בלאט 1 פון 2

צייט פאר א רעוואלוציע אין סאטמאר! קהל אחדות ד'סאטמאר!

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 4:25 pm
דורך גאלד
סאטמאר חסידים זענען שוין פעד-אפ פון די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]
די עקסיוזעס זיך צו גראדשען אין זיך ארומרייסן העט זיך קיינמאל ענדיגען
גלייבטס מיר דער יצר הרע האט קיין שום פלאן צו רעטייערן,
היינט איז עס א סידור קידושין מארגן סתם א העצערישע דרשה איבערמארגן א געשרייעכטס,
וויפיל איז די שיעור מיט די מעשה ילדות?
וויפיל איז די שיעור מיט די שווענצעריי
ס'גרוילט שוין און איבעלט,
פארוואס דעזערוו מיר נישט צו לעבן ווי נארמאלע מענטשן,
מיט ליבשאפט, מיט פארגינען, מיט אהבת ישראל,
פארוואס? פארוואס? פארוואס?
ס'צייט פאר א רעוואלוציע!!
צייט פאר א נייע סאטמארע קהילה!!

קהל אחדות ד'סאטמאר!


און דעם קהילה מעג מען זיין סיי וועמען'ס חסיד!!!!
אין דעם קהילה מוז נישט זיין קיינעם'ס חסיד!!!
והעיקר! אין דעם קהילה מוז מען יעדן רעספעקטירן און קיינעם קריטיקירן!!!

די קהילה גייט נישט האבן קיין כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א קיין מוסדות הק', קיין בנינים, קיין מלוכה, קיין ארמיי, ס'עט זיין ווי א פרענטשייס מיט א סימבאל,
סיי וועלכער קבוצה סאטמארע חסידים וואס העלן וועלן אדאפטירן דעם אידעלאגיע פון סאטמאר באחדות רשות בידם צו גרינדן אזא קהילה ווי זיי ווילן.


ווען משיח ווען קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער די זענען די אידן וואס האבן מקרב געווען די גאולה שלימה!!!!!!

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 4:28 pm
דורך signout
האט עפעס מיט קהילת אחים?

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 4:59 pm
דורך ליפא
שוין דא אזאנס. בני יואל

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 5:38 pm
דורך גאלד
ליפא האט געשריבן:שוין דא אזאנס. בני יואל
נאופ!! דארט איז מען מזלזל אויף ר' אהרן מיטן ברך משה.

קלאר נגד תקנות הקהילה החדשה,

דא רעספעקטירט מען יעדן!!

יעדער קען האלטן א דרשה ביי אונז (אויב פעלט זיך אויס), ר' זלמן לייב, ר' אהרן, ר' בני יואל רבי (הו עווער דעט איז)

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 5:46 pm
דורך גאלד
דער קהילה גייט איינעמען סאטמאר מיט א שטורעם, ס'גייט זיין א יחיד במינו!!

א קהילה פון סאטמארע חסידים וואס האט ליב, און רעספעקטירן יעדן איינעם אנע אויסנאם, זאל ער הייסן ר' אהרן טייטלבוים, צו טשאטער רבי, צו ר' יאסל וואלדמאן, צו ר' זלמן לייב טייטלבוים, צו ר' שאול פערלשטיין, אנשים אחים אנחנו, איין גרויסע ליבלעכע סאטמארע פעמילי,

פאר ווער ס'וויל, פארשטייט זיך, מ'צווינג מיר קיינעם

אז איינער וויל דוקא נעבעך זיך ארומרייסן און מזלזל זיין און טרעפן תירוצים צו פיינט האבן אנדערע, רח"ל, אונז העמיר דיך אויך ליב האבן אבער מוז אונז נישט דשוינען, ער קען זיך ווייטער גראדשען און זיך שלאגן אין זיין קהילה, אבער מיר האבן ליב יעדן איינעם!

מי לה' אלי!!

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 6:19 pm
דורך [NAMELESS]
שטארקע נייעס די נייע קהילה,

גייט מען מעגן נעמען יעדע אטארדאקסישע רב אלס מסדר קידושין ביים חתונה מאכן אין די נייע קהילה? אין וויאזוי וועט מען צוריק האלטן אז אידישקייט זאל נישט צעפאלן אין די נייע קהילה, אדאנק די הפקרות פין לאזן נעמען יעדע אטארדאקסישע רב אלס מסדר קידושין???

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 6:27 pm
דורך שמן למאור
משיח צדקינו וועט זיין רב אין דעם ביה"מ,
אפשר גאר ליבאוויטשער רבי...

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 6:43 pm
דורך גאלד
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:שטארקע נייעס די נייע קהילה,

גייט מען מעגן נעמען יעדע אטארדאקסישע רב אלס מסדר קידושין ביים חתונה מאכן אין די נייע קהילה? אין וויאזוי וועט מען צוריק האלטן אז אידישקייט זאל נישט צעפאלן אין די נייע קהילה, אדאנק די הפקרות פין לאזן נעמען יעדע אטארדאקסישע רב אלס מסדר קידושין???

כ'ווייס נאך נישט פונקטליך וועגן די סידור קידושין מ'דארף מיר נאך דאס אויסהאמערן,
אבער איין זאך מיין איך ווייס מיר שוין, שישי מיט ה' מלך דעם ערשטן שבת באקומט הרה"צ ר' טשאדעלע שליט"א,

פארוואס העט איר אוואדי פרעגן.

BECAUSE WE LOVE YOU!!!!

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 7:04 pm
דורך גאלד
כ'קען נישט קאנפארמירן אויף 100% אבער עפעס שמועסט מען אז די נייע "קהל אחדות ד'סאטמאר" פלאנט צו צישטעלן טעראפי בחנם פאר די מחלוקה-איבערלעבער זאלן זיך קענען איינגעוויינען צום נייעם לייף-סטייל,
ווי מ'ערווארטעט העט זיין זייער שווער פאר די אלע בעלי תשובה צו הערן א גוט ווארט אויף זייער אלטע שונאים, ווי למשל ר' טשאדעלע אויף ר' אהרן'ען אדער ר' גאלד אויף ר' זלמן לייב'ן,
ממילא העט זיין א שטאב מיט פראפעשענל טעריפיסטן וואס העט געבן לעקציעס און ציביסלעך זאגן קליינע שבחים אויף די אלטע שונאים, זאל נישט אזא פיינפולער שאק,
אזוי ציביסלעך בעזהי"ת העט מען ארויסטרייבן די מחלה הממארת פון "לא תשנא את אחיך בלבבך".

ווי איך הער זוכט מען נאר א נדבן.

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 7:12 pm
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:כ'קען נישט קאנפארמירן אויף 100% אבער עפעס שמועסט מען אז די נייע "קהל אחדות ד'סאטמאר" פלאנט צו צישטעלן טעראפי בחנם פאר די מחלוקה-איבערלעבער זאלן זיך קענען איינגעוויינען צום נייעם לייף-סטייל,
ווי מ'ערווארטעט העט זיין זייער שווער פאר די אלע בעלי תשובה צו הערן א גוט ווארט אויף זייער אלטע שונאים, ווי למשל ר' טשאדעלע אויף ר' אהרן'ען אדער ר' גאלד אויף ר' זלמן לייב'ן,
ממילא העט זיין א שטאב מיט פראפעשענל טעריפיסטן וואס העט געבן לעקציעס און ציביסלעך זאגן קליינע שבחים אויף די אלטע שונאים, זאל נישט אזא פיינפולער שאק,
אזוי ציביסלעך בעזהי"ת העט מען ארויסטרייבן די מחלה הממארת פון "לא תשנא את אחיך בלבבך".

ווי איך הער זוכט מען נאר א נדבן.
אין אזוי אויך ברויך מען טעראפיע פאר די וואס קענען נאך נישט זאגן א גיט ווארט פאר זייער אלטע שונא הגה"צ ר"י סאטמאר ב"ב שליט"א, איך גלייב דער נדבן וועט צאלן פאר דעם אויך,

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 7:27 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
מ'גייט זיין באחדות און ליב האבן יעדן איד פון סיי וואספארא חסידות אדער נישט חסידות?? אבער יעדע איד ממש? דאן שליס איך אן! אויב אדער גייט מען נאר צוריק גיין צו די כ' ל' יארן פון סאטמאר, דאן מיט וואס רוקט עטס ענק פאראויס?!

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 9:53 pm
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: אפילו (רעליגיעזע, און נישט רעליגיעזע) ציונים אויך? דאמאלס ביניך א חלק פון דעים . ויהי חלקנו עימהם...! און אפשר אזוי וועללן מיר זוכה זיין מקבל צו זיין פני משיח צדקנו. בב"א.

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 10:17 pm
דורך שמעקעדיג
אוי, ר' בערל.... אין יעדע אשכול ממש? אפשר דאך קען מען אויסלאזן איין אשכול אן אריינמישן די חזיריי...

אוי כ'האב פארגעסן, דא איז א אחדות אשכול

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 10:51 pm
דורך גאנצל
אין רוב סאטמארע בתי מדרשים ווי ברך משה סקילמאן בנין בראך קעסקעיד בית ברוך קר"י ישמח משה קר"י ברך משה קר"י סאטמאר מאנסי 13 סאטמאר בפ 53 לעבט מען אזוי ווי אין די נייע קהלה

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 11:17 pm
דורך שמן למאור
.

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 11:26 pm
דורך [NAMELESS]
גאנצל האט געשריבן:אין רוב סאטמארע בתי מדרשים ווי ברך משה סקילמאן בנין בראך קעסקעיד בית ברוך קר"י ישמח משה קר"י ברך משה קר"י סאטמאר מאנסי 13 סאטמאר בפ 53 לעבט מען אזוי ווי אין די נייע קהלה
יאפ ב"ה, רוב סאטמארע בתי מדרשים אין קרית יואל אין אלע סאטמארע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג, ב"פ, מאנסי,

סהאט זיך שטארק אנגעזען אין קרית יואל ווי די גבאי כולל שומרי החומת זענען נישט פארשיקט געווארן פין ביהמ"ד פארגאנגענע חול המועד, אזוי זיי זענען פארטריבן געווארן פין ביהמ"ד 12, אין אזוי אויך ווען הגה"צ ר"י סאטמאר ב"ב שליט"א ווערט שיין נתכבד אין ביהמ"ד 53 ווען ער קימט כסדר אויף אמעריקע,

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 11:48 pm
דורך גאלד
ר' טשאדעלע דא איז די אחדות אשכול, ביהעיוו.

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 11:49 pm
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:ר' טשאדעלע דא איז די אחדות אשכול, ביהעיוו.
דאס טיע איך דאך, ארויסברענגענדיג די שיינקייט וואס הערשט היינט אין סאטמאר,

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 11:56 pm
דורך גאלד
גאנצל האט געשריבן:אין רוב סאטמארע בתי מדרשים ווי ברך משה סקילמאן בנין בראך קעסקעיד בית ברוך קר"י ישמח משה קר"י ברך משה קר"י סאטמאר מאנסי 13 סאטמאר בפ 53 לעבט מען אזוי ווי אין די נייע קהלה
כאב הנאה דאס צו הערן, אבער נישט מיינט דער פסוק, די אלע שולן זענען למעשה ארונישע שולן ווי ר' אהרן איז דער קאק אדמער, און מ'טאלערירט זאליס, ווערי נייס,
אבער נאופ! דאס איז נישט גענוג פאר מיר,

אין אונזער קהלה גייען אלע סאטמארע מנהיגים פון אלע פראקציעס, זיין די זעלבע מחותנים שוה בשוה, יעדער העט באקומען די העכסטע מאס רעספעקט, קיינער גייט נישט שפירן קיין ידו על העליונה, קיינער גייט שפירן כאילו איך בין דער גאסט דא, יעדער גייט זיין דער תושב און די האוסט...

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 12:01 am
דורך מחצה''ק
הלוואי זאל זיין א קהילה לאזן די גארביטש אינעם אינטערשטען שטאק חיות אינמיטן אין אינז מענטשן אויבען ווי נארמאלע מענטשן :D :D :D

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 12:06 am
דורך גאלד
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:מ'גייט זיין באחדות און ליב האבן יעדן איד פון סיי וואספארא חסידות אדער נישט חסידות?? אבער יעדע איד ממש? דאן שליס איך אן! אויב אדער גייט מען נאר צוריק גיין צו די כ' ל' יארן פון סאטמאר, דאן מיט וואס רוקט עטס ענק פאראויס?!
פון א פראקטישן שטאנדפונקט איז דאס קיין שאלה, כ'גלייב נישט אז סאטמארע חסידים האבן יעצט א יצה"ר צו ווידער אויפוועקן אלטע עקספייערטע מחלוקת'ן פון 60 יאר צוריק.

יא זיכער דער קהילה גייט פרעדיגן צו בעצם ליב יעדן איד, אבער ס'העט זיין א "סאטמארע" קהילה, פאר "סאטמאר" לייק-מיינדעד מענטשן, דאס איז קיין שום סתירה.

אדרבא, אונז זעמיר גרייט צו הערן קאמענטארן און חיזוק,

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 12:34 am
דורך שמעון וואלף
ס'הערט זיך אלץ פיין אין וואיל, אבער די פראבלעם איז אלץ געווען אז די בעלי מחלוקת האבן איינגעוויקעלט זייערע רשעות אין די תורה.
איינעם וועט נישט שמעקן וואס ראובן טיט, אדער אים סתם נישט פארגינען וועט ער מוחה זיין, העי! די ציברעכסט די אחדות קהילה! א צווייטער וועט שרייען אויף שמעונ'ן דיין ווייב גייט מיט ביי האר.
איך זעה נישט ווי דאס זאל ארבעטן.

די נאמען פון די קהילה דארף זיין קהל אחדות ישראל. די שטאטוטן דארף זיין געבויעט אויפ'ן שלחן ערוך און מ'דארף אויפנעמען א רב אדער בית דין וואס זאל האבן דאס לעצטע ווארט ועל פיהם ישק כל דבר. ווער ס'וויל א רבי קען זיך גיין דארט ווארעמען אינדרויסן פון די ראמען פון די קהילה.

נאך א זאך,
וואס מיינט מ'רעספעקטירט יעדן? יעדע איד? יעדער וואס גייט מיט א בעקיטשע אינדערוואכן? טאמער איינער טיט עפעס אומריכטיג טאר מען עס נישט פארדאמען?

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 12:45 am
דורך מאנרא יונגערמאן
פארוואס נאר סאטמאר גאנץ כלל ישראל בעלז גר וויזניץ ליטוויש ספארדיש מאדערן יעדע אידיש קינד