בלאט 1 פון 15
שטורעם: מהרז''ל מסאטמאר אויף זיין ברודער: על חרבך תחי'
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 12:08 pm
דורך signout
ס'דא א ריקארדינג פין א עקסטרעם שארפע דרשה פין מהרז''ל מוצש''ק ווי ער האט אפעלירט ביי זיינע אינגעלייט זאלען אויפהערן דאווענען אין קעסקעיד שוהל, פארשטייט זיך ס'האט אנגעמאכט א גרויסע שטורם אפילו ביי חסידי מהרז''ל
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 12:09 pm
דורך signout
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 12:11 pm
דורך signout
מהרז''ל באציהט די דרשה אויף דעם וואס אפאר אינגע בחורים האבען אים נאכגעשריבן ביים ציון אין טענהט אויך אז קיינער איז נישט מוחה
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 12:12 pm
דורך signout
ארטיקל וואס דרייט זיך אויף סאשעל מידיא
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 12:13 pm
דורך signout
טעקסט פין די דרשה
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 12:29 pm
דורך שמן למאור
הוא אשר דברנו, דער רז"ל האט די זעלבע פי האתון, נאר ער ניצט עס נישט אזוי אפט,
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 12:30 pm
דורך שאלתיאל
קינדערליך קינדערליך נישט זיך קריגן.
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 12:32 pm
דורך signout
עצי שטים האט געשריבן:הוא אשר דברנו, דער רז"ל האט די זעלבע פי האתון, נאר ער ניצט עס נישט אזוי אפט,
קודם מהר''א האט שוין גערעדט אזעלכע שארפע לשונות? אין אפילו אזוי, האט נישט מהרז''ל אנגעשריגן מהר''א זוהן ביי אן אסיפת רבנים לעצנטס? ער האט נישט געהאקט אויף מהר''א ביי די מסיבה פאר זיין נייע ביהמ''ד אין קרית יואל אין מאנסי לייפ פלעקס? אין אזוי ווייטער
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 12:33 pm
דורך מיליאנער
... דאס איז א זאך וואס גייט שוין אן יארן לאנג, דאס טייטשט אז עס איז אוועקגעשטעלט מיט א כח פון וכל קרני רשעים אגדע...
ניטאמאל מאכן זיינע ווערטער סענס....
ווער רעדט נאך אז ער האט געזאגט אז שוין
צענדליגער צענדליגער יארן ווארפט מען שוין שטיינער אויף אידן ביין ציון, אבער אין די טעקסט האט מען עס געטוישט צו יארן יארן....
בקיצור דעי איד איז ממש שיכור פאר שנאה און האס אז ער ווייסט שוין נישט וואס ער רעדט....
די ארוינים באלעקן זיך מיט דעי דרשה!
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 1:04 pm
דורך מיליאנער
signout האט געשריבן:ארטיקל וואס דרייט זיך אויף סאשעל מידיא
מעכטיג!
ווייס איך נאר נישט ווי ער האט שוין געהאט צייט אין צוויי טעג פאר אזא ארטיקל
Re: מהרז''ל מסאטמאר אויף זיין ברודער על חרבך תחי'
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 1:35 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
Wow! כ'האב געמיינט אז די צוויי סאקמערס האבן זיך שוין מאחד געווען תחת צילו דמהימנותא פון פעטער זצ"ל?! ווי אנטוישט בין געווארן ווען כ'האב צוגעהערט צו דעם דרשה
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 2:02 pm
דורך פערינא
די נדבות זענען שוואך, מוז מאכן א קאנטעווערשל טוויט אויפציוועקן די רייץ פון נקמה וועט קומען פרישע נדבות.
טראמפ טוויטס האט געהאט די זעלבע מהלך.
שרעקט ענק נישט.
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 2:40 pm
דורך גאלד
מיליאנער האט געשריבן:
די ארוינים באלעקן זיך מיט דעי דרשה!
בכלל נישט, ס'ווייטאגט מיר אזא דרשה, ס'א געפערליכע חילול השם, אז א מנהיג זאל העצן אזוי,
די ענטפער פאר דעם דארף זיין צו רעוואלטירן, און זאגן רבי לעבן, ניין ניין ניין איך וויל נישט פיינט האבן מיין ברודער, איך וויל דייקא זיין באהבה ואחוה מיט מיינע ברודער, ארונים זאלן דאווענען ביי זאלוים צו בני יואל, און זאלונים ביי ארונים, מ'זאל זיך העלפן איינעם דעם אנדערען, און לויזן די ספוילט ברעט רבי'ס אויפן דראנג!!!
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 2:44 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ממש אזוי?! ווען דיין רב/רבי/מנהיג האט פוער פיו געווען קעגן קאשוי'ר רב האסטו אויך אזוי געווייטאגט? ביסט אמאל ארויסגעקומען זאגן אז ס'איז געווען א געוואלדיגע חילול השם?? דזשאסט עסקינג.
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 2:56 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
איך פארשטיי נישט, מהר"א האט ברבים איבערגעבעטן קאשויער רב, פארוואס ברענגט מען עס ארויף, בכלל איז באקאנט (משום פארשטענדליכע סיבה קען ער עס נישט זאגן ברבים) אז ער האט חרטה אויף אסאך דרשות און מעשים פון יענע יארן, און ער איז געווען בידידות מיט יבלח"ט ר' מאטעלע און ר' יחזקאל ראטה, העלפט אים נישט קיין תשובה?
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 3:01 pm
דורך signout
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 3:21 pm
דורך signout
גאלד האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:
די ארוינים באלעקן זיך מיט דעי דרשה!
בכלל נישט, ס'ווייטאגט מיר אזא דרשה, ס'א געפערליכע חילול השם, אז א מנהיג זאל העצן אזוי,
די ענטפער פאר דעם דארף זיין צו רעוואלטירן, און זאגן רבי לעבן, ניין ניין ניין איך וויל נישט פיינט האבן מיין ברודער, איך וויל דייקא זיין באהבה ואחוה מיט מיינע ברודער, ארונים זאלן דאווענען ביי זאלוים צו בני יואל, און זאלונים ביי ארונים, מ'זאל זיך העלפן איינעם דעם אנדערען, און לויזן די ספוילט ברעט רבי'ס אויפן דראנג!!!
א מעסעזש וואס איז ארומגעפארען
אל מול מעלת כ״ק אדמו״ר שליט״א מנהיג קהלתינו הק׳ והנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק׳ בקרית יואל יצ״ו
אחרי דרישת בשלומכם הטוב
בנוגע די דרשה וואס איז געזאגט געווארן דורך די כ״ק אדמו״ר שליט״א אין אונזער געגנט דעם מוצש״ק פרשת אחרי תשפ״ב אין די נייע ביהמ״ד סאטמאר ווערנאן, בעת אונז זענען נישט די וואס דארפן אדער טוען נעמען א מיינונג אין די פירוד לבבות וואס ברענט ליידער בקרב קרית יואל, און אונז דארפן נישט און טוען נישט נעמען א מיינונג ח״ו וואספארא דרשה עס דארף געזאגט ווערן דורכ׳ן רבי׳ן שליט״א, בנוגע די מצב און מציאות הדברים
כדאי מזאל בעסער פארשטיין אונזער ווייטאג און די ציל פון די דאזיגע שורות טוען מיר דא בהקדם מיט אייניגע ווערטער אראפלייגן די פרייעדיגע מציאות אין אונזער געגנט, בשכונותינו טוען אלע תושבי השכונה בלי שום יוצא מן הכלל לעבן מיט א געוואלדיגע אחדות און שלום, עס איז באמת צי באווינדערען ווי אלע תושבים וואס ציילט זיך ביי אריבער 500 משפחות בליעה״ר און געהערן אן צי אלע פראקציעס מקורב ומרחוק לעבן אינאיינעם ווי ״אידן״, און פון ווען די היזיגע ביהמ״ד אין די קעסקעיד דעוועלעפמענט איז געפענט געווארן פאר 16 חדשים צוריק - טראץ וואס עס איז אונטער די בעלות פון די אנדערע קהלה טוען אברכי אנ״ש זיין א גלייכע טייל אינעם ביהמ״ד אונז שפירן דארט זייער וועלקאם, די גבאי הביהמ״ד ר׳ לוי יצחק לעווי און ר׳ הירצקא האניג מאכן זיכער אז יעדע יחיד ווערט אייניג סערווירט בסבר פנים יפות, אונז באקומען זיצן און עליות מיט די פולסטע ארגענעלקייט אן קיין שום עדיעטוט, הערשט יעצט פאר פסח האבן קרוב צי 30 אנ״ש נצרכים ערהאלטן קמחא דפסחא פון די ביהמ״ד קאסע, אסאך פון אונז האלטן א נאנטע קשר מיטן די דיינים פונעם ביהמ״ד אלעס גייט דא צי בהשכל ובדעת במידה ובמשקל, אונז קענען זאגן בפה מלא זאגן אז די הנהלת הביהמ״ד גייען ארויס פון זייער וועג אז יעדע יחיד ויחיד פון די תושבי השכונה זאל זיין א אייניגע טייל - חסדי השם כי גבר עלינו, ותלמידי חכמים מרבה שלום בעולם (בעת די אנדערע געגנטער פון וויליאמסבורג ווי אונזער קהלה האבן שוהלן און זייער קהלה נישט איז די מציאות ווייט נישט אזוי והדברים ידועים ואכמ״ל)
יעצט צום ווייטאגליכע מציאות וואס האט זיך אפגעשפילט דעם מוצש״ק ביים חנוכת הבית פאר די נייע ביהמ״ד, ווי געזאגט אונז האבן נישט און דארפן נישט האבן קיין מיינונג בנוגע ענקער סוכסוך אין קרית יואל און בנוגע ווען / אויב די דרשה דארף געזאגט ווערן דאס איז נישט אונזער עסק, אונזער ווייטאג איז אבער אז דייקא ביי אונז ווי יעדער לעבט באהבה באחוה שלום ורעות ווערט געזאגט די ווערטער וואס קען שאפן ח״ו א פירוד לבבות צווישן דעם היזיגן עולם היל״ת, ובפרט אז די נייע ביהמ״ד איז נאך בזעיר אנפין בלויז פאר שבתים וימים טובים און אונזער ציבור דאווענט ווייטער בימות החול און א גרויס ציבור אויך שבתים אין די צענטראלע ביהמ״ד פון די געגנט, וויאזוי דארפן אונז פעיסן אונזערע חבירים וידידים דארט אין ביהמ״ד? וויאזוי דארפן אונז זיך טרעפן מיט די הנהלת וגבאי הביהמ״ד בלויז 2 וואכן נאכן ערהאלטן גרויסע קמחא דפסחא טשעקס פון די ביהמ״ד קאסע? וויזאוי קען די דרשה וואס פאדערט שארף אויף פון אנשי שלומינו נישט צי דאווענען אין זייערע בתי מדרשים געזאגט ווערן ווען דאס גאנצע ציבור גייט בימות החול, און א גרויס טייל אויך בשבתות וימים טובים בהכרח דאווענען ביי זיי? אז די ווערטער מוזן געזאגט ווערן וואלט געווען מער פאסיג און אין פלאץ ביי ענק אין קרית יואל ווי דאס ענין איז נוגע אויף למעשה, אדער העכסטענס בבית מדרשו פונעם רבי׳ן אויף ראדני סטריט, דאס אריינמישן אונזער ציבור דאהי אין דאס עסק ביש איז א ווייטאג און א צער פארן גאנצע ציבור אנשי שלומינו, וידינו של אנ״ש שכונת קעסקעיד מסולקת של עסק ביש מכל וכל.
החותמים בצער רב יום א׳ לסדר קדושים תשפ״ב פה שכונת קעסקעיד וויליאמסבורג
אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 4:15 pm
דורך בת קול
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:
די ארוינים באלעקן זיך מיט דעי דרשה!
בכלל נישט, ס'ווייטאגט מיר אזא דרשה, ס'א געפערליכע חילול השם, אז א מנהיג זאל העצן אזוי,
די ענטפער פאר דעם דארף זיין צו רעוואלטירן, און זאגן רבי לעבן, ניין ניין ניין איך וויל נישט פיינט האבן מיין ברודער, איך וויל דייקא זיין באהבה ואחוה מיט מיינע ברודער, ארונים זאלן דאווענען ביי זאלוים צו בני יואל, און זאלונים ביי ארונים, מ'זאל זיך העלפן איינעם דעם אנדערען, און לויזן די ספוילט ברעט רבי'ס אויפן דראנג!!!
ממש אזוי?! ווען דיין רב/רבי/מנהיג האט פוער פיו געווען קעגן קאשוי'ר רב האסטו אויך אזוי געווייטאגט? ביסט אמאל ארויסגעקומען זאגן אז ס'איז געווען א געוואלדיגע חילול השם?? דזשאסט עסקינג
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
איך פארשטיי נישט, מהר"א האט ברבים איבערגעבעטן קאשויער רב, פארוואס ברענגט מען עס ארויף, בכלל איז באקאנט (משום פארשטענדליכע סיבה קען ער עס נישט זאגן ברבים) אז ער האט חרטה אויף אסאך דרשות און מעשים פון יענע יארן, און ער איז געווען בידידות מיט יבלח"ט ר' מאטעלע און ר' יחזקאל ראטה, העלפט אים נישט קיין תשובה?
תשובה איז נאר אויב מען טוהט נישט דעם זעלבן חטא נאכאמאל.
אויב טוהט ער די זעלבע שטיק יעדע פאר חדשים און נאכדעם בעהט ער מחילה, וועט די עולם אים נישט נעמען ערנסט.
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 4:23 pm
דורך signout
נאך וואס פארט ארום
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 6:46 pm
דורך signout
די נייע שוהל אין א בעיסמענט אויף ווערנאן פאר חסידי מהרז''ל פין קעסקעיד - על זה יצא הקצף, מערקוועדיג איז דער דיין פין די שוהל איינער שווארץ דאווענט אויך ביי א שוהל פין צד מהר''א, אפילו נאך די איסור פין מהרז''ל
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 6:48 pm
דורך signout
בשעתן מעמד פין די דברות קודש
Re: שטורעם: מהרז''ל מסאטמאר אויף זיין ברודער: על חרבך תחי'
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 7:03 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
signout האט געשריבן:בשעתן מעמד פין די דברות קודש
פון דעם גאנצן מעמד ומושב על כסא מלוכה, גלוסט מיר איין זאך, די פיינע ראפאגאש בארכעס וואס דער הייליגער ייטב לב נעמט ארום מיט זיינע צען הייליגע אצבעות.
כ'פרוביר און כ'קען מיך פארשטעלן דעם ריח ניחוח וואס איז ארויסגעקומען ווען דער רבי שליט"א האט אויפגעשניטן דעם בארכעס, מן הסתם איז עס געווען מיט א מאכלת אהנע פגימות.
אההה ווי נעמט מען אזא פיינע פרישע קריספי ווארעמע בארכעס יעצט אין אזא פשוט'ע מאנטאג, טאקע נישט אזוי פשוט, ס'איז ר"ח היינט אבער די לאקאלע בעקערייען און ווי אויך מיין בעקעריי ביי מיר אין קעך טוען נישט אנערקענען ר"ח אלץ א ראפאגאש בארכעס טאג.
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 7:03 pm
דורך [NAMELESS]
מיליאנער האט געשריבן:... דאס איז א זאך וואס גייט שוין אן יארן לאנג, דאס טייטשט אז עס איז אוועקגעשטעלט מיט א כח פון וכל קרני רשעים אגדע...
ניטאמאל מאכן זיינע ווערטער סענס....
ווער רעדט נאך אז ער האט געזאגט אז שוין
צענדליגער צענדליגער יארן ווארפט מען שוין שטיינער אויף אידן ביין ציון, אבער אין די טעקסט האט מען עס געטוישט צו יארן יארן....
בקיצור דעי איד איז ממש שיכור פאר שנאה און האס אז ער ווייסט שוין נישט וואס ער רעדט....
די ארוינים באלעקן זיך מיט דעי דרשה!
איז נישט צענדליגע יארן וואס מ'ווארפט שוין שטיינער ביים ציון???
ס'קיקט אויס ווי די ארונים זענען אויף א מיסע גענצליך אויסצימעקן דעם אמאל,
סארבעט נישט היינטיגע צייטן, דעי זאכן זענען גיט דאקומענטירט,