בלאט 1 פון 2

"קאווע שטיבל" צייכנט אפ זעקס חדשים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 8:38 pm
דורך admin
עס ווערט יעצט אפגעצייכנט זעקס חדשים זינט "קאווע שטיבל" איז געעפנט געווארן, פארגאנגענעם ר"ח אדר. 

מיר געבן אפ א שבח והודאה צום אויבערשטן פאר דער זכיה צו זיין מזכי הרבים, און מיר בעטן א תפילה אויף ווייטער, אז מיר זאלן אנגיין ווי ביז היינט צו געבן א פלאטפארמע פאר'ן ציבור מיט יושר און טאלעראנץ, על דרך התורה.

מיר ווילן אין דער געלעגנהייט באדאנקען די איבערגעגעבענע מנהלים און אחראים פאר'ן ארויסהעלפן אין דעם פענאמענאלן סוקסעס, און בעיקר קומט זיך א דאנק פאר די הונדערטער טייערע חברים וועלכע נעמען אנטייל אין די שמועסן, און מיט זייערע כשרונות טוען זיי מהנה זיין. 

ישלם ה' פעלכם, ותהי משכורתכם שלמה מן השמים. 

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:08 pm
דורך משה רוקח
וואס גייט דא פאר? א נייע היים בלאט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:09 pm
דורך משה רוקח
פליז לייג צוריק אז ווען איך דרוק אויפ'ן קאווע שטיבל לאגא זאל עס גיין צום הויפט בלאט!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:10 pm
דורך איך אויך
משה רוקח האט געשריבן:פליז לייג צוריק אז ווען איך דרוק אויפ'ן קאווע שטיבל לאגא זאל עס גיין צום הויפט בלאט!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:13 pm
דורך יידל
גלייך אונטער די לאגא איז דאך דא די "הויפט זייט" לינק!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:20 pm
דורך איינער
ווי איז מיין לייק קנעפל?

מזל טוב!!!!!!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:44 pm
דורך שמעקעדיג
די שמועסערס האבן געקויפט נייע היטלעך? זעהט אויס אז זיי האלטן אז מען קען זיך אנטון וועלכע הוט עס שמעקט...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:45 pm
דורך זר זהב
אויש שמעקי איך קען דיר נישט לייקן :like

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:02 am
דורך קאמפיאטער
פארוואס נאר אין מאחורי הפרגד האבן נישט די צוויי שומרים דארט אויבן קיין שיינע היטן, מיט א גלאז משקה?? זיי פארדינען עס נישט? אדער אפשר דארט איז עס נאך נישט אפן קיין זעקס חדשים?
מען קען דן זיין צי מגייט נאך כלל, צי יעדע פרט פאר זיך איז אזוי שטארק אז........

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:15 am
דורך געפילטע פיש
קאמפיאטער האט געשריבן:פארוואס נאר אין מאחורי הפרגד האבן נישט די צוויי שומרים דארט אויבן קיין שיינע היטן, מיט א גלאז משקה?? זיי פארדינען עס נישט? אדער אפשר דארט איז עס נאך נישט אפן קיין זעקס חדשים?
מען קען דן זיין צי מגייט נאך כלל, צי יעדע פרט פאר זיך איז אזוי שטארק אז........

קען נישט זיין, ווייל צימעס איז אויך נישט קיין האלבע יאר אלט, וועט מען מוזען זאגן אז זיי זענען אנדער עידזש און מ'לאזט זיי נישט אריין.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:32 am
דורך אויס מענטש
שמעקעדיג האט געשריבן:די שמועסערס האבן געקויפט נייע היטלעך? זעהט אויס אז זיי האלטן אז מען קען זיך אנטון וועלכע הוט עס שמעקט...

דא האסטו א לייק :)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:52 am
דורך [NAMELESS]
מזל טוב מזל טוב!!
ס׳שווער צו גלייבען אז ס׳נאר זעקס חדשים. קאווע שטיבעל זעהט שוין אויס ווי א חלק פון לעבן פאר די לעצטע דרייסיג יאר.....

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:54 am
דורך לעמיל
האט מען טאקע אראפ גענומען די לייק קנעפעל?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:55 am
דורך [NAMELESS]
לעמיל האט געשריבן:האט מען טאקע אראפ גענומען די לייק קנעפעל?

ניין. אין הכרזות גלובאליס קען מען נישט לייק׳ען

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:56 am
דורך לעמיל
ראשעקאל האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:האט מען טאקע אראפ גענומען די לייק קנעפעל?

ניין. אין הכרזות גלובאליס קען מען נישט לייק׳ען

אה אוקעי גערעכט
שכויעך

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 11:03 am
דורך שמואל הלוי
א גאנצע חצי שנה פארלאפן? די צייט לויפט דאך שוין באלד שנעלער ווי צייט :lol:

אריינטרעטענדיג אינעם צווייטן חצי וואונטשן מיר אז דאס פלאץ זאל אנהאלטן אויף א ערליכן שטייגער לאורך ימים ושנים טובים.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 11:13 am
דורך געפילטע פיש
שוין דורך געלאפן א גאנצע האלבע יאר? קוים אפאר וואכן צוריק האט מען באקומען דעם אימייל "Check out kaveshtiebel.com"
די צייט לויפט!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 11:37 am
דורך בן תמליון
מזל טוב. זאל זיין די ווילן אז עוד יניבון בשיבה דשנים ורענענים זאל פון דא זיין יפוצו מעינותיך צו מרבה זיין הדעת לתפארת ולשמחת כל בית ישראל.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:06 am
דורך לאדיך אפ
מזל טוב. כן ירבו

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:47 am
דורך חד גדיא
מזל טוב! מזל טוב! זעקס חדשים איז גענוג צו ווייזן אז די סקעפטיקס האבן טועה געווען. יא, מ'קען האבן א פארום ע"ד התורה אן פייניגן און צענזורירן.
וכן יעזור ה' להלאה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:05 am
דורך משה געציל
ווער האט געגלייבט אז קאווע שטיבל וועט אזוי שנעל וואקסן? יא עס איז א פאקט! גאנצע זעקס חדשים!
אוודאי דארף מען אפגעבן די מייסדים און מנהלים א הערצליכען יישר כח פאר זייער כסדרדיג׳ע איבערמידלכע ארבעט! חזקו ואמצו!

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 3:20 am
דורך טעפל
שמואל הלוי האט געשריבן:א גאנצע חצי שנה פארלאפן? די צייט לויפט דאך שוין באלד שנעלער ווי צייט :lol:

אריינטרעטענדיג אינעם צווייטן חצי וואונטשן מיר אז דאס פלאץ זאל אנהאלטן אויף א ערליכן שטייגער לאורך ימים ושנים טובים.

דאס זעלביגע האב איך געטראכט ווען כ'האב דאס געזען...מזל טוב פאר אלעמען און מ'זאל זיך ווייטער זעהן אויף שמחות....

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:50 pm
דורך א איד
מזל טוב מזל טוב

כן ירבה וכן יוסיף להלאה ביתר שאת וביתר עז