בלאט 3 פון 3

Re: מעמבערס וואס דארפן אפדעיטן זייער אימעיל אדרעס

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2024 6:49 pm
דורך מנהל
@קרעקער דארף אפדעיטן זיין אימעיל

Re: מעמבערס וואס דארפן אפדעיטן זייער אימעיל אדרעס

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 10:00 am
דורך מנהל
@חקרן דארף אפדעיטן זיין אימעיל

Re: מעמבערס וואס דארפן אפדעיטן זייער אימעיל אדרעס

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 6:53 am
דורך מנהל
@דער גאלדענער אדלער דארף אפדעיטן זיין אימעיל

Re: מעמבערס וואס דארפן אפדעיטן זייער אימעיל אדרעס

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 10:16 am
דורך מונטסורי
מנהל האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 6:53 am @דער גאלדענער אדלער דארף אפדעיטן זיין אימעיל
סיריעסלי? זיין אימעיל ארבעט געהעריג, איך האב נארוואס געשמועסט מיט אים, אפשר איז עפעס ראנג מיט די קאווע שטיבל סיסטעם.

דער מנהל האט געמאלדען א פראבלעם מיט @דער גאלדענער אדלער׳ס אימעיל זונטאג צופרי 6:53am און ווייניגער פון דריי שעה איז שוין גאלדענע געווען נחסם פאר אייביג, נאך פאר ער האט א שאנס צו זאגן א ווארט אדער ווייזן אז זיין אימעיל ארבעט געהעריג.

איך האף אז דאס איז בלויז א טעות, מיר זענען גאר שטארק דאנקבאר דעם מנהל פאר דעם מנהל׳ס שווערע ארבעט צו כסדר פארשענערן און פארבעסערן דאס שטיבל, מיר ווארטען מיט גרויס הכנעה פאר א תירוץ פון כבוד המנהל, יישר כחכם!

Re: מעמבערס וואס דארפן אפדעיטן זייער אימעיל אדרעס

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 10:18 am
דורך יעקב123
ווי זוי ארבעט דע אפדעיטן די אימעל? ווי אפט דארפ מען אפדעיטן?

Re: מעמבערס וואס דארפן אפדעיטן זייער אימעיל אדרעס

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 10:26 am
דורך מונטסורי
מען דארף פשוט האבן אן אפדעיטעד אימעיל וואס באקומט די נאטיפיקאציעס פון שטיבל, אויב עס bounced שאפט דאס פראבלעמען מיט סיסטעם.

אויב א מעמבערס אימעיל איז מאיזה סיבה שוין נישט אקטיוו וועט דער געטרייער מנהל דערמאנען דא דעם מעמבער אז מ׳דארף אפדעיטען די אימעיל און געווענליך האבן די באטרעפענדע מעמבערס א שטיק צייט צו פאררעכטען.

היינט האט דער מנהל דערמאנט גאלדענע אדלער צו פאררעכטען זיין אימעיל, אבער אנשטאט געבן א שטיק צייט ווי געווענליך צו פאררעכטען האט ער תיכף חוסם געווען גאלדענע, מסתמא בטעות, ווייל גאלדענע איז גאר א חשוב׳ע ניק וועם עס קומט נישט קיין חסימה פון איין מינוט אויפן צווייטען. אויסערדעם וואס זיין אימעיל ארבעט געהעריג.

נאכאמאל, מיר ווארטען פאר אן הסבר פון דעם חשוב׳ן מנהל.

Re: מעמבערס וואס דארפן אפדעיטן זייער אימעיל אדרעס

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:09 pm
דורך מנהל
@מונטסורי דארף אפדעיטן זיין אימעיל

Re: מעמבערס וואס דארפן אפדעיטן זייער אימעיל אדרעס

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:16 pm
דורך שמן למאור
מנהל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:09 pm @מונטסורי דארף אפדעיטן זיין אימעיל
הייב דיך נישט אן...

Re: מעמבערס וואס דארפן אפדעיטן זייער אימעיל אדרעס

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:49 pm
דורך מונטסורי
מיין אימעיל איז אין בעסטע ארדענונג, נארוואס נעכטען האט איך זיך גע׳אימעיל׳ט מיט איינעם פון די הנהלה איבער א צווייטע נושא, מיר בעטן זייער דעם חשוב׳ן @מנהל איבּערצוקוקן די שטיבעל סיסטעם, עס קוקט אויס אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיטן אימעיל סיסטעם

Re: מעמבערס וואס דארפן אפדעיטן זייער אימעיל אדרעס

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2024 10:44 pm
דורך קהל'ס נער
שמן למאור האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:16 pm
מנהל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:09 pm @מונטסורי דארף אפדעיטן זיין אימעיל
הייב דיך נישט אן...
שלא תמות כדרך שמת פלוני :P
איך האף אז איך גיי נישט זיין דער נעקסטער וואס דארף אפדעיטען זיין אימעיל אדרעססס :lol:

Re: מעמבערס וואס דארפן אפדעיטן זייער אימעיל אדרעס

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2024 10:51 pm
דורך מונטסורי
אזוי אויך בנוגע @דער גאלדענער אדלער וואס איז איינער פון די גאר חשוב׳ע ניקים אין אין אונזער שטיבל כידוע, זיין ניק איז נאך אלץ אויסגעשפארט טראץ וואס ער האט זיך גע׳אימעיל׳ט מיט איינעם פון די הנהלה ממש אין די זעלבע שעה וואס ער איז אויסגעשפארט געווארן נעכטען זונטאג צופרי, (זע סקרינשאט דא אונטען).

מיר בעטן זייער דעם חשוב׳ער מנהל איבערצוקוקען און פאררעכטען די פראבלעמען מיטן אימעיל סיסטעם ווי אמשנעלסטען און אזוי אויך אומבאדינגט צו עפענען צוריק @דער גאלדענער אדלער׳ס קאנטע.

מיר זענען זייער דאנקבאר פאר דעם מנהל׳ס שווערע ארבעט תמיד לטובת אונזער שטיבל.

Re: מעמבערס וואס דארפן אפדעיטן זייער אימעיל אדרעס

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2024 10:52 pm
דורך חתן בחור
מנהל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:09 pm @מונטסורי דארף אפדעיטן זיין אימעיל
אפריל 1?

Re: מעמבערס וואס דארפן אפדעיטן זייער אימעיל אדרעס

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2024 11:05 pm
דורך מונטסורי
חתן בחור האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 10:52 pm
מנהל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:09 pm @מונטסורי דארף אפדעיטן זיין אימעיל
אפריל 1?
לול, איך האב אויך געקלערט אזוי, אבער נאכדעם האב איך געכאפט אזא @דער גאלדענער אדלער׳ס אימעיל פראבלעם איז שוין געשען נעכטען מערץ דער איין אין דרייסיגסטער, און אפילו מיין אימעיל פראבלעם וואס איז שוין יא געווארן באמערקט ערשט אפריל דער ערשטער, איז עס דאך ערשט געווארן באמערקט שוין נאכן זמן צאת הכוכבים וואס ביי אונז איז מען זיך שוין נישט נוהג צו פראווען קיין וויצען, אלא נאר וועט מען מוזן איינזעצן אז דאס איז באמת א שווערע פראבלעם וואס פלאגט דעם סיסטעם.

איך בין זיכער אז בשעת מיר שמועסען דא; זיצט דער חשובער מנהל מיט די סייט טעכניקער און פרובירן צו דעם שורש פונם פראבלעם.