טראכט פון עם

אלע אנדערע זענען גוט און הייליג, אבער די דאזיגע וואלט איך גענומען פאר א רבי.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:16 am
דורך שמעון וואלף
מיליאנער האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:ווי למשל אזא איינער ווי ר' יעקב מאיר שכטר, אדער ר' אהרן טייטלבוים וכדומה

8-)

וואס קוקסטו אזוי שטרענג? וואס געפעלט דיך נישט? ר' יעקב מאיר אדער ר' אהרן?

איך קען פארשטיין איינער זאל רעספעקטירן ר' יעקב מאיר אין איך קען פארשטיין איינער זאל רעספעקטירן ר' אהרן. אבער די צוויי האבן גארנישט אין קאמאן אז מ'זאל זיי ארויספיקן אינאיינעם פון די ליסטע

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:20 am
דורך שמעון וואלף
איך רעספעקטיר יעדע רבי וואס איז גרייט צו טון זאכן וואס ער האלט איז ריכטיג, אן חשבונות וואס דער אדער יענער וועט טראכטן.
למשל, אדמו"ר מ'וויזניץ-קייאמישע מיט די זין גלעזער, אדער אדמו"ר מ'וויזניץ-אחים מיט זיינע אפטע אויסברוכן. דאס מיינט נישט אז זיי זענען גערעכט מיט וואס זיי טיען, נאר אז זיי האבן די ביצים צו זאגן און טון מיט וואס זיי ווילן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 7:10 am
דורך [NAMELESS]
עס זענען דא עטליכע וואס שיינען ארויס מיט זייער עבודה און צדקות אבער איך שעץ בעיקר זייער נעימת המידות.

הגרי״מ מארגנשטערן שליט״א
הגרי״מ שעכטער שליט״א
הגרי״י פארטוגאל מסקולען שליט״א
הגריי״מ לעבאוויטש מניקלשבורג שליט״א

דערנאך זענען דא רבי׳ס וואס זענען זייער וואויל און ערליך און טשעפענען נישט קיין מענטשן, און טוען אסאך חסד לשמה.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 8:19 am
דורך יין שרף
שמעון וואלף האט געשריבן:איך רעספעקטיר יעדע רבי וואס איז גרייט צו טון זאכן וואס ער האלט איז ריכטיג, אן חשבונות וואס דער אדער יענער וועט טראכטן.
למשל, אדמו"ר מ'וויזניץ-קייאמישע מיט די זין גלעזער, אדער אדמו"ר מ'וויזניץ-אחים מיט זיינע אפטע אויסברוכן. דאס מיינט נישט אז זיי זענען גערעכט מיט וואס זיי טיען, נאר אז זיי האבן די ביצים צו זאגן און טון מיט וואס זיי ווילן


הה"ד די פרייז פון די ביצים איז לעצטענס ארויף..

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 8:57 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:איך רעספעקטיר יעדע רבי וואס איז גרייט צו טון זאכן וואס ער האלט איז ריכטיג, אן חשבונות וואס דער אדער יענער וועט טראכטן.
למשל, אדמו"ר מ'וויזניץ-קייאמישע מיט די זין גלעזער, אדער אדמו"ר מ'וויזניץ-אחים מיט זיינע אפטע אויסברוכן. דאס מיינט נישט אז זיי זענען גערעכט מיט וואס זיי טיען, נאר אז זיי האבן די ביצים צו זאגן און טון מיט וואס זיי ווילן

שמעון וואלף:איך גיי מארגן, בלי"נ (אפשר) זיין אין קענעדי עירפארט אנגעטון מיט א פארצייטישן שטריימל, א בלויע בעקישע, ארויפגעצויגענע הויזן, איין שווארצער זאק און איין ווייסער. מיט ברוינע, האלב-שוך. מיט גרינע זון-גלעזער. דו גייסט מיך קענען זעהן. (אויב איך קום.)

וואס זאגסטו וועגן מיר? איך האב די בי--, אדער איך בין א משוגע'נער. מיך אינטרעסירט נישט וואס דו טראכטסט (אדער זאגסט) וועגן מיר...! א גוטן פורים.

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2022 12:28 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איך רעספעקטיר יעדע רבי וואס איז גרייט צו טון זאכן וואס ער האלט איז ריכטיג, אן חשבונות וואס דער אדער יענער וועט טראכטן.
למשל, אדמו"ר מ'וויזניץ-קייאמישע מיט די זין גלעזער, אדער אדמו"ר מ'וויזניץ-אחים מיט זיינע אפטע אויסברוכן. דאס מיינט נישט אז זיי זענען גערעכט מיט וואס זיי טיען, נאר אז זיי האבן די ביצים צו זאגן און טון מיט וואס זיי ווילן

שמעון וואלף:איך גיי מארגן, בלי"נ (אפשר) זיין אין קענעדי עירפארט אנגעטון מיט א פארצייטישן שטריימל, א בלויע בעקישע, ארויפגעצויגענע הויזן, איין שווארצער זאק און איין ווייסער. מיט ברוינע, האלב-שוך. מיט גרינע זון-גלעזער. דו גייסט מיך קענען זעהן. (אויב איך קום.)

וואס זאגסטו וועגן מיר? איך האב די בי--, אדער איך בין א משוגע'נער. מיך אינטרעסירט נישט וואס דו טראכטסט (אדער זאגסט) וועגן מיר...! א גוטן פורים.

האסט נישט פארשטאנען. ווען די טיסט עפעס מאדנע וואס קען דיר שאדן מאכן אבער די טיסט עס ווייל די האלטסט דאס איז ריכטיג, דאן וועל איך דיר רעספעקטירן.

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2022 2:00 am
דורך קהל'ס נער
בעלזא רבי, כ'האב שוין אמאל געשריבען פארוואס און איך האב נישט קיין כח אריינציגיין נאכאמאל אין די פייט.
פאפא רבי, א ערליכע יוד וואס פירט נישט קיין פאליטיק.
ר' שאול, א געזינטער תלמוד חכם, בעל דרשן, פערסענעליטי.
קרעטשניף סיגוט, ער דערשרעקט זיך נישט פון קיינעם, ער פירט טיש פאר 3 מענטשן כאילו ווי פאר 3000 מענטשן.

נ.ב. ווער איז דאס יאוואשנע? אזא פינטו טייפ?

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2022 3:13 am
דורך ליפא
יאוואזשנא איז רבי טודרוס זילבער אין וויליאמסבורג

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2022 11:47 am
דורך שמן למאור
איך פערזענליך רעספעקטיר
האדמו"ר מאמשונוב
האדמו"ר מפשעווארסק
האדמו"ר מראחמאסטריווקא ב"פ
האדמו"ר מסקולען ב"פ

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2022 1:25 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
איך רעספעקטיר די מערסטע רז"ל מסאטמאר

א מענטש וואס פארקויפט גארנישט, און מענטשן (נישט קיין סאך אבער עפעס איז דא) זענן זיינע חסידים