בלאט 1 פון 1

"עפל און באנאנא" אלס כשרע מיע"ל אויף לופטהאנזא פליגער

נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 11:24 am
דורך Chasidishmashpia
א חרדישע אינגערמאן באריכטעט אז אלס די "כשר מיע"ל" אויף א 4 שעה'דיגע פליגער רייזע מיט 'לופטאנזא' ליניע האט ער באקומען אן עפל מיט א באנאנא.........

נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 11:25 am
דורך Chasidishmashpia
בשעת ווען די אנדערע רייזענדע האבן באקומען א סענדוויטש.
אולי האבן זיי זיך פארמישט מיט פסח....

נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 11:28 am
דורך Chasidishmashpia

נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 2:02 pm
דורך berlbalaguleh
טיפיקל..."דויטשע פונקטליכקייט"...ווער הייסט איהם/זיי פארן מיט לופטהאנזא?! איך האב אן אנדערע אישו מיט די פארערס וועלכע זענען מדקדק נישט צו פארן מיט די טמא'נע ציונים פון אל על. ס'נישט אז איך בין א גרויסער חסיד פון אל על. זיי זענען זיך ווערד דאס געלט. אבער די זעלבע מענטשן ווי דער ברך משה זי"ע האט געהאט א קעפעידע צו פארן מיט לופטהאנזא. לאמיר זיך פארשטעללן אזא סצענע. דער פלייט אטענדאנט. פארשטייצעך, א זכר. קומט אריין אין די קאבינע פונ'ם רבי'ן און מאכט אן אנאונסמענט..."הערר ראבינער. וויר זינד אנגעקאממען נאך אוישוויץ. ביטטע אויסשטייגן?...!

נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 2:26 pm
דורך זרחי
לופטהאנזא האט געשניטן זייער מעניו עכ"פ ביי קערצערע טריפס און זיי געבן נאר א סענדוויטש. שטעל איך מיך פאר אז פאר זיי אז איינער קען נישט עסין קיין סענדוויטש ווייל די ראל איז פת עכו"ם און דאס וואס ליגט אינעווייניג איז אדער נבילה פלייש אדער עפעס אנדערשט וואס מען וייסט נישט צו ס'איז כשר און א חרדישע איד וועט דאס נישט עסין, נו וואס בלייבט איבער ? א בנאנא מיט א עפיל. און אויב מען וויל קען מען מיטברענגען א ראל פון שטוב און דארט אריינלייגן די עפיל און באנאנא כדי עס זאל אויך הייסן א סענדוויטש... . מען ערווארט דאך נישט אז זיי זאלן אזוי שטארק ליב האבן די יודן אז מען זאל געבן פאר זיי א געקעיטערט"ע מיע"ל און פאר די אנדערע נאר א סענדוויטש, עס איז אויך נישט גוט פאר אונז זיי ארויס צונעמען די אויגן, ופשוט הוא.

נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 3:13 pm
דורך ים רויבער
איך האב עס געהאט אויף רויעל דזשארדעיניען זיי האבן אבער אויף צוגעגעבן אויב געדענק איך גוט א שטיקל ספאנדזש קעיק (נישט געהאט קיין שיעור נאך ברכה...) און ניסלעך.

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 1:29 am
דורך berlbalaguleh
די ספאנדזש קעיק איז געקומען פן סאנדערס בעקעריי אויף לי עוו.? און מיט די השגחת הבג"ץ?!

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 11:43 am
דורך היסטאריע
פירות ארץ ישראל. מוחה. די דייטשן זענען שונאי ישראל.

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 2:30 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב געטראכט: אפשר קומען זיי די עמלקים אונז דערמאנען אז אונז דארפן זיך מחזק זיין אין כשרות. אזוי ווי א פרוי וועלכע איז געבוירן אין דייטשלאנד דערציילט אז ווען זי איז געווען א קליין מיידל איז זי געגאנגען אין א דייטשע פאבליק סקול. און ווען די גאנצע סקול איז געפארן אויף א טריפ האט די טיטשער געגעבן סענדוויטשעס פאר אלע סטודענטן. אויסער פאר איהר און נאך א אידיש מיידל. שפעטער ווען די נאצישע גזירות זענען געווארן ערגער האבן די אידן אויפגעמאכט אייגענע סקולס וואו מ'האט געלערנט אל"ף בי"ת און א ביסל אידישקייט מיט די קינדער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 12:51 pm
דורך קלוגע יודל
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב געטראכט: אפשר קומען זיי די עמלקים אונז דערמאנען אז אונז דארפן זיך מחזק זיין אין כשרות. אזוי ווי א פרוי וועלכע איז געבוירן אין דייטשלאנד דערציילט אז ווען זי איז געווען א קליין מיידל איז זי געגאנגען אין א דייטשע פאבליק סקול. און ווען די גאנצע סקול איז געפארן אויף א טריפ האט די טיטשער געגעבן סענדוויטשעס פאר אלע סטודענטן. אויסער פאר איהר און נאך א אידיש מיידל. שפעטער ווען די נאצישע גזירות זענען געווארן ערגער האבן די אידן אויפגעמאכט אייגענע סקולס וואו מ'האט געלערנט אל"ף בי"ת און א ביסל אידישקייט מיט די קינדער.
איז ווילסטו אז די יודן זאלן עפענען אן אייגענע עירליין? #יואלי לעבאוויטש אלערט

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 1:23 pm
דורך שאלתיאל
קלוגע יודל האט געשריבן:

ווי האט יענער געשריבן ? דער מינוט וואס מען וועט הערן אין דער מייק 'א גוטן דא רעדט פיילאט זלמן ווייספיש איך בין דא מיט קא-פיילאט זאנוויל בערנשטיין' וועט מען זוכן דער עמערזשענסי עפענונג און מאכן א ויברח.

Re: "עפל און באנאנא" אלס כשרע מיע"ל אויף לופטהאנזא פליגער

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 2:21 pm
דורך כרם זית
און איך האב אייביג געמיינט אז 'עפל' איז חזיר טרייף.

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 4:23 pm
דורך יין שרף
כרם זית האט געשריבן:און איך האב אייביג געמיינט אז 'עפל' איז חזיר טרייף.
נאר די וואס קומען אריינגעביסן

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 11:02 pm
דורך berlbalaguleh
קלוגע יודל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב געטראכט: אפשר קומען זיי די עמלקים אונז דערמאנען אז אונז דארפן זיך מחזק זיין אין כשרות. אזוי ווי א פרוי וועלכע איז געבוירן אין דייטשלאנד דערציילט אז ווען זי איז געווען א קליין מיידל איז זי געגאנגען אין א דייטשע פאבליק סקול. און ווען די גאנצע סקול איז געפארן אויף א טריפ האט די טיטשער געגעבן סענדוויטשעס פאר אלע סטודענטן. אויסער פאר איהר און נאך א אידיש מיידל. שפעטער ווען די נאצישע גזירות זענען געווארן ערגער האבן די אידן אויפגעמאכט אייגענע סקולס וואו מ'האט געלערנט אל"ף בי"ת און א ביסל אידישקייט מיט די קינדער.
איז ווילסטו אז די יודן זאלן עפענען אן אייגענע עירליין? #יואלי לעבאוויטש אלערט
קלוגע אידל: ניין. נאר אז מ'זאלל נישט פארן מיט די עירליין פון די עמלקים. ס'איז דא אמעריקען עירליינס און דעלטא. און ווער ס'איז א נאאיווער חובב ציון מיט אל על. איך פערזענליך וואלט נישט געפארן מיט אל על. נישט ווייל איך בין א סאטמאר'ע חסיד. ערשטנס. זייער סערוויס איז א סאך שוואכער ווי פון די (אלגעמיינע) גוי'אישע עירליינס. צווייטנס. זיי האבן פיינט אן ערליכן איד. (פאקט).איך האב אמאל צוגעזעהן. ווען באבוב'ער רב ר' שלמה זצ"ל איז געפארן קיין ארץ ישראל. מיין זון האט דאמאלס געלערנט אין באבאוו. איז ער אויך געפארן. מיט אל על. די רבי און הונדערטער חסידים זענען געפארן. האט דאך דאס אריינגעברענגט א שיינע מטבע פאר די עירליין. האביך צוגעזעהן 2 אל על אנגגעשטעלטע ווי זיי האבן געמאכט ליצי ליצנות פון די חסיד'ישע אידן. וואס קיין איין גוי'אישע עירליין וואלט נישט געטון. זיי באציען זיך מיט די מערסטע רעספעקט און דרך ארץ. ספעציעל ווען א גרופ פון חסיד'ישע אידן גייט צוזאמען.

נשלח: זונטאג מאי 08, 2022 1:36 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:און איך האב אייביג געמיינט אז 'עפל' איז חזיר טרייף.
נאר די וואס קומען אריינגעביסן
יין שרף: ברוך שכיוונת. או כיוונתי.

נשלח: זונטאג מאי 08, 2022 1:40 pm
דורך berlbalaguleh
שאלתיאל האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב געטראכט: אפשר קומען זיי די עמלקים אונז דערמאנען אז אונז דארפן זיך מחזק זיין אין כשרות. אזוי ווי א פרוי וועלכע איז געבוירן אין דייטשלאנד דערציילט אז ווען זי איז געווען א קליין מיידל איז זי געגאנגען אין א דייטשע פאבליק סקול. און ווען די גאנצע סקול איז געפארן אויף א טריפ האט די טיטשער געגעבן סענדוויטשעס פאר אלע סטודענטן. אויסער פאר איהר און נאך א אידיש מיידל. שפעטער ווען די נאצישע גזירות זענען געווארן ערגער האבן די אידן אויפגעמאכט אייגענע סקולס וואו מ'האט געלערנט אל"ף בי"ת און א ביסל אידישקייט מיט די קינדער.
איז ווילסטו אז די יודן זאלן עפענען אן אייגענע עירליין? #יואלי לעבאוויטש אלערט
ווי האט יענער געשריבן ? דער מינוט וואס מען וועט הערן אין דער מייק 'א גוטן דא רעדט פיילאט זלמן ווייספיש איך בין דא מיט קא-פיילאט זאנוויל בערנשטיין' וועט מען זוכן דער עמערזשענסי עפענונג און מאכן א ויברח.
שאלתיאל: לאוו דוקא. ווען זלמן ווייספיש און זיינויל אינגבער וועללן זיצן ביים רעדל פון פלעין וועל איך זיין גאנץ זיכער אז זיי טויגן צו די מלאכה. וואו זיי האבן זיך געלערנט. דאס איז שוין א קשיא וואס מ'עט מוזן פארענטפערן. אזוי ווי אלע היימישע ווען זיי נעמען זיך צו עפעס טויגן זיי גאנץ גוט, ב"ה. איך האב די פולע קאנפידענס אין די היימישע, חסיד'ישע דאקטוירים און לאיערס. ענדזשענירן וועלכע קומען פון רוסלאנד ביניך שוין נישט אזוי שטארק זיכער....!