בלאט 1 פון 1

יארצייט פון הרה"ק ר' שמעלקא מניקלשבורג-א' אייר

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 1:37 pm
דורך מוחין דגדלות
נולד בשנת תפ"ו (1726) בצ'ורטקוב שבגליציה, כבנם בכורם של מלכה ורבי צבי הירש הורוויץ רב העיר בנם של לאה ור' מאיר מטיקטין המכונה המהר"ם טיקטין. יחד עם אחיו רבי פנחס הורוויץ היה בתחילה מתלמידי הגר"א, גדול מתנגדי החסידות. בהשפעת רבי אברהם הכהן מקליסק, שהיה בעצמו בתחילה תלמיד הגר"א והפך לאחד מגדולי תלמידיו ומפיצי תורתו של המגיד ממז'יריץ, גדול תלמידי הבעש"ט, התקרבו ר' פנחס ואחיו לחסידות, והפכו גם הם לתלמידי המגיד. בהשפעתו התקרבו לחסידות גם תלמידיו: המגיד מקוז'ניץ, רבי לוי יצחק מברדיטשוב, רבי משה לייב מסאסוב, רבי מנחם מנדל מרימנוב ורבי יעקב יצחק מלובלין.עמד בקשרים גם עם רבי משולם זושא מאניפולי, אחיו של רבי אלימלך מליז'נסק.

בשנת תקי"ד 1754, כיהן כרב בעיר ריטשוואל ובה הקים ישיבה. מקרב תלמידיו קמו מגדולי וראשי החסידות בהם רבי ישראל מקוז'ניץ, רבי לוי יצחק מברדיטשוב ורבי יעקב יצחק מלובלין ("החוזה מלובלין").

בשנת תקכ"ג 1763 בערך, התקבל לאב"ד בעיר שינובה, ולשם העתיק גם את ישיבתו, באותה תקופה למד אצלו החוזה מלובלין.

בשנת תקל"ג עבר לכהן כרב העיר ניקלשבורג שבמחוז מוראביה. גם לשם העתיק את ישיבתו, בה למדו רבי משה לייב מסאסוב, רבי מנחם מנדל מרימנוב, רבי יצחק אייזיק מקאליב ורבי מרדכי בנעט (אשר כיהן אחר כך כרבה של העיר). בתקופת כהונתו כרב העיר ניקלשבורג היו מאבקים בינו לבין חלק מהקהילה היהודית בעיר שנבעו מהתנגדותם לחסידות. מסופר כי נצרכו לתיווכו של רבי אלימלך מליז'נסק, על מנת לפתור את המחלוקת ולמתן את הטפתו של הרב הורוויץ לתורת הבעש"ט. הנהגתו האישית הייתה בקדושה וטהרה עליונה ובפרישות קיצונית. צדיקים הפילגו בשבחו והיו שהעידו שבכוחו להחיות מתים.

נפטר בא' אייר תקל"ח (1778) ונקבר בניקלשבורג.

נשלח: פרייטאג מאי 13, 2022 4:51 am
דורך שבת אחים
רבי ר’ שמעלקע פון ניקלישבורג און זיין ברודער די בעל הפלאה זענען געוועהן א גרויסע חידוש אז זיי זענען געווארן חסידים אין יענע צייטן, ווייל זיי זענען געוועהן גרויסע גאונים און תלמידי חכמים. זיי האבן געשטאמט פון דורי דורות רבנים- די בארימטע האראוויץ משפחה- אייניקלעך פון מיין זיידע רבי זרחי׳ הלוי וואס זענען נחשב פאר איינע פון די חשובסטע משפחות צווישן אידן. די בעש״ט האט געזאגט סאיז דא דריי משפחות מיוחסת בישראל: ראפאפפארט-כהנים, האראוויץ-לוים, שפירא-ישראלים.

סאיז כמעט נישטא אזא משפחה ווי די האראוויץ משפחה וואס האט ארויסגעגבן אזויפיל גרויסע מענטשען ביי די אידן במשך דורי דורת עד היום הזה. נישט נאר רבנים נאר די גרעסטע קארפן קעפ צווישן די אידן. מקען מאכן גאנצע ליסטעס פון באוואוסטע אידן וואס זענען האראוויץ אייניקלעך.

מיין זיידע די של”ה הק’ איז פון די גאר באוואוסטע האראוויץ אייניקלעך. ווי אויך די חוזה פון לובלין קומט אויך פון יענע משפחה. די ראפשיצער, וואס נעכטן איז געוועהן די יארצייט האט געהייסן האראוויץ אבער זיי זענען געוועהן ישראלים ווייל ער האט זיך געטוישט די נאמען פון רובין צו זיין מאמעס נאמען הארוויץ.

די סב”ק, די הייליגער רוזינער און אלע וויזניצער רביס זענען האראוויץ אייניקלעך,
ווי אויך זענען די וויזניצער רביס האראוויץ אייניקלעך דורך די ראפשיצער.

די חזון איש איז אויך געוועהן א האראוויץ אייניקל. און זיין ערשטע-קאזין, ראביי פראפעסאר שאול ליבערמאן. יאיר לפיד איז אויך א אייניקל, ווי שוין געשמוסט אין א אנדערע אשכול איז יאיר לפיד׳ס מאמע איז א טאכטער פון דוד גלעדי-קליין אייניקל פון מיין זיידע רבי שמעלקע קליין, סעלישער רב, בעל צרור החיים. רבי שמעלקע סעלישער’ס מאמע איז געוועהן א טאכטער פון מיין זיידע רבי הערשלע האראוויץ באקאנט אלץ “רבי הערשלע טשורטקובער”- פאטער פון רבי ר‘ שמעלקע ניקלישבורגער און דער בעל הפלאה.

נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 12:54 am
דורך berlbalaguleh
און די שושילתא קדישא איז ממשיך עד היום הזה. איך קען איינעם פון די אייניקלעך וועלכער איז סיי א בנש"ק, סיי א חסיד פון די רביים לגזע וויז'ניץ-קאסוב. אויך א חושב מחשבות. א דענקער און א חוקר. מסתמא אויך א גרויסער ת"ח. (איך האב איהם נישט פארהערט.)

נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 9:54 am
דורך פצעי
פאר ווער עס ווייסט נישט, די שושלת פון די האראוויץ משפחה האט זיך אנגעהויבן ביי די אב ה'האראוויצ'עס ר'ישעי האראוויץ וואס האט זיך אזוי א נאמען געגעבן נאך א שטעטל האראוויץ אין די געגענט פון פראג.

נשלח: פרייטאג יוני 10, 2022 6:10 pm
דורך שבת אחים
פצעי האט געשריבן:פאר ווער עס ווייסט נישט, די שושלת פון די האראוויץ משפחה האט זיך אנגעהויבן ביי די אב ה'האראוויצ'עס ר'ישעי האראוויץ וואס האט זיך אזוי א נאמען געגעבן נאך א שטעטל האראוויץ אין די געגענט פון פראג.
דער ערשטער וואס האט זיך א נאמען געגעבן האראוויץ איז געוועהן אין 1391 ה'קנ"א. רבי יוסף הלוי מגירונה (בוהמיה-היינטיגע טשעכיי)
רבי יוסף האט זיך גערופן “איש האראוויץ”- א מאן פון די שטאט האראוויץ.

ער איז געוועהן א אייניקל פון די באוואוסטער פוסק און ראשון רבי זרחיה הלוי מגירונה (רז”ה) בעל המאור, מחשובי חכמי פרובינציה אין די יאהרן פון 1115-1186 לויט די של”ה און די משפחה יחוס איז רבי זרחי׳ געוועהן א אייניקל בן אחר בן פון שמואל הנביא בן אלקנה, ממשפחת הלוים בני קהת.

די רז”ה האט מחבר געוועהן אסאך ספרים, ער איז אויך געוועהן אריינגעטוען אין אסטראנאמיע, פילאסאפיע, נגינה און פיוטים, וואס געוויסע פון זיינע פיוטים האט מען אריינגעלייגט אין סדר התפילה עד היום הזה.