בלאט 1 פון 2
וואס מיינט באנקעס?
נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 1:41 pm
דורך קהל'ס נער
ס'דא עפעס א אויסדריק פון א טויטן באנקעס, קען איינער אריינקומען קלאר?
נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 1:45 pm
דורך גאלד
leaches
אזא מין ווארעם וואס מ'ניצט פאר רפואה, צו אויסזויגן אינפעקציעס אדער אנדערע מיחוש'ן וכדומה.
נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 1:47 pm
דורך תוהו ובוהו
נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 1:50 pm
דורך berlbalaguleh
יא: אני הקטן.ס'איז דא אזא שפריכווארט..."ווי פאר א טויטן, באנקעס. איז דא א ביסל א פארגרייזטער נוסח אין נאכזאגן דאס ווערטל. טייל מענטשן זאגן ..."טויטע באנקעס"...! דאס האט נישט קיין פשט. נאר דער ריכטיגער פשט איז לאמור. אזוי צו זאגן. אמאליגע צייטן האט מען געלייגט אזעלכע מין געלזלעך אויף געוויסע חלקים פון גוף פאר א קראנקן מענטש. וועלכע האבן איהם אויסגעצאפט די (שלעכטע) בלוט. דאס האט געהייסן אז..."מ'לייגט באנקעס. האבן מענטשן געזאגט. אז פאר א טויטן מענטש, רח"ל העלפט שוין נישט לייגן באנקעס...!
נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 1:53 pm
דורך berlbalaguleh
שוין: תוהו ובוהו האט מיך אויסגעכאפט. בשעת איך האב געשריבן פון זיכרון, האט ער געלינקט צו וויקיפעדיע. תבוא עליו ברכה.
נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 2:44 pm
דורך מונטסורי
berlbalaguleh האט געשריבן:יא: אני הקטן.ס'איז דא אזא שפריכווארט..."ווי פאר א טויטן, באנקעס. איז דא א ביסל א פארגרייזטער נוסח אין נאכזאגן דאס ווערטל. טייל מענטשן זאגן ..."טויטע באנקעס"...! דאס האט נישט קיין פשט. נאר דער ריכטיגער פשט איז לאמור. אזוי צו זאגן. אמאליגע צייטן האט מען געלייגט אזעלכע מין געלזלעך אויף געוויסע חלקים פון גוף פאר א קראנקן מענטש. וועלכע האבן איהם אויסגעצאפט די (שלעכטע) בלוט. דאס האט געהייסן אז..."מ'לייגט באנקעס. האבן מענטשן געזאגט. אז פאר א טויטן מענטש, רח"ל העלפט שוין נישט לייגן באנקעס...!
איך האב אלץ געמיינט די שפריכווארט באציט זיך צו ״טויטע באנקעס״ דהיינו באנקעס (leeches בלע״ז) וואס זענען שוין טויט און ציען גארנישט.
גאלד האט געשריבן:leaches
כמדומה leeches
ס׳דא א היימישע פרוי און מאנסי וואס טוט די טערעפיע
—————
נאכן גוגל׳ען אביסל איי געס ערעב בערל האט רעכט, באנקעס איז די גלעזלעך און ליטשעס איז עפעס אנדערש…
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 1:19 pm
דורך קבצו זקנים
דער הייליגער חתם סופר ברענגט
דא (שו״ת לאו״ח סימן קנט) אז דער אבי המקובלים בעל עשרה מאמרות האט זיך גישוירען דאר בארד ״מבלי השאיר שערה אחת״
ספעציעל ביי די ספרדישע גדולים ומקובלים איז דא גאר א סאך רבנים אהן א בארד ושים חלקנו עמהם. פאלגענד א פאר פין זיי.
רבי משה גומז די מסקיטה
רבי שמשון מורפורגו
רבי משה הכהן דאזוודו
רבי דוד ניטו
Re: ואס מיינט באנקעס?
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 8:11 pm
דורך פדיון הבן
דאס איז די בילד פון ר דוד ניטו גענומען פון ויקיפדיה עפעס א שטיקעל בארד זעט מען
Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 8:28 pm
דורך berlbalaguleh
אויך. ר' ברוך עפשטיין/בנבנישתי. זון פון בעל ערוך השולחן. און מחבר פון תורה תמימה. ער האט געהאסט חסידים און חסידות מיט א פאססיאן. איך האב מיר פארגעשטעלט אן אימידזש פון א איד מיט א לאנגע בארד. ווען איך האב געזעהן זיין ברייטן (אויסגעפאשעטע) פנים מיט די גלאטע מארדע ביניך געווארן שאקירט. 50% פון זיינע תורה און דרשות האביך אראפגעפלאשט.
Re: ואס מיינט באנקעס?
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 8:37 pm
דורך כרם זית
@berlbalaguleh פארוואס זאגסטו אז ר' ברוך האט געהאסט חסידים?
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 8:41 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:אויך. ר' ברוך עפשטיין/בנבנישתי. זון פון בעל ערוך השולחן. און מחבר פון תורה תמימה. ער האט געהאסט חסידים און חסידות מיט א פאססיאן. איך האב מיר פארגעשטעלט אן אימידזש פון א איד מיט א לאנגע בארד. ווען איך האב געזעהן זיין ברייטן (אויסגעפאשעטע) פנים מיט די גלאטע מארדע ביניך געווארן שאקירט. 50% פון זיינע תורה און דרשות האביך אראפגעפלאשט.
אז ר' בערל האט געקאנט אראפ פלאשען 50% פון ר' ברוך עפשטיין'ס תורות און געבליבן מיט די אנדערע 50, האמיר דא א גאון וענוותן, א מכסה טפחיים און א מגלה טפח, א לא מחזיק טוביתא לנפשיה'ניק.
מיר דארפן אלע דא מקבל נזיפה זיין פון
הרב בערל
שליט"א וואס מיר האבן עד הלום נישט נוהג כבוד געווען ווי עס פאסט פאר אזא (חצי) שר התורה.
המתאבק בעפר רגליו
וואלף בן אלטע גיטל
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 8:42 pm
דורך וואלווי
וואס איז די שייכות צו טויטע באנקעס?
Re: ואס מיינט באנקעס?
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 8:45 pm
דורך כרם זית
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 9:34 pm
דורך קבצו זקנים
יא, איך האב עס טאקע געוואלט לייגען אין יענעם אשכול, וויאזוי לייג איך דאס אריבער?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:22 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
גאלד האט געשריבן:leaches
כמדומה leeches
ס׳דא א היימישע פרוי און מאנסי וואס טוט די טערעפיע
—————
[/quote]
איז דאס א טעראפי וואס ארבעט אדער דמיונות?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 9:22 pm
דורך וואלווי
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:
איז דאס א טעראפי וואס ארבעט אדער דמיונות?
פארוואס דמיונ'סטע אז ס'ארבעט נישט? מ'טוט שוין אזוי טויזענטע יארן
Re: וואס מיינט באנקעס?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:25 am
דורך יום טוב ליפמאן צונז
וואלווי האט געשריבן:יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:
איז דאס א טעראפי וואס ארבעט אדער דמיונות?
פארוואס דמיונ'סטע אז ס'ארבעט נישט? מ'טוט שוין אזוי טויזענטע יארן
אלעס וואס מ׳האט געטין 1000׳טע יארן ארבעט?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 1:51 am
דורך וואלווי
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:
איז דאס א טעראפי וואס ארבעט אדער דמיונות?
פארוואס דמיונ'סטע אז ס'ארבעט נישט? מ'טוט שוין אזוי טויזענטע יארן
אלעס וואס מ׳האט געטין 1000׳טע יארן ארבעט?
ווי קומט אריין "אלעס" ?
דאס ארבעט
Re: וואס מיינט באנקעס?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:02 am
דורך יום טוב ליפמאן צונז
אז דו ווייסט אז ס׳ארבעט האסטו דאס שוין געקענט שרייבן 2 תגובות צוריק…..
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:39 am
דורך אלפא
ר' חיים בריסקער וואלט געענטפערט באנקעס מיינט באנקעס! (ע"פ די מעשה פון שיבעוד איז שיבעוד...)
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 7:26 pm
דורך קהל'ס נער
אלפא האט געשריבן:ר' חיים בריסקער וואלט געענטפערט באנקעס מיינט באנקעס! (ע"פ די מעשה פון שיבעוד איז שיבעוד...)
אפשר ביסטו מסביר פאר אינז נערנים וואס די מעשה איז דא.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:21 pm
דורך מחונך
Leaches זענען פיאווקעס אין אידיש
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:04 pm
דורך אלפא
קהל'ס נער האט געשריבן:אלפא האט געשריבן:ר' חיים בריסקער וואלט געענטפערט באנקעס מיינט באנקעס! (ע"פ די מעשה פון שיבעוד איז שיבעוד...)
אפשר ביסטו מסביר פאר אינז נערנים וואס די מעשה איז דא.
אין קורצן גייט די לעגענדע אזוי: זיצן זיך אפאר בחורים'לעך אויפן באן אויפן וועג צום ישיבה פונעם גאון 'ר' חיים' מיטן ה''א הידועה. און אלס הכנה דרבה האבן זיי דורכגעטון די סוגיא פון שיבעודא דאורייתא, יעדער פון האט פראבירט אויפצוקומען מיט בעסערע טעאריעס און הסברים אויף די טערמין 'שיבעוד' און וויאזוי דאס פונקציאנירט.
טענה'נדיג זיך אזוי פאר א וויילע, האט אן עלטערע איד פונדערזייט - ווארשיינליך נערווירט פון זייער קוועטשערייען - זיך אנגערופן צו זיי, ''וואס מאכט עטס ענק נאריש מיט פשט'לעך?! שיבעוד איז שיבעוד און געענדיגט!''
די אינגע למדנים האבן זיך אונטערגעשמייכלט און זיך ערלויבט אביסל זיך אונטערצוהאלטן פון די נאאיווקייט פון יענעם צוקוקער,
(וכמאמר - וואס פארשטייט א פרענק צו א רמב"ם).. און די נושא איז ווייטער געפארן.
אנקומענדיג אין סטאנציע, זעען זיי א ריזן עולם שטייט מקבל פנים צו זיין איינעם אין באן, און יא, נישט מער און נישט ווייניגער די דאזיגע אלטע נאר איז 'בריסקער רב' בכבודו ובעצמו.
נאכן זיך אריענטירן פונעם פלוצימדיגע התגלות, האבן די בחורים שנעל אנגעפאנגען זיך ארומשלאגן, 'וואס איז נאך געווען די ווערטער פונעם גאון?! שיבעוד איז שיבעוד?! דארף מען דאס דאך דורכטון צו פארשטיין וואס פונקטליך דאס באדייט...!'
די רעשט איז היסטאריע, זאגן זיי...