בלאט 1 פון 9
נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2022 10:56 am
דורך היכי דמי
הערט די נייע סינגל ארויסגעגיבן דורך מענדל ראטה.
https://m.youtube.com/watch?v=xgbm6B3Herc
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2022 11:43 am
דורך שמן למאור
איך פארשטיי נישט אזוי ווייט די געדאנק פונעם ניגון
מילא די אלע וואס זינגען "איך וויל זיין א צדיק/ערליכע איד" אדער "איך וויל מיך שטארקן אויף נסיונות" וכדומה, הער איך, ווייל עס גייט נישט אזוי גרינג, און מען פראבירט איינמאל און נאכאמאל, איז פארשטענדליך צו מאכן א ניגון פון געגועים דערויף
אבער ווער האט דען נישט ליב א מיידל? אפילו בחורים האבן ליב מיידלעך, נא וואס איז די געזינגעכץ?
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2022 12:09 pm
דורך ברוינשטיין
אַרטיסט! Wow.
אויב איינער שלאגן כפרות מיטן סיסטעם איז דאס נישט קיין צווייטער ווי אונזער מענדל ראטה, דער מיז עס מיינען גאר אמת'דיג.
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2022 2:31 pm
דורך שאלתיאל
דער ריכטיגע טיטל פאר דער ניגון געגועים איז -'איך וויל ליב האבן עטענשאן' און דערפאר וועל איך טון אלעס וואס נאר שייך עס צו באקומען.
איך האב גארנישט ספעציפיש קעגן די ניגון אבער ס'איז ביי מיר קלאר ווי די טאג אז ווען ער וואלט ווען געווען א חילוני וואלט ער נישט ארויסגעגעבן א ניגון אויף ליבע נאר געזוכט אן אנדערע נושא וואס איז קאנטערווערסיאל אויך ביי די פרייע.
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2022 4:01 pm
דורך טאמבל סאס
ס'מוז זיין א יודישע?
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2022 4:08 pm
דורך טאמבל סאס
ס'גייט זיין הילעריעס צו קוקן ווי אזעלכע פשוטע, תמימות'דיגע און אפענהארציגע ווערטער גייען דא אסאך א.ג. אויפגעקלערטע מענטשן אזוי ארויסנעמען פון די כלים
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2022 4:10 pm
דורך טאמבל סאס
עצי שטים האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אזוי ווייט די געדאנק פונעם ניגון
מילא די אלע וואס זינגען "איך וויל זיין א צדיק/ערליכע איד" אדער "איך וויל מיך שטארקן אויף נסיונות" וכדומה, הער איך, ווייל עס גייט נישט אזוי גרינג, און מען פראבירט איינמאל און נאכאמאל, איז פארשטענדליך צו מאכן א ניגון פון געגיעים דערויף
אבער ווער האט דען נישט ליב א מיידל? אפילו בחורים האבן ליב מיידלעך, נא וואס איז די געזינגעכץ?
דו פארשטייסט נישט. יעדער וויל אז א מיידל זאל אים ליב האבן. ער, וויל קענען ליב האבן א מיידל.. ס'איז א טיף ווארט. מ'דארף מסתמא האבן געווארן געבוירן אין א אמת'ע חסידישע שטוב צו פארשטיין דאס.
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2022 4:30 pm
דורך שאלתיאל
טאמבל סאס האט געשריבן:ס'מוז זיין א יודישע?
ווען איך טראכט עס איבער קלער איך אז דאס איז א פאנאטישע ניגון, סיי ראסיסטיש- וואס רעדט ער נאר פון אידישע מיידלעך? און סיי האמאפאביש- פארוואס דווקא א מיידל ?
בקיצור, ער האט זיך נאך וואס צוצלערנען
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2022 4:35 pm
דורך טאמבל סאס
כהאב דיך פארשטאנען צום ערשטן מאל. שכח.
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2022 7:11 pm
דורך שמן למאור
טאמבל סאס האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אזוי ווייט די געדאנק פונעם ניגון
מילא די אלע וואס זינגען "איך וויל זיין א צדיק/ערליכע איד" אדער "איך וויל מיך שטארקן אויף נסיונות" וכדומה, הער איך, ווייל עס גייט נישט אזוי גרינג, און מען פראבירט איינמאל און נאכאמאל, איז פארשטענדליך צו מאכן א ניגון פון געגיעים דערויף
אבער ווער האט דען נישט ליב א מיידל? אפילו בחורים האבן ליב מיידלעך, נא וואס איז די געזינגעכץ?
דו פארשטייסט נישט. יעדער וויל אז א מיידל זאל אים ליב האבן. ער, וויל קענען ליב האבן א מיידל.. ס'איז א טיף ווארט. מ'דארף מסתמא האבן געווארן געבוירן אין א אמת'ע חסידישע שטוב צו פארשטיין דאס.
לא זכיתי להבין,
די גרעסטע חסידישע חאניאקעס האבן ליב מיידלעך, ווען נישט, וואלטן זיי נישט געדארפט אויסטון די גלעזער ביים גיין אין גאס און אריינהאקן אין שטאנגען
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2022 7:27 pm
דורך yatzmachp
ער איז פשוט ארויס פון קלאזעט, וד"ל.
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2022 8:10 pm
דורך פרנס החודש
יעצט האב איך ענדליך זוכה געווען צו באגרייפן די ווייטע בליק פון מיינע מנהלים אין ישיבה וואס האבן פארפירט איבער די SD cards.
די קליפ גייט יעצט ארומפארן אין אלע ישיבות קטנות און אויפוועקן פילע עצמות יבשות.
איך וואלט פארגעשלאגן צו אינסטאלירן מעטאל דעטעקטארס ביי אלע ישיבות להרבות קדושה במחנינו.
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2022 8:19 pm
דורך פרנס החודש
עצי שטים האט געשריבן:לא זכיתי להבין,
די גרעסטע חסידישע חאניאקעס האבן ליב מיידלעך, ווען נישט, וואלטן זיי נישט געדארפט אויסטון די גלעזער ביים גיין אין גאס און אריינהאקן אין שטאנגען
לענ"ד קומט אויסטון די גלעזער פון פיינט האבן מיידלעך, פיינט האבן דעם אייבערשטנס וועלט, און נאך מער פיינט האבן זיך.
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2022 8:36 pm
דורך ברוינשטיין
אַ שיינע ליבע ניגון אויף אידיש ווי עס ברויך צו זיין, וואָס איז די גאַנצע סאַמוטאכע?
דער עולם איז שוין אזוי פאַרקרימט אַז מען קען דאָס שוין נישט דערהייבן.
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2022 8:50 pm
דורך שאלתיאל
ברוינשטיין האט געשריבן:אַ שיינע ליבע ניגון אויף אידיש ווי עס ברויך צו זיין, וואָס איז די גאַנצע סאַמוטאכע?
דער עולם איז שוין אזוי פאַרקרימט אַז מען קען דאָס שוין נישט דערהייבן.
אפשר א שיינע ליבע ניגון ווי עס ברויך צו זיין אבער א זינגער א נעכס ווי עס 'ברעכט' צו זיין.
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2022 10:29 pm
דורך יאסל ראקאווער
עצי שטים האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אזוי ווייט די געדאנק פונעם ניגון
מילא די אלע וואס זינגען "איך וויל זיין א צדיק/ערליכע איד" אדער "איך וויל מיך שטארקן אויף נסיונות" וכדומה, הער איך, ווייל עס גייט נישט אזוי גרינג, און מען פראבירט איינמאל און נאכאמאל, איז פארשטענדליך צו מאכן א ניגון פון געגיעים דערויף
אבער ווער האט דען נישט ליב א מיידל? אפילו בחורים האבן ליב מיידלעך, נא וואס איז די געזינגעכץ?
דו פארשטייסט נישט. יעדער וויל אז א מיידל זאל אים ליב האבן. ער, וויל קענען ליב האבן א מיידל.. ס'איז א טיף ווארט. מ'דארף מסתמא האבן געווארן געבוירן אין א אמת'ע חסידישע שטוב צו פארשטיין דאס.
לא זכיתי להבין,
די גרעסטע חסידישע חאניאקעס האבן ליב מיידלעך, ווען נישט, וואלטן זיי נישט געדארפט אויסטון די גלעזער ביים גיין אין גאס און אריינהאקן אין שטאנגען
ווען איינער האט פראבלעמען מיט גלעזער אויף די גאס איז עס נישט ווייל ער האט ליעב א מיידעל. דאס איז ווייל ער האט ליעב pleasure. און דער וואס פרעגט; "לא זכיתי להבין,
די גרעסטע חסידישע חאניאקעס האבן ליב מיידלעך" פארשטייט נישט די חילוק צווישען ליעב האבן pleasure און ליעב האבן א מיידעל.
דער איז מתפלל רבונו של עולם איך וויל ליעב האבן מיידעל. זאגט @טאמבעל סאס אז דאס וואס ער מעטשעט זיך דערמיט איז לכאורה ווייל ער איז היימיש חסידיש.
ווידער דער וואס טוט אויס די גלעזער האט ליב מיידלעך. אלעס וואס האט א שיסעל אדער א קליידעל מיטשעט ער זיך מיט. ווען ער האט ווען ליעב א מיידעל וואלט ער זיך ווייניגער געמיטשעט מיט די ברילן און די מיידלעך.
העפי 420 תגובה.
נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2022 10:34 pm
דורך קהל'ס נער
מ'קען ווערן טעקניקל און שפליטערן הארעלעך צי זיין ניגון איז גיט צי נישט.
למעשה איז ער די ערשטע היימישע זינגער וואס זינגט וואס ליגט עים אויפן הארץ.
אלע אנדערע הארציגע זינגערס זיי מיזן נעבעך זאגן די ווארט אייבערשטער נאך די ווארט ליבע צי קלאר מאכן " איך האב נישט ליב קיין מיידלעך, בכלל נישט, איך האב ליב די אייבערשטער" פיינעלי קימט איינער און מאכט קלאר פארן עולם הערט אויף צי ביעסן, יא איך האב ליב מיידלעך, און ס'איז גארנישט ווראנג מיט דעים, וואס מיינט ויאהב יצחק את רבקה, וואס מיינט ויאהב יעקב את רחל, ליבע איז א כשר'ע אויסגעהאלטענע לכתחילה'דיגע געווינטשענע זאך
נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2022 3:12 pm
דורך צקון לחש
אלץ א המשך צו די הייליגע רייד פון [tag]יאסל ראקאווער[/tag] האב איך אמאל געהערט א גוט ווארט; ס'דא וואס האבן ליב "פרויען", מ'דארף אבער ליב האבן "א" פרוי!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2022 4:22 pm
דורך שמן למאור
צקון לחש האט געשריבן:אלץ א המשך צו די הייליגע רייד פון [tag]יאסל ראקאווער[/tag] האב איך אמאל געהערט א גוט ווארט; ס'דא וואס האבן ליב "פרויען", מ'דארף אבער ליב האבן "א" פרוי!
פארוואס "דארף" מען ליב האבן א פרוי?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2022 4:53 pm
דורך צקון לחש
עצי שטים האט געשריבן:צקון לחש האט געשריבן:אלץ א המשך צו די הייליגע רייד פון [tag]יאסל ראקאווער[/tag] האב איך אמאל געהערט א גוט ווארט; ס'דא וואס האבן ליב "פרויען", מ'דארף אבער ליב האבן "א" פרוי!
פארוואס "דארף" מען ליב האבן א פרוי?
נאר דער וואס גלייבט אין ראה חיים עם אשה אשר אהבת.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2022 5:09 pm
דורך אספקלריה
ספארשטייטיסך א געוואגטע שריט פון זיין זייט.
אבער מזעעט אז סבאדערט עם די איינגעהאלטענקייט וואס איז דא בא געוואוסע פרומע קרייזען,וואו כאילו מטאר נישט ליב האבען א יודישע פרוי.
מלאזטסיך נישט פירען דיע הרגשה ווייל סשפירטסיך פראסט, און אויף דעם זאגט ער אז א יודישע פרוי איז הייליג און דיע ליבשאפט צו איהר איז אוכט א הייליגע אזוי וואו אונזערע הייליגע אבות, ער שרייבט א תפילה אז סאיז גלוי וידוע לפני יודע תעלומות אז ער מיינט נאר עהרליכע כוונות.
אויב איז ער טאקע א אפגעהיטענע יוד און ער מיינט עס ערענסט דעמאלס זאל די אויבערשטער העלפען סזאל האבען א רושם, ער האט דיך נישט געמאכט די ניגון פאר א פאפא כולל יונגערמאן, ער האט עס געמאכט פאר אייינער וואס מיינט אז אהבה ברויך מען זיכען און די פרעמד,און אויף דעם זאגט ער פארקערט אהבה איז הייליג און לעכטיג.
איך שפיר נישט קיין ארס און ציענדיגע רומאנס און די ווערטער.
די נקודה איז אמת אז די רומענס און רייצענקייט וואס כאפטסיך אריין ביי אונז קומט פון א חיסרון און אהבה און אור,אמתע לעכטיגע ליבשאפט גייט נישט צוזאמען מיט רייץ.
והקב״ה ימלא לבבנו באהבה ואור גדול.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2022 5:20 pm
דורך ייעעקקבב
מענדל ראטה איז ארויפגעקימען אויף אידישליך אויף טעלעגראם און מסביר געווען פונקטליך וואס ער וויל דא
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
נשלח: דאנערשטאג אפריל 21, 2022 7:19 pm
דורך דרויסענדער
ייעעקקבב האט געשריבן:מענדל ראטה איז ארויפגעקימען אויף אידישליך אויף טעלעגראם און מסביר געווען פונקטליך וואס ער וויל דא
https://t.me/Yiddishlech/11370