טוויטער האט אנגענומען דער פארשלאג פון אילן מאסק אפצוקויפן טוויטער פאר די סומע פון 44 מיליארד דאלאר (54.20 פאר יעדער שעיר). אן אפציעלע אנאסמענט איז ארויס.
וואס איז זיין פלאן?
מאסק האט געטוויט היינט אז ער האפט אז 'אפילו זיינע ערגסטע קריטיקירער וועלן פארבלייבן אויף טוויטער, ווייל דאס איז דעא באדייט פון פרידאם אוו ספיטש''.
מאסק וועלכע האט רעגלמעסיג קריטיקירט טוויטער איז ערווארטעט איינצופירן פארשידענע טוישונגען אינעם פלאטפארמע, אריינגערעכנט אין די נושא פון פרי ספיטש ווי ער פלאנט צו זיין מער קאנסערוואטיוו און איינגעהאלטן ביים זיך אריינמישן אין דער אינהאלט פון די באנוצער אנדערש ווי ביז יעצט וואס טוויטער נעמט אן אקטיווע חלק ביים צענזורירן, בלאקירן טוויטס און אקאונטס וואס זענען נישט לויט זייער גייסט. ביים רעכטן לאגער האפט מען אז מאסק וועט ער וועט צוריק אקטוויזירן פארמער פרעזידענט'ס טראמפ'ס אקאונט. רעפובליקאנער קאנגעספרוי גרין וועלכע איר אקאונט איז סופסענדירט געווארן האט אויסגעדריקט האפענונג אז מאסק וועט צוריק אויפלעבן איר אקאונט.
אילן מאסק קויפט אפ טוויטער
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 806
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1653 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2133 מאל
אילן מאסק קויפט אפ טוויטער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
דער אשכול פארמאגט 19 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן