בלאט 1 פון 1

ר' חיד''וו ווייס - מ'האט מזייף געווען די בריוו

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 2:02 pm
דורך signout
אין ליכט פין די שטורם https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... &start=100 האט צד מהרז''ל ארויסגעגבן אין איילעניש א שארפע בריוו, פראבירנדיג צו בארעכטיגן מהרז''ל'ס דרשה אין געלייגט דארט 25 חתימות פין אלע רבנים זייערע (חוץ עטליכע וואס וואלטען נישט מסכים געווען אין געגבן א החכשה אויב מ'ניצט זייער נאמען אן רשות ווי ר' חיים יושע, ר' שלמה יודא הירש אין נאך), אסאך מענטשן האבען תיכף געזאגט אויף רוב ערנסטע פין די ליסט אז זיי האבען לכאורה קיינמאל נישט אינטערגעשריבן, אבער יעצט הייבט זיך די געים אן ווען הרב ווייס האט געזאגט אז ער האט נאר אינטערגעשריבן אויפן חילול הקודש אין בית החיים אין האט אפילו נישט געוויסט אז מהר''א האט מוחה געווען דערוי, די איבריגע חלק איז מזיוף, ווער ס'קען ארויפשטעלן די ריקארדינג תבא עליו ברכה

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 2:03 pm
דורך signout
קשת מחילה - זיוף חמור

מיר ווילן דערמיט בעטן מחילה פונעם חשוב'ן ציבור אויף די שרעקליכע צער און צומישעניש וואס מיר האבן גורם געווען, מיט'ן ארויסשיקן נעכטן געפעלשטע קול קורא'ס, ווי איר קענט הערן אינעם בייגעלייגטן רעקארדירונג ווי הרה"ג החיד"א ווייס שליט"א זאגט:

"זייט מפרסם אז ס'איז א זיוף!"



דרוקט דא צו הערן די ווערטער פון הרה"ג חיד"א ווייס שליט"א





מיר האפן אויף יעדנס פארשטענדעניש אז מיר זענען אין א דראנג צו פארווישן דעם ביטערן מצב מיט די

חינוך פשרות / קאמאן קאר / פיערלס

וואס עסט אויף דעם רבינס געזונט אז דער ציבור און פילע אייגענע דיינים האלטן אנדערשט ווי אים, א זאך וואס איז נישט געקומען אין באטראכט ביים אננעמען דאס רבנות, אז מאנכע זאלן זיך איינרעדן אז דער "נועם המידות" שפיל איז א עכטע זאך... און דער רבי קלאפט אויפ'ן טיש אז דער קול מחאה מוז דערשטיקט ווערן פאר יעדן פרייז



למעשה גייען די אויבער-חכמים אן מיט זייערע מעשים, א שטייגער ווי דער היינט נאכטיגער כינוס אדיר קעגן רבי'ן פערזענליך דורך זיינע אייגענע געוועזענע אליאירטע מענטשן און בעלי דרשנים

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 2:46 pm
דורך שמן למאור
signout האט געשריבן:
דרוקט דא צו הערן די ווערטער פון הרה"ג חיד"א ווייס שליט"א




איך דריק און איך דריק, אבער עס גייט נישט

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 3:07 pm
דורך signout
עצי שטים האט געשריבן:
signout האט געשריבן:
דרוקט דא צו הערן די ווערטער פון הרה"ג חיד"א ווייס שליט"א




איך דריק און איך דריק, אבער עס גייט נישט
כ'האב עס ג'קפ, עס איז נישט מיטגעקומען

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 3:23 pm
דורך מיליאנער
כ'בין צומישט.

די אפיציעלע ספין פון די זאליס איז, אז די עיקר קול קורא איז געווען קעגן די סידור קידושין און די וואכנשריפט, די בית החיים איז בלויז געווען אגב, און דא טענה'ט ער גאר אז זיין מחאה איז געווען בלויז אויף די ישיבה קטנה בחורים און 'נישט' אויף די אנדערע?

הערשט א צומישעניש דארט....

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 5:23 pm
דורך [NAMELESS]
איז דאס טאקע ר חיד"וו ווייס, איינע קען זיין שטימע?

דאס קען מען הערן קלאר אז דער רעקארדירונג איז געשטיקלט, וואס קען זייער מעגליך ארויסגענומען פין קאנטעסט,

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 6:28 pm
דורך [NAMELESS]
חתימות יד פין הגה"צ דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן שליט"א

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 6:39 pm
דורך signout
די צעטיל איז ביי דיר מער ווערד, ווי די רעקארדירונג? (אגב ,די צעטיל זעהט אויס ענדערש געשטיקעלט, אויף די רעקארדירונג הערט מען קלאר ווי ער זאגט אז ער האט געמיינט אז מ'רעדט פין וומסב''ג אין אז ס'איז מזיוף)

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 6:48 pm
דורך מיליאנער
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:חתימות יד פין הגה"צ דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן שליט"א
ס'שטייט נאך היינט צוטאגס אויף די לעדערהעד ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן ''שליטא''??????

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 6:51 pm
דורך signout
מיליאנער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:חתימות יד פין הגה"צ דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן שליט"א
ס'שטייט נאך היינט צוטאגס אויף די לעדערהעד ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן ''שליטא''??????
די בריוו איז מופרך מעיקרא, ווייל אויפן געפרינטען צעטיל איז דא 25 חתימות אין דא איז נאר דא אפאר, נאכדערצו אז ס'דא א קלארע ריקארדינג פין הרב ווייס

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:41 pm
דורך berlbalaguleh
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:חתימות יד פין הגה"צ דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן שליט"א
טשאדעלע באדעלע: הרב חיד"ו (נישט חיד"א) שרייבט נישט קיין דאטום אין אנהייב אדער ביי זיין חתימה. אבער איך האב א פראבלעים מיט דעם לעטטערהעד. דארט שטיייט..."הרב ישראל חיים מנשה פרידמאן, שליט"א...! אין די היינטיגע טעכנאלאגישע וועלט וואלט מען דאס נישט געקענט פאררעכטן?! כ'האב פארגעסן אז אין די הויפטקווארטיר פון קהילתנו הק' ניצט מען נאך שרייב מאשינען...!

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 8:41 pm
דורך בורו פארק
איך האב יעצט געהערט דער ריקארדינג, יענע זאגט עהם אז ס'שטייט אויף דער צעטעל קרית יואל, און ער זאגט אז ער האט נאר געחתמ'ט וועגען שטערען שמחות און נישט סידור קדושין און נישט קרית יואל, און כמובן איז ער גערעכט, ס'שטייט נישט אויף דער קול קורא נישט וועגען קרית יואל און נישט וועגען סידור קדושין.

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 8:26 am
דורך מיליאנער
ביסט דאך אזא לץ בורו פארק, וואס מיינט 'נישט קרית יואל'? ער זאגט דאך קלאר אז ער האט געמיינט אז עפעס גייט פאר אין וויליאמסבורג, ער זאגט ער האט קיינמאל נישט מסדר קידושין געווען אין קרית יואל, ער האט קיינמאל גארנישט געהאט מיט די גאנצע זאך, ער זאגט אז ער האט בלויז מוחה געווען אויף דעם וואס מפארשעמט א בית החיים (דא קען מען אויך זען אז ניטאמאל האט ער געוואוסט אז ער איז מוחה אז מ'האט געשריגן אויף רז''ל, מ'האט אים דערציילט א מעשה אז מ'האט פארשעמט א בית החיים.... און מיט דעם פארשטייט מען אויך זיין 'החותם בכאב לב') ער זאגט אז אויף די צעטל וואס ער האט אינטערגעשריבן שטייט בלויז 'חילול הקודש והמקדש', און ער געט רשות צו מפרסם זיין אז די צעטל איז מזיוף און מ'האט צוגעלייגט ווערטער. אויך זאגט ער אז ער האט גרויס הנאה אז די רבי פון קרית יואל האט מוחה געווען, און ער האט געוואלט הערן פונטקליך וואס ער האט געזאגט.

כ'האף באלד ארויפצולייגן די רעקארדינג.

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 11:28 am
דורך signout
מיליאנער האט געשריבן:ביסט דאך אזא לץ בורו פארק, וואס מיינט 'נישט קרית יואל'? ער זאגט דאך קלאר אז ער האט געמיינט אז עפעס גייט פאר אין וויליאמסבורג, ער זאגט ער האט קיינמאל נישט מסדר קידושין געווען אין קרית יואל, ער האט קיינמאל גארנישט געהאט מיט די גאנצע זאך, ער זאגט אז ער האט בלויז מוחה געווען אויף דעם וואס מפארשעמט א בית החיים (דא קען מען אויך זען אז ניטאמאל האט ער געוואוסט אז ער איז מוחה אז מ'האט געשריגן אויף רז''ל, מ'האט אים דערציילט א מעשה אז מ'האט פארשעמט א בית החיים.... און מיט דעם פארשטייט מען אויך זיין 'החותם בכאב לב') ער זאגט אז אויף די צעטל וואס ער האט אינטערגעשריבן שטייט בלויז 'חילול הקודש והמקדש', און ער געט רשות צו מפרסם זיין אז די צעטל איז מזיוף און מ'האט צוגעלייגט ווערטער. אויך זאגט ער אז ער האט גרויס הנאה אז די רבי פון קרית יואל האט מוחה געווען, און ער האט געוואלט הערן פונטקליך וואס ער האט געזאגט.

כ'האף באלד ארויפצולייגן די רעקארדינג.

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 11:42 am
דורך yn.NY
סאיז געהעריג quicksand... וויפיל די חסידי רז"ל פרובירן זיך ארויסצוזעהן פון די לאך אז רז"ל האט מוחה געווען אויף א זאך וואס אפאר נארישע בחורימ'לעך האבן געטוהן, אלץ מער ווערן זיי אריינגעשלעפט אין די בלאטע.

די גרעסטע נארישקייט איז, אז רז"ל האט געהאט א גאנצע ליסטע מיט זאכן אויף וואס ער האט טאקע געקענט מוחה זיין (און מיטנעמען די חסידים אויפן רייד), למשל די סידור קידושין נושא, אנשטאט דעם האט ער געפיקט א נארישע קינדערישע נאכשרייעריי. יעצט דארף מען שוין מאכן א גאנצע ספין און טרייען אריינצודרייען כאילו אלע אנדערע סאטמארע נושאים זענען אריינגערעכנט אין רז"לס מחאה...

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 12:28 pm
דורך שושן פורים
ווי קען מען הערן די רעקארדינג?

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 1:26 pm
דורך וואסער
איך האב נאך נישט געהערט די ריקארדינג, אבער לויטן געשריבענעם צעטיל זעט מען זייער קלאר אז דער דיין וויל זיך אפשאקלען פונעם שואל. און ווייסט גוט אויף וואס ער האט גע'חתמ'ט.

דער שואל פרעגט: וואס איז געווען דא די חלק וואס איך האב געזעהן וועגן די סידור קידושין דארט? (דער שואל דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן קרית יואל).
דער דיין ענטפערט: שטייט נישט וועגן קרית יואל, איך ווייס נישט וואס דאס איז. (קוקט אז דער דיין ווייסט זייער קלאר פון וואס מען רעדט. אויב נישט קרית יואל מאן דכר שמיה?).

נאכאמאל, דאס איז אלעס בעפאר איך האב געהערט די ריקארדינג, קען זיין אז נאכדעם וועלן זאכן זיין קלארער לכאן או לכאן.

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 1:39 pm
דורך מיליאנער
קוק איבער די גאנצע שמועס, איינמאל מ'זאגט סידור קידושין כאפט ער גלייך אז מ'רעדט פון קרית יואל. אודאי ווייסט ער אז סידור קידושין מיינט קרית יואל.

קודם פרעגט ער ווי קומט דא אריין סידור קידושין, און ווען מענטפערט אז ס'שטייט אויפן צעטל זאגט ער אז אויף זיין צעטל איז נאר געשטאנען אז מצושטערט חתונות נישט וועגן קרית יואל.

איינמאל רופט ער עס קרית יואל און איין מאל רופט ער איז די סידור קידושין.

חוץ פון דעם, אין אנטווערפן שאקלט מען זיך אפ פון שואלים דורך זאגן מער ווי איינמאל אז מ'קען מפרסם זיין אז ס'איז מזיוף? אינטערעסאנט.

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2022 11:33 am
דורך ייעעקקבב