בלאט 1 פון 1
6 אידן ארעסטירט פארן וועלן מקריב זיין קרבן פסח דאס יאר
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 5:11 pm
דורך בר גיורא
https://www.timesofisrael.com/four-extremist-jews-arrested-for-planning-animal-sacrifice-atop-temple-mount/ 6 אידן פון ירושלים ארעסטירט ווען מהאט זיך דערוויסט זייער פלאן צי מקריב זיין קרבן פסח דאס יאר אויפן הר הבית
מהאט אויך געטראפן אין איינע פון די הייזער א ציג גרייט צום שעכטען
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 5:15 pm
דורך בר גיורא
דעיס קומט נאך וואס אין א זעלטענע שריט האבען אלע טעראריסטישע ארגעניזאציעס פון עזה פאראייניגטערהייט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אז מדינת ישראל וועט טראגן פאראנטווארטליך אויף די קאסעקווענצען פון אזא אקציע
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 5:29 pm
דורך תוהו ובוהו
דאס איז א יערליכע ספעקטאקל דורכגעפירט דורך די 'חוזרים להר' ארגאניזאציע.
דא האט איר א תוכנית אויף זיי
https://www.sdarot.tv/watch/4439-%D7%99 ... /episode/1
Re: 6 אידן ארעסטירט פארן וועלן מקריב זיין קרבן פסח דאס יאר
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 9:11 pm
דורך בר גיורא
.

Sent from my Pixel using Tapatalk
Re: 6 אידן ארעסטירט פארן וועלן מקריב זיין קרבן פסח דאס יאר
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 10:29 pm
דורך מאנטריאל
אזוי אין גלות איז מען נאך אז מען קען נישט שעכטן א פשוטע ציגעלע
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
Re: 6 אידן ארעסטירט פארן וועלן מקריב זיין קרבן פסח דאס יאר
נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 10:39 pm
דורך כרם זית
מאנטריאל האט געשריבן:אזוי אין גלות איז מען נאך אז מען קען נישט שעכטן א פשוטע ציגעלע
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
מען האלט שוין אזוי ווייט אין גאולה אז מען איז שוין נישט מקרב קיין בהמות.
נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2022 12:58 am
דורך יואליש
כרם זית האט געשריבן:מאנטריאל האט געשריבן:אזוי אין גלות איז מען נאך אז מען קען נישט שעכטן א פשוטע ציגעלע
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
מען האלט שוין אזוי ווייט אין גאולה אז מען איז שוין נישט מקרב קיין בהמות.
לכאורה באציסטו זיך צו הרב קוק'ס פשט אין וערבה ליהוה "מנחת" יהודה וירושלם כימי עולם וכשנים קדמניות, אז די וועלט אינעם מצב התיקון וועט ווערן וועדזשיטעריען אריינגערעכנט די קרבנות, אלעס וועט זיין בלויז קרבן מנחות.