בלאט 1 פון 1

צייט פאר א קאונטער-רעוואלוציע אין סאטמאר!

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 11:05 pm
דורך יעקב מעקסוועל
אין ליכט פון די שרעקליכע פירצה פון אינשי דלא מעלי וואס האבן זיך צוזאמגענומען צו מאכן אן אזוי גערופענע "רעוואלוציע אין סאטמאר", נעמען זיך צוזאם אידן יראים דבר ה', אשר לא כרעו לבעל, צו אויסשרייען א קול מחאה!

מי לה' אלי!


מיר וועל זיך נישט צוזאם שטעלן צו מאכן א פאלשע אחדות פון התחברת לרשעים! מיר וועלן וויטער גיין בדרך המסורה לנו מדור דור!

אידן פון אלע שיכטן און קרייזן נעמען זיך צוזאם צו שטיין פעלזן פעסט קעגן די אלע אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וואס האבן זיך צוזאמגעשטעלט מיט א בונד קעגן באשעפער!

נישט קיין חילוק פון וואו איר קומט קענט איר זיך צושטעלן צו די מערכה קעגן די וואס האבן זיך מתחבר געווען צו כל מיני "אידן". אידן וואס רופן אפן אויס זייער ווילן צו אפשוואכן די כח פון אדמורי"ם, רבנים, מוסדות הק'. און אלע הייליגע מערכות געפירט משנים קדמונית. אידן וואס רעדן על ה' ועל משיחותיו.


סידור קידושין איז א וויכטיגע יסוד ביי כלל ישראל!
קדושת בית החיים איז אייביג געווען פארהייליגט ביי אונז!
מען דארף זיין אויסגעקאכט אין עניני ירושה צו וויסן ווער עס איז די "עכטע יורש"!
מען דארף וויסן ביז וואו גלילות גייט!

והעיקר! נישט רעספעקטירן קיין רשעים, און קריטיקירן יעדע פירצה!

ווען משיח וועט קומען, וועט ער ווייזן מיט די מיטעלסטע פינגער...

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 11:18 pm
דורך שמן למאור
:lol: :lol: :lol:

Re: צייט פאר א קאונטער-רעוואלוציע אין סאטמאר!

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 12:53 am
דורך דער גאלדענער אדלער
אויב ברויך מען צוזאם שטעלן שבעה טובי העיר אדער א פארשטאנד קען מען זיך רעכענען אויף מיר

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 12:58 am
דורך [NAMELESS]
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אויב ברויך מען צוזאם שטעלן שבעה טובי העיר אדער א פארשטאנד קען מען זיך רעכענען אויף מיר

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
דאס געט מען געווענליך נאר פאר די מיט די ריכטיגע עקספיריענס פין טעראר און אונטערדריקן די מענטשהייט,

קלערסט די ביסט עליגשבעל דערפאר?

Re: צייט פאר א קאונטער-רעוואלוציע אין סאטמאר!

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 12:58 am
דורך דער גאלדענער אדלער
דער ייטב לב ווייסט גארנישט וואס ער האט געטוהן מיט זיין דרשה, איינע פון די זאכן, ער האט אויפגעלעבט קאווע שטיבל! חברה וואס שרייבן שוין נישט א לאנגע צייט האבן זיך מיטאמאל אויפגעוועקט! @גאנצל @טשאדעלע באדעלע @יעקב מעקסוועל @גאלד ועוד ניקים חשובים כ'האב פשוט נישט די ליסטע יעצט הענדי

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

Re: צייט פאר א קאונטער-רעוואלוציע אין סאטמאר!

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 1:00 am
דורך דער גאלדענער אדלער
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אויב ברויך מען צוזאם שטעלן שבעה טובי העיר אדער א פארשטאנד קען מען זיך רעכענען אויף מיר

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
דאס געט מען געווענליך נאר פאר די מיט די ריכטיגע עקספיריענס פין טעראר און אונטערדריקן די מענטשהייט,

קלערסט די ביסט עליגשבעל דערפאר?
ניין! קלאר אז נישט! אבער אין @יעקב מעקסוועל 'ס קהילה פעהלט עס נישט אויס

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 1:03 am
דורך [NAMELESS]
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:דער ייטב לב ווייסט גארנישט וואס ער האט געטוהן מיט זיין דרשה, איינע פון די זאכן, ער האט אויפגעלעבט קאווע שטיבל! חברה וואס שרייבן שוין נישט א לאנגע צייט האבן זיך מיטאמאל אויפגעוועקט! @גאנצל @טשאדעלע באדעלע @יעקב מעקסוועל @גאלד ועוד ניקים חשובים כ'האב פשוט נישט די ליסטע יעצט הענדי

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נישט נאר דא, דאס גאנצע געוועב האט ער אויפגעלעבט, יעדער ארונישע סאושעל מידיע אקאונט וואס האט שוין גע'גוסס'ט האט געהאט עפעס צי צולייגן צים יעצטיגע סומאטאכע,

קיקט אויס דער ברודער איז יא גערעכט אז ער שרייט לעצטנס אז ער איז געווארן א לינקער,

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 6:57 am
דורך גאנצל
נו זיכער אז איינער משלהם האט זיך אויפגעוועקט מיט א רעדע האבן זיך אלע אויפגעוועקט.....

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 4:41 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:דער ייטב לב ווייסט גארנישט וואס ער האט געטוהן מיט זיין דרשה, איינע פון די זאכן, ער האט אויפגעלעבט קאווע שטיבל! חברה וואס שרייבן שוין נישט א לאנגע צייט האבן זיך מיטאמאל אויפגעוועקט! @גאנצל @טשאדעלע באדעלע @יעקב מעקסוועל @גאלד ועוד ניקים חשובים כ'האב פשוט נישט די ליסטע יעצט הענדי

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
אבער "יעקקקוב" איז פארשווינדען

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 4:44 pm
דורך ייעעקקבב
איך בין געהעריג דא

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 4:58 pm
דורך מיליאנער
ייעעקקבב האט געשריבן:איך בין געהעריג דא
ביסט פארנומען מיט ספיטש טעראפי?

נשלח: זונטאג מאי 08, 2022 8:19 pm
דורך berlbalaguleh
יעקקקבבב: לאמיר דיר פארציילן א מעשה. מ'האט אמאל אנגעטראגן א שידוך פאר א גרויסן גביר א בחור א למדן וירא שמים. און א פיקח . מיט אלע מעלות. ער האט נאר איין פעילער. ווען ער הייבט אן רעדן שטאטערט ער. אבער נאכדעים רעדט ער נארמאל. האט דער מחותן געזאגט פאר'ן שדכן אויב נאר דאס איז דער פעילער איז ער מסכים צום שידוך. האט ער ארויפגעשיקט דעם בחור צו זיין צוקונפטיגן מחותן אויפ'ן צווייטן שטאק. דער מחותן מאכט אויף די טיר און דער בחור זאגט..."שלללום עעעללליייכם. שפעטער זאגט דער גביר פאר'ן שדכן אז ער וויל נישט דעם שידוך. האט דער שדכן געפרעגט..."דו האסט דאך געזאגט אז אויב נאר דאס איז דער פעילער ביסטו מסכים צום שידוך"? ענטפערט דער גביר. איך זעה אז דער בחור איז קיין חכם אויך נישט. ווייל ער וואלט געקענט אנהייבן רעדן ביז ער גייט ארויף די סטעפס...איז א סימן אז ער איז נישט קיין חכם...! You get the joke?

נשלח: זונטאג מאי 08, 2022 8:37 pm
דורך ייעעקקבב
ניין