בלאט 1 פון 2
נייע שערוריה איבער עופות
נשלח: מיטוואך מאי 04, 2022 3:13 pm
דורך אהוב את האמת
ק/פ
כי עוף השמים יוליך את הקול
א שערוריה גייט פאר מיט התאחדות פלייש וואס ווערט געשח'טן אין בירדסבארא שחט הויז אונטער די השגחה פון התאחדות הרבנים און אויך דייני בני יואל, די לעצטע צען וואכן ווערט דארט געשחטן נייע סארט עופות וואס איז נישט דער געווענליכער טשיקען וואס מ'שחט איבעראל, און אויך נישט דער תרנגול לעגהארן וואס געוויסע האבן לעצטנס פארקויפן, דער עוף איז נישט באקאנט געווען פאר די שוחטים און עס רידערט זיך איבער דעם דערווייל נאר ביי רבנים און כשרות ארגאנאציעס וואס לאזן דאס נישט נוצן, דער פלייש ווערט נאר פארקויפט אין די בינגא געשעפטן און אויך בני יואל שחט זייערע עופות דארט,
צוליב די גרויסע מאנגל אין טשיקענס די לעצטע חדשים האט דער שחט הויז אין פענסילוועניע בירדס בארא וואס ווערט אנגעפירט דורך א קלויזענבורגער אינגערמאן שלמה ווידער אנגעהויבן קויפן אנדערע סארט עופות און דאס שחט מען שוין באלד דריי חודשים, בעיקר האט מען דאס פארקויפט פאר פסח אין די בינגא געשעפטן, און די נשים צדקניות האבן דאס באמערקט בשעת'ן קאכן די פלייש אויף יום טוב אבער צוליב די טירדות החג האט קיינער נישט געמאכט קיין עסק צו גיין פרעגן זיין רב אויב דער עוף איז עפעס אנדערש פון די ביז יעצטיגע עופות און זיך פארלאזט אויפן בעל מכשיר די התאחדות הרבנים, למעשה שחט מען ווייטער די עופות שוין דריי חדשים ואין פוצה פה ומצפצף
די בני יואל דיינים האבן נישט געוואלט ניצן די פלייש פון די עופות האט מען פאר זיי יא געברענגט די מסורה'דיגע טשיקעןנ'ס, למעשה זענען די בני יואל זייער פארווייטאגט ווייל זיי ווערן געוואיר אז מ'האט זיי זייער שטארק פארפירט מ'האט זיי געזאגט אז זייער פלייש איז בלויז פון די מסורה'דיגע עופות אבער למעשה ווערט מען געוואויר אז די שמאלץ און די לעבער האט מען יא גענוצט פון די אנדערע נישט מסורה'דיגע עופות, און מ'האט זיי איינגערעדט אז דער שוחט ר' הערשל ווייס האט מעיד געווען אז דער עוף האט מען געשחט'ן פארן רבין ז"ל, און הערשל ווייס לייקענט לא היה דברים מעולם.
און די עולם הכשרות רבנים קוקען זיך צו מיט ווינדער וויאזוי התאחדות הרבנים וואס באשטייט היינט פון איין איינציגער בעל מכשיר קען לאזן שחטן נייע סארט עופות אן קיין מסורה און רופט נישט קיין אסיפת רבנים און אסיפה פון שוחטים וואס זאלן מעיד זיין אויף די מסורה פאר מ'שחט אזאלעכע נייע עופות,
די סאטמארע רביים האבן נישט גענומען קיין שטעלונג דערקעגן, די בני יואל זאגן אז דאס איז צוליב וואס דער אייגענטימער פון בינגא ר' אהרן ווייס איז פון זיינע ראשי קהלה און מנהל המחנות זומער קעמפס, און אזוי ווי ער איז דער איינציגער פארלירער פון די מערכה האט ער האט געבעטן זיין רבי זאל נישט פארפירן,
זיי באשלודיגן אז צוליב דעם איז הלל וויינבערגער געגאנגען פאר פסח מפייס מהרז"ל כדי מ'זאל נישט פירן מיט אים די מערכה, זיי זאגן אז הלל האט זיך מתחייב געווען נישט צו חבר'ן מיט די קאמאן קאור רבנים און אויפהערן די מערכות קעגן פוירלס ובשכר זה וועט מען נישט רידערען אויף די טריפה'נע עופות, מ'האט מכבד געווען חול המועד הלל וויינבערגער מיט א דרשה צום ערשטן מאל אין אפאר יאר,
די דריקעריי פארבריקן וועלן זיך מאכן פרנסה די נעקסע פאר וואך פון די קונטרסים וואס וועלן געדריקט ווערן בקרוב פון דעם שערוריה, און מ'וועט אודאי ברענגן דעם גאנצן שטר יוחסין פון די אבות ואמהות פון די עופות, ויגדיל תורה ויאדיר.
נשלח: מיטוואך מאי 04, 2022 3:25 pm
דורך היסטאריע
שיינע מעשה
די טשיקען וואס זיי האבן גענוצט איז מער כשר ווי די געוויינטלעכע וואס האבן א נישט כשר'ע טאטע.
דער ווייט ראק איז הונדרעט פראצענט אקעי, און קיינער וויל נישט, און גײט נישט זאגן אז עס האט א פראבלעם, חוץ א קאמפעטישן.
דריי נישט אין קאפ.
נשלח: מיטוואך מאי 04, 2022 3:26 pm
דורך אהוב את האמת
מכתב ר' אברהם לויפער אב"ד דאראג
נשלח: מיטוואך מאי 04, 2022 3:30 pm
דורך היסטאריע
נישטא ווער עס זאל לאכן.
עוף הברוילער יש לו מסורה חזקה, ואכלו אבותינו מדור דור
ביסט אינגאנצען צוקוקט? האלט דער לויפער אז איינער גלייבט זיינע דמיונות?
נשלח: מיטוואך מאי 04, 2022 3:42 pm
דורך שמן למאור
אהוב את האמת האט געשריבן:מכתב ר' אברהם לויפער אב"ד דאראג
דער אלטער טראללללל, ווער קוקט אים בכלל אהן??
נשלח: מיטוואך מאי 04, 2022 3:48 pm
דורך יעקב מעקסוועל
אפילו די עופות זאל נישט האבן די מסורה, וואס איז די פארגלייך צו די פינקל מעשה? טויש דעם קעפל זיי אזוי גוט.
נשלח: מיטוואך מאי 04, 2022 4:11 pm
דורך אהוב את האמת
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:אפילו די עופות זאל נישט האבן די מסורה, וואס איז די פארגלייך צו די פינקל מעשה? טויש דעם קעפל זיי אזוי גוט.
געפאלגט.. די סיבה פארוואס איך עס האב עס גערופן "פינקל פרשה" איז ווייל הונדרעטער היימישע שטובער ווילן מדקדק זיין בקלה כבחמורה און קויפן בתמימות פלייש בהשגחת פון די 'התאחדות הרבנים' און זיי נוצן דאס פסח ביינאכט ווען זיי זענען מקפיד אויף געוויסע מנהגים און חומרות אפילו אן א מקור און בלא יודעים עסן זיי אזא סארט פלייש וואס איז לכו"ע נישט נתברר געווארן אז ס'איז כשר לכתחילה, און קיינער האט אויף דעם נישט דן געווען, און נאר פארקערט זייער אסאך שוחטים זאגן קלאר אז דאס איז מיט שינויים, און א געמישטע לכו"ע, און התאחדות אליין האט עס פורביריט צו פאר ווישן און אויף אזוי ווייט אז זיי האבן שוין אפגעמאכט אז זיי גיין זיך מפשר זיין ביי ר' משולם און ווען ער האט געפאסקענט אז ס'איז זיכער נישט גוט, און דעמאלטס איז כאילו לא הי', מ'שחט עס ווייטער און ניטאמאל פארציילט מען אז דאס איזעכ"פ לכו"ע נישט קיין לכתחילה, הישמע כזאת?? ביי די חרדישע אידן וואס לאזן זיך קאסטן שווערע געלטער אויף א מנהג וואס איז נישט מבואר און ערגעץ, און עסן מאכלות אסורות
נשלח: מיטוואך מאי 04, 2022 6:23 pm
דורך היסטאריע
שיינער דעמאגאגיע. קיינער אינטרעסירט נישט וואס אברהם לויפער האט צו גרעפסען, ווילאנג ערנסטע רבנים זאגן גארנישט איז א ראי'אז ער האקט אין טשייניקַ כדרכו.
דער זעלבער לויפער וואס האט גע'טענה'ט אז אריזאנע ווייץ איז חמץ ווייל עס איז א שינוי ממסורה ווייל עס האט ווייניגער גלאטען, ער זאגט אז ברוילערס וואס ווערן געבוירען מיט הזרעה מלאכתית, האט א מסורה חזקה פין דורי דורות. ער איז פשוט צופיפקעט.
לויט ר' ח"ל כץ אז קינדער וואס ווערען געבוירען מיט הזרעה מלאכתית זענען נישט קיין אידן, זענען די עופות א חשש נבילה און בן פקועה. פיל ערגער ווי די עופות וואס מען האט אייביג געגעסן.
נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 2:30 pm
דורך אהוב את האמת
נאך...
נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 4:48 pm
דורך berlbalaguleh
אהוב את האמת האט געשריבן:יעקב מעקסוועל האט געשריבן:אפילו די עופות זאל נישט האבן די מסורה, וואס איז די פארגלייך צו די פינקל מעשה? טויש דעם קעפל זיי אזוי גוט.
געפאלגט.. די סיבה פארוואס איך עס האב עס גערופן "פינקל פרשה" איז ווייל הונדרעטער היימישע שטובער ווילן מדקדק זיין בקלה כבחמורה און קויפן בתמימות פלייש בהשגחת פון די 'התאחדות הרבנים' און זיי נוצן דאס פסח ביינאכט ווען זיי זענען מקפיד אויף געוויסע מנהגים און חומרות אפילו אן א מקור און בלא יודעים עסן זיי אזא סארט פלייש וואס איז לכו"ע נישט נתברר געווארן אז ס'איז כשר לכתחילה, און קיינער האט אויף דעם נישט דן געווען, און נאר פארקערט זייער אסאך שוחטים זאגן קלאר אז דאס איז מיט שינויים, און א געמישטע לכו"ע, און התאחדות אליין האט עס פורביריט צו פאר ווישן און אויף אזוי ווייט אז זיי האבן שוין אפגעמאכט אז זיי גיין זיך מפשר זיין ביי ר' משולם און ווען ער האט געפאסקענט אז ס'איז זיכער נישט גוט, און דעמאלטס איז כאילו לא הי', מ'שחט עס ווייטער און ניטאמאל פארציילט מען אז דאס איזעכ"פ לכו"ע נישט קיין לכתחילה, הישמע כזאת?? ביי די חרדישע אידן וואס לאזן זיך קאסטן שווערע געלטער אויף א מנהג וואס איז נישט מבואר און ערגעץ, און עסן מאכלות אסורות
אהוב את האמת: איך ווייס אז איך וועל כאפן פאר דעים וואס איך גיי יעצט זאגן. ווייל די מענטשן די בעלי דיעה (און אפשר אויך בעלי מאה) האבן נישט ליעב צו הערן דעם (צומאל שטעכיגן) אמת. און זיי פארשרייען דעם מוכיח אלס שייגעץ, עוכר ישראל און מגלה פנים בתורה שלא כהלכה. אבער ס'איז א גרויסער חילוק פון די מכשולות וואס פינקל האט אהערגעשטעלט ביז די מכשולות און קארופשן פון התאחדות הרבנים. פינקל, ווען מ'האט איהם געכאפט האט מודה געווען און פארמאכט דאס געשעפט. משא"כ די (הייליגע) ארגאניזאציע וואס רופט זיך התאחדות הר(ע)בנים. וועלכע איז נישט מער ווי א צוזאמקלאפעניש פון א פאר אלטע אונגערישע יודעלעך וועלכע קומען זיך צוזאם פון צייט צו צייט צו דרימלען אויף דיוויזשן עוו. אין ווילאמסבורג . זיי טוען סייווי וואס דער יושב ראש זאגט. קיין אמת'ע דעת תורה וועט מען דארט נישט געפינען. און ווען ס'שטעלט זיך ארויס אז ס'איז דא א מכשול אין כשרות דורך זיי . זענען זיי נישט מודה ועוזב. ווייל די תורה און ג-ט כביכול אליין שטייט איין ביי זיי. זיי זענען אייביג גערעכט. די אנדערע רבנים זענען קלים ורקים. מגלי פנים בתורה שלא כהלכה. ועוד. נאך די (ביטערע) פינקל פרשה האט מען געכשר'ט די כלים. וואס וועט מען דא טון? מ'עט שרייען שייגעץ און נאכאמאל שייגעץ. און ביי דעים וועט זיך עס ענדיגן. או. קעי. די אלטע אידעלעך וועללן ארויסגעבן א קונטרס הסברה. אדער צוויי. אויפצו ווייזן אז זיי זענען גערעכט. און מ'וועט צוריקגיין דרימלען...א גוטן שבת.
נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 7:13 pm
דורך אהוב את האמת
נשלח: זונטאג מאי 08, 2022 12:30 am
דורך אהוב את האמת
ק/פ
מענטשן רעדן אזאלעכע נערישקייטן כאילו רבינו שליט"א האט בכלל אינטערסירט די גאנצע מעשה מיט די עופות ביי מהדרין בית השחיטה מיט די סאכדעס השגחה,
לאמיך דא קלאר שטעלן די פאקטן!
רבינו שליט"א האט זיך שוין לאנג אפגעזאגט פון התאחדות נאך בשעת די שבעה פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, ווען מ'האט געברענגט נזר נשיאות האט ער זיך אפגעזאגט און האט קלאר געשטעלט אז ער וויל מיט זיי נישט האבן קיין שייכות!!
און פון דעמאלס האבן זיי פרובירט צענדליגער מאל זיך צו בעטן אז מ'זאל צוריק אויפלעבן די התאחדות און רבינו שליט"א זאל זיין נשיא, אבער רבינו שליט"א וואס האט געהאלטן אז דער גאנצער התאחדות איז א מערת פריצים פון אפאר ליצים מיט גרויסע הוטן און האבן נישט קיין שום קהלה אדער נאכפאלגערס האבן זיך געקרוינט אלס מנהיגי ישראל און מיט זייער לעדערהעט און זיגעל מאכן זיי באשלוסן פאר גאנץ כלל ישראל.
דער כח פון התאחדות איז געגאנגען מטה מטה און האט שוין נישט קיין שום השפעה אויף קיינעם חוץ אויף די זאלי קאמפעני וואס בדרך אגב זיי האבן אין לעדעל נאך א לעדערהעד פאר בעקאפ וואס הייסט ביד"צ קיט"ל, און ווען התאחדות האט נישט געלאזט לייגן זייער זיגל פאר יצחק שטערן און אלימלך שטערן פאר זייערע קברים מערכות און הערשל קלאר פאר זיינע טעגליכע פראטעסטן האבן זיי גענוצט דעם לעדערהעט פון זייער בידץ.
רבינו שליט"א האט שוין כמה פעמים דאס ארויסגעברענגט אז זייער צעטל איז נישט נוגע נאר פאר דריי מענטשן...
דער בי"ד לעניני ממונות האט יא גאנץ שטארק אנגעהאלטן מיטן פריימאנ'ער רב אלס ראב"ד, אבער זייט דער ענין פון גיין צו דין תורה איז געווארן א געלעכטער און מ'גייט אין גויאישע געריכטן אדער צו די בתי דינים וואס רייסן נישט קיין געלט און פסק'נען שנעל אן קיין טוענים, איז דער בי"ד התאחדות אויסגעשפילט.
דער איינציגער זאך וואס התאחדות האט גאנץ גוט מצליח געווען די לעצטע 15 יאר צו וואקסן איז השגחות, זיי האבן אנגעהויבן געבן השגחות רעכטס און לינקס פאר אלע סארט קאמפאניס און אפילו גאנץ צווייפעלדיגע זאכן וואס קיינער האט זיך נישט געוואגט צו געבן השגחות, זיי האבן זיך גענומען א ציהל צו ווערן די גרעסטע השגחה און זיי ארבעטן זייער גוט דערויף, ביי זיי איז דער כלל טוב הרבה שלא בכוונה יותר ממעט בכוונה, זיי שלאגן זיך אויף יעדע פאבריק און בעקעריי און געשעפט מימין ומשמאל, און אפילו פראדוקטען אויף פסח וואס מ'פלעגט זיין מער נזהר צו געבן ווי ווייניגער אבער דארט איז דער כלל ווי מער געלט און וואס מער מארקעט שעיר...
ליידער זינט דער מעזיבוז רב הגאן ר' יושע העשיל ביק שליט"א איז נישט בתוך הענינים און דער גאלאנטער רבי האט זיך אויך אפגעזאגט פונעם בי"ד המיוחד לעניני כשרות, איז דאס געווארן נכס יחיד פון הרב הלל וויינבערגער וואס ווער עס קען אים ווייסט אז ער איז א לץ שבליצים און א מושחת במידות און קל שבקלים וואס שטעלט א פנים וואו א פרומער און האט ליב צו געפעלן פאר די עקסטרימיסטן, די וואס קענען די כשרות ווייסן צו זאגן אז ער האט נישט קיין נאמנות אויף גארנישט, און אפילו וואס ער אליינס זאגט היינט חזר טריפה קען ער מארגן זאגן ס'איז כשר למהדרין אויב ס'קומט אים גוט אויס, ער נעמט איבער השגחות פון אזאלעכע פאבריקן וואס בעלי מכשירים נעמן אראפ די השגחות צוליב מכשולות פון כשרות, און מ'האט נישט קיין פראבלעם צו שרייבן אויף למפרע תעודת כשרות פון א דאטום מיט וואכן פריער.
דער עולם השקר איז היינט זייער שטארק און עולם גולם זעהט דעם סימבאל פון התאחדות און פרעגן בכלל נישט ווער איז דער מר בר רב אשי וואס שטייט אונטער די חתימה, ס'איז נישטא קיין איין איינציגער רב אדער משגיח וואס ווייסט וואס גייט פאר אין די הינדערטער פראדוקטען וואס ווערט געמאכט אונטער דעם חתימה, און דאס אלעס מילתא דעבודי לגלויי למבקשי האמת.
די לעצטע פאר יאר נאכדעם וואס דער גאלאנטער האט זיך אפגעזאגט האבן זיי געזוכט מיט לעכט נייע רבנים וואס זאלן אריינקומען אין התאחדות זיי האבן צוגעזאגט ריזיגע געלטער פאר רבנים מורי הוראות וואס האבן ידועות אין כשרות, אבער אין גם אחד וואס האט דאס געוואלט אננעמען, צוליב דאס וואס איז ידוע בין הרבנים אז דארט הערשט א שרעקליכע הפקרות אן החלטות ווערן נישט געמאכט לפי התורה נאר לויט חשבונות פון געלט און פאליטיק,
דער איינציגער וועמען זיי האבן געקענט אריינשלעפן איז א אינגערמאן ליבערמאן וואס האט נישט קיין עקספיריענס אין קיין השגחות חוץ אלס משגיח פאר די זאלי מוסדות וואו ער קוקט זיך אים אין די זאלן וועלכע וויינען און ברוינפען מ'לייגט אויף די טישן אז מ'זאל קענען שרייבן אז די זאלן האבן א השגחה מעולה, אבער קיין שום נארמאלע געשעפט אדער פארבריק איז נישט איינגעפאלן צו נוצן זיין נאמען ווייל עס טראגט נישט קיין געוויכט,
יא איין מעלה האט ער יא, אז איידער הרב אברהם לויפער האט אנגעהויבן ווערן א תלמיד חכם וואס שרייבט בירורי הלכות מיט נארישקייטן געבויט אויף שקרים גסים דעבודי לגלויי, האט דער ליבערמאן געשריבן פאר די זאליס א קונטרס מיט גילוי פנים בתורה שלא כדין, נאכדעם וואס רבינו שליט"א האט אויפגערידערט די וועלט אז צומות הגידן איז טריפה דאוריתא און די אלע וואס זענען נישט בודק צומות הגידין זענען מאכיל טריפות, האט דער עם הארץ געשריבן אז מ'דארף נישט בודק זיין קיין צומות הגידין און ווער ס'איז יא בודק מאכט נאך ערגער מיט נארישע סברות. דאס איז זיין בעסטער קרידענשאל פארן אריינגיין אין התאחדות.
יעצט זאגט איר אליין מיט אזעלעכע בעלי מכשירים האט דער רבי בכלל מיט וועם צו רעדן אדער אפילו פון וועם צו רעדן, רבינו שליט"א האט מגלה דעת געווען כמה פעמים אז דער בית השחיטה המהודרת איז דער איינציגער וואס האט אלע חומרות והידורים און ער גייט נישט פירן מערכות מיט די אלע וואס זוכן זיך קולות מיט היתרים, ער לאזט דאס איבער פאר די גדולי הדור וכותבי קונטרסים אברהם לויפער און דער פאלטישאנער ראב"ד וכו' וואס דארפן פשוט דרוקען בענדער תשובות ספרים מאכט מען שערוריות און מען שרייבט תשובות, וכו',
רבינו שליט"א וויל מיט זיי נישט האבן קיין שייכות טראץ וואס זיי פרובירן נאך יעדע פאר חדשים צו באקומען א מיטינג מיט רבינו שליט"א צו קענען האבן א פיקטשער אדער עפעס חיזוק אזוי ווי זיי האבן זיך ארויפגעכאפט אויף די בילדער ביים קביעת מזוזה אין בינגא און געמאכט דערפון א גאנץ עסק,
אלזא דער סך הכל: דאס האט מיט סאטמאר נישט קיין שום שייכות נישט לטוב און נישט למוטב.
זאלן זיך די בני יואל ארומשלאגן מיט אברהם לויפער, גענוי אזוויווי מנשה פיליפ מיט מאיר יודל טענעבוים שלאגן זיך אויף די לעגהארן און אויף די טהרת הקודש בארה"ב, און לאזט אונז ארויס פון ענקערע געשלעג.
נשלח: זונטאג מאי 08, 2022 12:37 pm
דורך berlbalaguleh
אהוב את האמת: איך בין מוחה אויף דיינע ווערטער. דו זאגסט אז די (הייליגע) ארגאניזאציע התאחדות הר(ע)בנים דארצות הברית, קנדה. מקסיקו ו'גואטמאלה. (ועד ארבע ארצות) טוט גארנישט. דאס איז שקר מוחלט. איך האב מיך איין צייט א סאך געדרייט ביי די התאחדות. איך האב כמה פעמים געהערט ווי דער יושב ראש שנתבקש לישיבה של מעלה הרה"ק ר' יצחק גליק זצוקללה"ה האט גערעדט אויפ'ן טעלעפאן און ארגאניזירט באסעס וועלכע זאללן פיהרן דעם עולם צו מחאות. אמאל קיין וואשינגטאן. און אמאל קיין מאנהעטן. ווייל דער רשע און עוכר ישראל נתן יהוא גייט דארט זיין. און ס'איז אן ענין פון פיקוח נפש. דאס גאנצע אידישקייט קען ח"ו צוזאמפאללן אויב אונז 'עמיר נישט שרייען פוי, ...!
Re: נייע שערוריה איבער עופות
נשלח: זונטאג מאי 08, 2022 3:12 pm
דורך פרנס החודש
אהוב את האמת האט געשריבן:ק/פ
מענטשן רעדן אזאלעכע נערישקייטן כאילו רבינו שליט"א האט בכלל אינטערסירט די גאנצע מעשה מיט די עופות ביי מהדרין בית השחיטה מיט די סאכדעס השגחה,
לאמיך דא קלאר שטעלן די פאקטן!
רבינו שליט"א האט זיך שוין לאנג אפגעזאגט פון התאחדות נאך בשעת די שבעה פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, ווען מ'האט געברענגט נזר נשיאות האט ער זיך אפגעזאגט און האט קלאר געשטעלט אז ער וויל מיט זיי נישט האבן קיין שייכות!!
און פון דעמאלס האבן זיי פרובירט צענדליגער מאל זיך צו בעטן אז מ'זאל צוריק אויפלעבן די התאחדות און רבינו שליט"א זאל זיין נשיא, אבער רבינו שליט"א וואס האט געהאלטן אז דער גאנצער התאחדות איז א מערת פריצים פון אפאר ליצים מיט גרויסע הוטן און האבן נישט קיין שום קהלה אדער נאכפאלגערס האבן זיך געקרוינט אלס מנהיגי ישראל און מיט זייער לעדערהעט און זיגעל מאכן זיי באשלוסן פאר גאנץ כלל ישראל.
דער כח פון התאחדות איז געגאנגען מטה מטה און האט שוין נישט קיין שום השפעה אויף קיינעם חוץ אויף די זאלי קאמפעני וואס בדרך אגב זיי האבן אין לעדעל נאך א לעדערהעד פאר בעקאפ וואס הייסט ביד"צ קיט"ל, און ווען התאחדות האט נישט געלאזט לייגן זייער זיגל פאר יצחק שטערן און אלימלך שטערן פאר זייערע קברים מערכות און הערשל קלאר פאר זיינע טעגליכע פראטעסטן האבן זיי גענוצט דעם לעדערהעט פון זייער בידץ.
רבינו שליט"א האט שוין כמה פעמים דאס ארויסגעברענגט אז זייער צעטל איז נישט נוגע נאר פאר דריי מענטשן...
דער בי"ד לעניני ממונות האט יא גאנץ שטארק אנגעהאלטן מיטן פריימאנ'ער רב אלס ראב"ד, אבער זייט דער ענין פון גיין צו דין תורה איז געווארן א געלעכטער און מ'גייט אין גויאישע געריכטן אדער צו די בתי דינים וואס רייסן נישט קיין געלט און פסק'נען שנעל אן קיין טוענים, איז דער בי"ד התאחדות אויסגעשפילט.
דער איינציגער זאך וואס התאחדות האט גאנץ גוט מצליח געווען די לעצטע 15 יאר צו וואקסן איז השגחות, זיי האבן אנגעהויבן געבן השגחות רעכטס און לינקס פאר אלע סארט קאמפאניס און אפילו גאנץ צווייפעלדיגע זאכן וואס קיינער האט זיך נישט געוואגט צו געבן השגחות, זיי האבן זיך גענומען א ציהל צו ווערן די גרעסטע השגחה און זיי ארבעטן זייער גוט דערויף, ביי זיי איז דער כלל טוב הרבה שלא בכוונה יותר ממעט בכוונה, זיי שלאגן זיך אויף יעדע פאבריק און בעקעריי און געשעפט מימין ומשמאל, און אפילו פראדוקטען אויף פסח וואס מ'פלעגט זיין מער נזהר צו געבן ווי ווייניגער אבער דארט איז דער כלל ווי מער געלט און וואס מער מארקעט שעיר...
ליידער זינט דער מעזיבוז רב הגאן ר' יושע העשיל ביק שליט"א איז נישט בתוך הענינים און דער גאלאנטער רבי האט זיך אויך אפגעזאגט פונעם בי"ד המיוחד לעניני כשרות, איז דאס געווארן נכס יחיד פון הרב הלל וויינבערגער וואס ווער עס קען אים ווייסט אז ער איז א לץ שבליצים און א מושחת במידות און קל שבקלים וואס שטעלט א פנים וואו א פרומער און האט ליב צו געפעלן פאר די עקסטרימיסטן, די וואס קענען די כשרות ווייסן צו זאגן אז ער האט נישט קיין נאמנות אויף גארנישט, און אפילו וואס ער אליינס זאגט היינט חזר טריפה קען ער מארגן זאגן ס'איז כשר למהדרין אויב ס'קומט אים גוט אויס, ער נעמט איבער השגחות פון אזאלעכע פאבריקן וואס בעלי מכשירים נעמן אראפ די השגחות צוליב מכשולות פון כשרות, און מ'האט נישט קיין פראבלעם צו שרייבן אויף למפרע תעודת כשרות פון א דאטום מיט וואכן פריער.
דער עולם השקר איז היינט זייער שטארק און עולם גולם זעהט דעם סימבאל פון התאחדות און פרעגן בכלל נישט ווער איז דער מר בר רב אשי וואס שטייט אונטער די חתימה, ס'איז נישטא קיין איין איינציגער רב אדער משגיח וואס ווייסט וואס גייט פאר אין די הינדערטער פראדוקטען וואס ווערט געמאכט אונטער דעם חתימה, און דאס אלעס מילתא דעבודי לגלויי למבקשי האמת.
די לעצטע פאר יאר נאכדעם וואס דער גאלאנטער האט זיך אפגעזאגט האבן זיי געזוכט מיט לעכט נייע רבנים וואס זאלן אריינקומען אין התאחדות זיי האבן צוגעזאגט ריזיגע געלטער פאר רבנים מורי הוראות וואס האבן ידועות אין כשרות, אבער אין גם אחד וואס האט דאס געוואלט אננעמען, צוליב דאס וואס איז ידוע בין הרבנים אז דארט הערשט א שרעקליכע הפקרות אן החלטות ווערן נישט געמאכט לפי התורה נאר לויט חשבונות פון געלט און פאליטיק,
דער איינציגער וועמען זיי האבן געקענט אריינשלעפן איז א אינגערמאן ליבערמאן וואס האט נישט קיין עקספיריענס אין קיין השגחות חוץ אלס משגיח פאר די זאלי מוסדות וואו ער קוקט זיך אים אין די זאלן וועלכע וויינען און ברוינפען מ'לייגט אויף די טישן אז מ'זאל קענען שרייבן אז די זאלן האבן א השגחה מעולה, אבער קיין שום נארמאלע געשעפט אדער פארבריק איז נישט איינגעפאלן צו נוצן זיין נאמען ווייל עס טראגט נישט קיין געוויכט,
יא איין מעלה האט ער יא, אז איידער הרב אברהם לויפער האט אנגעהויבן ווערן א תלמיד חכם וואס שרייבט בירורי הלכות מיט נארישקייטן געבויט אויף שקרים גסים דעבודי לגלויי, האט דער ליבערמאן געשריבן פאר די זאליס א קונטרס מיט גילוי פנים בתורה שלא כדין, נאכדעם וואס רבינו שליט"א האט אויפגערידערט די וועלט אז צומות הגידן איז טריפה דאוריתא און די אלע וואס זענען נישט בודק צומות הגידין זענען מאכיל טריפות, האט דער עם הארץ געשריבן אז מ'דארף נישט בודק זיין קיין צומות הגידין און ווער ס'איז יא בודק מאכט נאך ערגער מיט נארישע סברות. דאס איז זיין בעסטער קרידענשאל פארן אריינגיין אין התאחדות.
יעצט זאגט איר אליין מיט אזעלעכע בעלי מכשירים האט דער רבי בכלל מיט וועם צו רעדן אדער אפילו פון וועם צו רעדן, רבינו שליט"א האט מגלה דעת געווען כמה פעמים אז דער בית השחיטה המהודרת איז דער איינציגער וואס האט אלע חומרות והידורים און ער גייט נישט פירן מערכות מיט די אלע וואס זוכן זיך קולות מיט היתרים, ער לאזט דאס איבער פאר די גדולי הדור וכותבי קונטרסים אברהם לויפער און דער פאלטישאנער ראב"ד וכו' וואס דארפן פשוט דרוקען בענדער תשובות ספרים מאכט מען שערוריות און מען שרייבט תשובות, וכו',
רבינו שליט"א וויל מיט זיי נישט האבן קיין שייכות טראץ וואס זיי פרובירן נאך יעדע פאר חדשים צו באקומען א מיטינג מיט רבינו שליט"א צו קענען האבן א פיקטשער אדער עפעס חיזוק אזוי ווי זיי האבן זיך ארויפגעכאפט אויף די בילדער ביים קביעת מזוזה אין בינגא און געמאכט דערפון א גאנץ עסק,
אלזא דער סך הכל: דאס האט מיט סאטמאר נישט קיין שום שייכות נישט לטוב און נישט למוטב.
זאלן זיך די בני יואל ארומשלאגן מיט אברהם לויפער, גענוי אזוויווי מנשה פיליפ מיט מאיר יודל טענעבוים שלאגן זיך אויף די לעגהארן און אויף די טהרת הקודש בארה"ב, און לאזט אונז ארויס פון ענקערע געשלעג.
באמת א שיינע תגובה
אבער וואס האט אויסגעפעלט אריינצומישן די נארישע צומות הגידין מערכה???
נשלח: זונטאג מאי 08, 2022 3:50 pm
דורך היסטאריע
בקיצור, פין א שערוריה אויף עופות וואס האבן נישט מסורה, איז דער טענה אז התאחדות האלט נישט דער מסורה.
נשלח: מאנטאג מאי 09, 2022 1:48 pm
דורך תרמב
berlbalaguleh האט געשריבן:
אהוב את האמת: איך ווייס אז איך וועל כאפן פאר דעים וואס איך גיי יעצט זאגן. ווייל די מענטשן די בעלי דיעה (און אפשר אויך בעלי מאה) האבן נישט ליעב צו הערן דעם (צומאל שטעכיגן) אמת. און זיי פארשרייען דעם מוכיח אלס שייגעץ, עוכר ישראל און מגלה פנים בתורה שלא כהלכה. אבער ס'איז א גרויסער חילוק פון די מכשולות וואס פינקל האט אהערגעשטעלט ביז די מכשולות און קארופשן פון התאחדות הרבנים. פינקל, ווען מ'האט איהם געכאפט האט מודה געווען און פארמאכט דאס געשעפט. משא"כ די (הייליגע) ארגאניזאציע וואס רופט זיך התאחדות הר(ע)בנים. וועלכע איז נישט מער ווי א צוזאמקלאפעניש פון א פאר אלטע אונגערישע יודעלעך וועלכע קומען זיך צוזאם פון צייט צו צייט צו דרימלען אויף דיוויזשן עוו. אין ווילאמסבורג . זיי טוען סייווי וואס דער יושב ראש זאגט. קיין אמת'ע דעת תורה וועט מען דארט נישט געפינען. און ווען ס'שטעלט זיך ארויס אז ס'איז דא א מכשול אין כשרות דורך זיי . זענען זיי נישט מודה ועוזב. ווייל די תורה און ג-ט כביכול אליין שטייט איין ביי זיי. זיי זענען אייביג גערעכט. די אנדערע רבנים זענען קלים ורקים. מגלי פנים בתורה שלא כהלכה. ועוד. נאך די (ביטערע) פינקל פרשה האט מען געכשר'ט די כלים. וואס וועט מען דא טון? מ'עט שרייען שייגעץ און נאכאמאל שייגעץ. און ביי דעים וועט זיך עס ענדיגן. או. קעי. די אלטע אידעלעך וועללן ארויסגעבן א קונטרס הסברה. אדער צוויי. אויפצו ווייזן אז זיי זענען גערעכט. און מ'וועט צוריקגיין דרימלען...א גוטן שבת.
דו ביסט משוגע אינגאנצן? דו פארגלייכסט א שאלה איבער די מסורה פון א טשיקן צו איינער וואס האט פארקויפט נבלות וטרפות פון די גויעשע יאטקעס? און יענער איז נאך א גרעסערע צדיק ווייל ער האט פארמאכט די געשעפט... ער האט נישט געהאט פאר וועם צו האלטן אפען, ער האט זיך געשעמט צו בלייבן אין שטאט, דיין שנאה צו התאחדות הר(ע)בנים פארדרייעט דיר דעם קאפ....
נשלח: מאנטאג מאי 09, 2022 2:17 pm
דורך berlbalaguleh
אין אמת'ן אריין וואלט איך דיר אינגאנצן נישט געדארפט צו ענטפערן. וועגן אל תען...! (נעבן כסיל כאיוולתו) איך האב נישט געזאגט אז פינקל איז א (גרעסערער/קלענערער) צדיק. איך האב געזאגט אז די מכשולות פון פינקל, ווי ביטער זיי זענען געווען איז עס באגרעניצט. און ס'איז געווארן אונטער קאנטראל. מ'האט דאך געכשר'ט די כלים. משא"כ די התאחדות איז אן אומפונקציאניר'נדע ארגאניזאציע. וועלכע טוען נישט זייער תפקיד. וויאזוי זייערע הכשרים זעהען אויס. (דו ווייסט טאקע נישט. אבער איך ווייס יא).. און פון די דיני תורות איז דאך גארנישט דא צו רעדן. אין בעסטן פאל איז עס א חוכי וטלולי. איך וואלט געדארפט אויפמאכן א באזונדער אשכול איבער זיי. נאר איך וועלל (ח"ו) האבן א פנים ווי נחום ראזנבערג.
און אז מ'רעדט שוין. דו מאכסט אוועק דאס עסן און פארקויפן עופות וועלכע האבן נישט קיין מסורה ווי א קלייניגקייט. אפשר א חומרא. זיי מוחל געב א בליק אריין אין די שו"ת ספרים פון אזעלכע גדולי עולם ווי דער דברי חיים. און אנדערע פוסקים. 'עסטו זעהן אז דאס איז גאר א הארבע זאך. (דער ד"ח איז מתיר צו עסן טוירקי ווייל דער עוף האט א שטארקע מסורה. אבער סתם עופות אן א מסורה ווערט (כמעט) פאררעכנט ווי אן עוף טמא). יעצט ווער איז משוגע?!
נשלח: מאנטאג מאי 09, 2022 7:33 pm
דורך היסטאריע
ר' בערל
דרייסט א קאפ.
זייערע הכשרים און דין תורה'ס זענען גוט.
Re: נייע שערוריה איבער עופות
נשלח: מאנטאג מאי 09, 2022 7:45 pm
דורך פרנס החודש
די דין תורות מער ווי די הכשרים
נשלח: מאנטאג מאי 09, 2022 8:20 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע האט געשריבן:ר' בערל
דרייסט א קאפ.
זייערע הכשרים און דין תורה'ס זענען גוט.
לגזירה שוה: אזוי ווי די הכשרים. אזוי די דין תורה'ס...!
נשלח: דינסטאג מאי 10, 2022 12:03 am
דורך אהוב את האמת
אהוב את האמת האט געשריבן:
ק/פ
בס"ד
ההבדל הגלוי לעין כל בין העוף ששחטו, להעוף שהראו להשוחטים בעלי המכתב
אף הסומא יוכל לראות ההבדלים הגדולים ביניהם, הצוואר הזקוף והכרבולת הגדול והזקוף והבולט של העוף ששחטו, מה שאינו כלל בהעוף שהראו, וכמו"כ צבע הנוצות ואופן שכיבתם, באופן שנעשה כאן רמאות גדולה ונוראה מלבד המכשול הגדול
נשלח: דינסטאג מאי 10, 2022 9:37 am
דורך הוגה
אהוב את האמת האט געשריבן:ההבדל הגלוי לעין כל בין העוף ששחטו, להעוף שהראו להשוחטים בעלי המכתב. אף הסומא יוכל לראות ההבדלים הגדולים ביניהם, הצוואר הזקוף והכרבולת הגדול והזקוף והבולט של העוף ששחטו, מה שאינו כלל בהעוף שהראו, וכמו"כ צבע הנוצות ואופן שכיבתם, באופן שנעשה כאן רמאות גדולה ונוראה מלבד המכשול הגדול
איך ווייס נישט ווער דו ביסט און וואס דיין אינטערעסע דא איז (איך האב א חשש אז כ'ווייס יא), אבער דו קענסט נישט רעדן פון "רמאות". איין זוך אין גוגל און מען זעהט באלד אז די דאזיגע עופות זעהן נישט אויס ווי די עוף אין דיין בילד.
#אהובאתהאמת lol...
.
נשלח: דינסטאג מאי 10, 2022 11:03 am
דורך אהוב את האמת
איך ווייס אויך נישט ווער דו ביסט...
מיין אינטרעסע איז איין זאך צו ברענגען אינטרעסע פון די המון עם אז עפעס איז/גייט דא פאר(געגאנגען), צו זיי זענען גערעכט צו נישט גייט מיר נישט אזוי ווייט אן ווי דאס אז זיי (האבן) באהאלטן וואס זיי טוהען.