בלאט 1 פון 1

אילן מאסק קויפט אפ טוויטער

נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2022 3:05 pm
דורך שאלתיאל
טוויטער האט אנגענומען דער פארשלאג פון אילן מאסק אפצוקויפן טוויטער פאר די סומע פון 44 מיליארד דאלאר (54.20 פאר יעדער שעיר). אן אפציעלע אנאסמענט איז ארויס.

וואס איז זיין פלאן?

מאסק האט געטוויט היינט אז ער האפט אז 'אפילו זיינע ערגסטע קריטיקירער וועלן פארבלייבן אויף טוויטער, ווייל דאס איז דעא באדייט פון פרידאם אוו ספיטש''.

מאסק וועלכע האט רעגלמעסיג קריטיקירט טוויטער איז ערווארטעט איינצופירן פארשידענע טוישונגען אינעם פלאטפארמע, אריינגערעכנט אין די נושא פון פרי ספיטש ווי ער פלאנט צו זיין מער קאנסערוואטיוו און איינגעהאלטן ביים זיך אריינמישן אין דער אינהאלט פון די באנוצער אנדערש ווי ביז יעצט וואס טוויטער נעמט אן אקטיווע חלק ביים צענזורירן, בלאקירן טוויטס און אקאונטס וואס זענען נישט לויט זייער גייסט. ביים רעכטן לאגער האפט מען אז מאסק וועט ער וועט צוריק אקטוויזירן פארמער פרעזידענט'ס טראמפ'ס אקאונט. רעפובליקאנער קאנגעספרוי גרין וועלכע איר אקאונט איז סופסענדירט געווארן האט אויסגעדריקט האפענונג אז מאסק וועט צוריק אויפלעבן איר אקאונט.

נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2022 3:06 pm
דורך שאלתיאל
2022-04-25 (1).png

נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2022 6:20 pm
דורך אלע צוזאמען
פרעזידענט טראמפ האט שוין געמאלדן אז ער גייט זיך נישט צירוקקערן צו טוויטער, נאר ער גייט אנהייבן צו ניצן זיין נייע 'טראטה' פלאטפארמע און די נעקסטע 7 טעג.
אנדערע גרויסע קאנסערוואטיווע נעמען זענען שוין צירוק אויף טוויטער, מארק לעווין.

Re: עלן מאסק קויפט אפ טוויטער

נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2022 4:12 am
דורך פאליטיקאנט
איז אמת אז מארדי געטץ קויפט אפ קאווע שטיבל?

נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2022 7:57 am
דורך היסטאריע
ער האט שוין.

Re: עלן מאסק קויפט אפ טוויטער

נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2022 9:02 am
דורך כרם זית
פאליטיקאנט האט געשריבן:איז אמת אז מארדי געטץ קויפט אפ קאווע שטיבל?
וועם וועט ער צוריק לאזן?

נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2022 9:26 am
דורך בן עיר
כרם זית האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:איז אמת אז מארדי געטץ קויפט אפ קאווע שטיבל?
וועם וועט ער צוריק לאזן?

ער וועט זיין מער ביזי צו ארויסווארפן און צענזורירן

נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2022 1:07 pm
דורך פאלגזאם
היסטאריע האט געשריבן:ער האט שוין.


איז עס קאנפירמד? ווי האסטו געהערט דערוועגן?

נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2022 6:43 pm
דורך היסטאריע
נעקסט וויל מאסק אויסקויפען דער איד און דער בלאט און מאכט איינס.

נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2022 8:57 pm
דורך תרמב
און נאכדעם גייט משיח קומען.... ווייל ער ווארט נאר אויף די שלום אין סאטמאר......

נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2022 10:44 pm
דורך שאלתיאל
אינטערסאנט: בלויז עטליכע שעה נאך וואס מאסק האט אפגעקויפט טוויטער איז דער אקאונט פון טאקער קארלסאן צוריק געפנט געווארן נאך וואס ס'איז געווען סופסענדירט צוליב וואס ער האט זיך באצויגן צו א טראנסדזשענדער פרוי ווי א מאן.

נשלח: דינסטאג אפריל 26, 2022 11:05 pm
דורך פאלגזאם
היסטאריע האט געשריבן:נעקסט וויל מאסק אויסקויפען דער איד און דער בלאט און מאכט איינס.


איך קוילער מיך פאר געלעכטער. אונז ווערמיר חברים איא?

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2022 10:42 pm
דורך קהל'ס נער
פאליטיקאנט האט געשריבן:איז אמת אז מארדי געטץ קויפט אפ קאווע שטיבל?
@רביה"ק זי"ע די קימסט ציריק אויב מען קאנפירמד אז מארדי גץ האט אפגעקויפט ק"ש? :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2022 7:49 pm
דורך שאלתיאל
ווי ערווארטעט: היינט ביי אן עווענט פון דער בריטישע צייטונג 'פיינענשעלי טיימס'' האט אילאן מאסק געזאגט אז ער פלאנט צוריק צו אקטיוויזירן טראמפ'ס טוויטער אקאונט אויב דער דיעל מיט טוויטער וועט זיך אויסארבעטן ביזן סוף און ער וועט ווערן באס אויף טוויטער. מאסק זאגט אז עס איז געווען ''א טיפשותדיגע און נארישע שריט'' צו בלאקירן דעם פרעזידענט'ס אקאונט. מאסק איז נאך נישט דער אפציעלע באס פון טוויטער אבער ער טענה'ט אז דער יעצטיגע ceo דארסי האלט ווי אים.
טראמפ פון זיין זייט האט שוין געמאלדן ענדע אפריל אין אן אינטערוויו צו פאקס ניוז אז ער פלאנט נישט צוריקצוגיין צו טוויטער נאר ענדערש זיך באנוצן מיט זיין אייגענע פלאטפארמע Truth social,

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2022 11:32 pm
דורך [NAMELESS]
אילאן מאסק האט היינט ארויסגעשיקט א טוויט ווי ער שרייבט אז זיינע פראונאנס זענען PROSECUTE/FAUCI זיך באציענדיג צו די טרענס קאמיוניטי וואס פארלאנגט אז מ׳זאל זיי רופן ביי די נאמען וואס זיי שפירן זיך באקוועהם, און צו ד״ר פאוטשי וועם ער באשולדיגט אין זאגן ליגענט פאר קאנגרעס און געבן געלט פאר פראגראמען צו הארגענען מיליאנען מענטשען

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2022 11:47 pm
דורך קורקלענד
מאנכע זאגן אז אילאן מאסק האט ל''ע א קינד וואס האט זיך דערקלערט טראנס, און דער קינד וויל זיך מיט איהם נישט אסאסיאירן. דאס גיבט א שטיקל אינערליכע בליק פארוואס ער איז אויף אזא אימפולסיווע קרייצצוג אקעגן די גאנצע נאנסענס.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2022 11:55 pm
דורך [NAMELESS]
קורקלענד האט געשריבן:מאנכע זאגן אז אילאן מאסק האט ל''ע א קינד וואס האט זיך דערקלערט טראנס, און זי וויל זיך מיט איהם נישט אסאסיאירן. דאס גיבט א שטיקל אינערליכע בליק פארוואס ער איז אויף אזא אימפולסיווע קרייצצוג אקעגן די גאנצע נאנסענס.
מקור?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 1:01 am
דורך קורקלענד

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 5:31 pm
דורך מצפצף
קורקלענד האט געשריבן:מאנכע זאגן אז אילאן מאסק האט ל''ע א קינד וואס האט זיך דערקלערט טראנס, און דער קינד וויל זיך מיט איהם נישט אסאסיאירן. דאס גיבט א שטיקל אינערליכע בליק פארוואס ער איז אויף אזא אימפולסיווע קרייצצוג אקעגן די גאנצע נאנסענס.
או כלך לאידך גיסא, ווייל ער איז אויף אזא אימפולסיווע קרייצצוג אקעגן די גאנצע 'נאנסענס', וויל זיך זיין קינד נישט אסאסיאירן מיט אים.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 6:34 pm
דורך [NAMELESS]
אדער קען מען זאגן פשוט אן קיין קאנספיראציעס, אז ער האלט נישט פון ארויפצווינגען איינעמס פראונאונס אויף א אנדערע מענטש, און אויך האלט ער אז ד״ר פאוטשי האט געגעבן פאנדס פאר ריסיורטש פראגראמען וואס האט שפעטער געהארגעט מיליאנען מענטשן.

Re: עלן מאסק קויפט אפ טוויטער

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 5:47 pm
דורך היימלינד
כרם זית האט געשריבן: דינסטאג אפריל 26, 2022 9:02 am
פאליטיקאנט האט געשריבן:איז אמת אז מארדי געטץ קויפט אפ קאווע שטיבל?
וועם וועט ער צוריק לאזן?
מאחורי וועט זיין אפען פאר אלעמען...

Re: אילן מאסק קויפט אפ טוויטער

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 5:50 pm
דורך berlbalaguleh
ער'ט נאך אנקומען קיין קאווע שטיבל. דאמאלס 'עט זיין עכט צרות.