בלאט 1 פון 1
האם יבום תלוי בנחלה?
נשלח: מיטוואך מאי 11, 2022 9:31 pm
דורך קהל'ס נער
אין פרק יש נוחלין איז דא א באקאנטע תירוץ וואס די גמ' האלט אין איין איבערניצען ה"ה 'יבום בנחלה תלה רחמנא".
לערן איך יעצט פרק החולץ ליבמתו פרעגט די גמ' אז מען זאל זאגן אז דין יבום גייט נאר אן ווען די טאטע פון די מת לעבט נאך, אבער אויב די טאטע לעיבט שוין נישט וועט נישט אנגיין דיני יבום, ענטפערט די גמ' "מידי יבום בנחלה תלה רחמנא"
ופלא היא.
נשלח: מיטוואך מאי 11, 2022 10:39 pm
דורך תוהו ובוהו
די גמרא נוצט "יבום בנחלה תלא רחמנא" אז מ'זאל דארפן זיין 'ראוי לנחלה' [און נישט אויך אחין מן האם לדוגמא] אבער נישט אז מ'זאל מוזן בפועל ירש'נען. (תוספות ישנים ועוד).
נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 10:14 am
דורך צקון לחש
תוהו ובוהו האט געשריבן:די גמרא נוצט "יבום בנחלה תלא רחמנא" אז מ'זאל דארפן זיין 'ראוי לנחלה' [און נישט אויך אחין מן האם לדוגמא] אבער נישט אז מ'זאל מוזן בפועל ירש'נען. (תוספות ישנים ועוד).
אפשר האט דאס שייכות אהער:
לשונות מתחלפים
Re: האם יבום תלוי בנחלה?
נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 1:52 pm
דורך מיין אמת
קהל'ס נער האט געשריבן:אין פרק יש נוחלין איז דא א באקאנטע תירוץ וואס די גמ' האלט אין איין איבערניצען ה"ה 'יבום בנחלה תלה רחמנא".
לערן איך יעצט פרק החולץ ליבמתו פרעגט די גמ' אז מען זאל זאגן אז דין יבום גייט נאר אן ווען די טאטע פון די מת לעבט נאך, אבער אויב די טאטע לעיבט שוין נישט וועט נישט אנגיין דיני יבום, ענטפערט די גמ' "מידי יבום בנחלה תלה רחמנא"
ופלא היא.
ס'איז אינטערעסאנט אז ביי רות זעט מען אז ווער ס'נעמט רות נעמט אויך די נחלות
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk