בלאט 1 פון 2

שיין דערלעבט: א אדמו"ר אויף א טשעירליפט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:05 pm
דורך קרעקער
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771

ווי א געהעריגע רבי באשטעלט מען א פאטאגרעפער

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:15 pm
דורך איך אויך
וואס האסטו געוואלט ער זאל ארויפקלעטערן צופיס?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:23 pm
דורך קרעקער
ניין ח"ו ער איז א אלטער יוד
נו זיכער האט ער געמיזט נעמען א היטש ארויף

סבאדערט מיך נישט ער גייט האבען פאן. 99 פערצענט רביס זענען סתם פשוטע יודען (איך רעד נישט פין די בעלי עבירה ובעלי תאוה צווישען זיי} און זיי מעגען גיין אויסליפטערען, אבער סבאדערט מיך די פיקטשערס דאס האט ער ח"ו נישט פארגעסען

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:27 pm
דורך outspoken
גיין אין ערכאות = איז נארמאל פאר רבי'ס
רודפן יעדער וואס גייט נישט אין שפאן = איז נארמאל פאר רבי'ס
זיך שלאגען מיט ברודערס = איז נארמאל פאר רבי'ס
מקיים זיין די נבואה פון יחזקאל לד' אויף די טאקט = איז נארמאל פאר רבי'ס

נאר ווען אן אלטע אדמו''ר גייט זיך אויסבלאזען אויף א בארג איז = להיכן הגענו? האדמו''ר בטיול על הרכבל בחיפה..


פירושים מיותרים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:32 pm
דורך קרעקער
דעס שריי איך דאך

ביזט א רבי? שלאג דעך מיט דיין ברידער, צאפ מענטשנס בליט, געב ארויס חרמים, גיי טאנצען די 6 הקפה ניגין ביי חתינות, שלעפ ארויס פין מענטשן נאך א הונדערטער
אבער למען השם ואס זיכסטי אויף א טשעיר ליפט?
באלט עלעך זיי טרעפען אין יעדע רעסטעראנט, חול המועד אין גרעיד עדווענטשערס, און ביי ליפאס קאנצערטס
בלייבטס אינדערהיים און גיי אן מיט דיין רביסטעווע

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:50 pm
דורך ניו יארק
איך פארשטיי נישט, אין צה"ל האט מען נישט געלערענט קריכען אויף בערג...?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:59 pm
דורך outspoken
נוי יארק האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, אין צה"ל האט מען נישט געלערענט קריכען אויף בערג...?

לייג אריבער די תגובה קיין "צימעס" וועל איך דיר אסאך צוהעלפען...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:39 am
דורך real jew
איך פארשטיי נישט די פראבלעם! אין די ערשטע מינוט איז מיר איינגעפאלן דריי פשטים אין די הייליגע עליה פון די צדיק אמת:

צדיקים האבן גאלד אין זילבענער כלים ווייל צי קענען משפיע זיין פאר אנדערע מיז מען קודם אליין האבען (פאר דעם סיבה האבין לעצטענס ערליכע אידען שיינע קארס וכד') אין מ'זעט בחוש אז זייט די רבי'ס האבן דאס איינגעפירט האט א גרויס חלק פין כלל ישראל באקומען odyssey's

כדי צי ברענגען די גאולה העתידה דארף מען מעלה זיין אלע ניצוצות ס'איז ידיעה פין חסידשע ספרים אז "כל מקום אשר תדרוך כף רגלכם בו לכם יהיה" מיינט אז וואו א צדיק טרעט הייבט ער מיט זיך אלע ניצוצות ארום אין ארום אין עס ווערט"לכם יהיה" אינגאנצן צי די קדושה

רב שמשון רפאל הירש האט געהאלטן אז ס'איז א גרוסער ענין צי באטראכטען די אויבערשטער'ס בריאה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:52 am
דורך לעמיל
איך זעי געהעריג נישט וואז די פראבלעים איז אנשטאט גיין קיין שווייץ איז ער אהין געגאנגען וואס איז שלעכט דערמיט?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 11:12 am
דורך אויס מענטש
דער רבי האט געמאכט אן עליית נשמה עם הגוף

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 11:21 am
דורך מורינו הרב
איך קען נישט גלויבן:

מיין מיינונג איז אז עס איז זייער נישט קיין גוטע זאך, ווייל הגם רבי'ס מעגן זיך אויך אויסלופטערן, זיי זענען פארט נארמאלע מענטשן, ברענגען אזעלכע בילדער אריין ביים המון-עם א רייץ און ווילן ארויסצואווארפן געלט אויף לוקסוס און שטותים. סוף כל סוף זוכן יונגע חסידים נאכצוטון די רבי'ס און אויף דעם בילד זעט מען נישט די שווערע ארבעט וואס דער רבי האט געטאן פאר דעם, מען זעט נאר ווי ער מאכט א לעבן. דאס שאפט א נישט ריכטיגע מעסעזש פאר די חסידים.

(במאמר המוסגר: איך בין דאך אויך א רב, איך טוה דאס אויך, אבער איך בין מקפיד אויף בילדער - טאקע צוליב אזעלכע סיבות, אז מיינע חסידים זאלן זיך נישט אפלערנען דערפון(נאר איך מעג). איך וויל נישט שיקן א שלעכטע מעסעזש פארן עולם.)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:12 pm
דורך משכיל
דער בן יהוידע ברענגט אין מסכת הוריות צום סוף ביי די אגדתא אז דער רבינו תם ווען ער האט געלערענט האט ער געהאט אויפן טיש א "קערה מלאה זהובים" ווייל דאס גיט צו צו הרחבת הדעת כדי מען זאל קענען בעסער פארשטיין דאס לערנען

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:39 am
דורך real jew
משכיל האט געשריבן:דער בן יהוידע ברענגט אין מסכת הוריות צום סוף ביי די אגדתא אז דער רבינו תם ווען ער האט געלערענט האט ער געהאט אויפן טיש א "קערה מלאה זהובים" ווייל דאס גיט צו צו הרחבת הדעת כדי מען זאל קענען בעסער פארשטיין דאס לערנען


היינט זענין די רבי'ס אין רבנים שטארק מקפיד אויף דעם אפילו שלא בשעת הלימוד

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:43 am
דורך מורינו הרב
במאמר המוסגר: עס איז באמת א קושיא, אריינקוקנדיג אין די בילדער אויסגאבעס, זעען מיר ווי אזוי די ליטווישע גדולים לעבן בצניעות און בצימצום, בשעת רוב חסידי'שע רבי'ס לעבן אין א מלכות.

וואספארא מעסעזש שיקט עס פאר די חסידים?

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 11:21 am
דורך real jew
די ליטווישע גדולים זענין מער מקפיד צי זייערע הסכמה איז אויף די ערשטע בלעטעל וכד'.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 11:35 am
דורך מורינו הרב
גוט געזאגט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:34 pm
דורך שלמה המלך
real jew האט געשריבן:די ליטווישע גדולים זענין מער מקפיד צי זייערע הסכמה איז אויף די ערשטע בלעטעל וכד'.

משא"כ די חסיד'ישע רבי'ס????

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:51 pm
דורך מורינו הרב
די חסידי'שע רבי'ס האבן ליב צו מאכן א לעבן, זיך ווייקן אין לוקסוס און פארן אויף טשערלופטס, אבער זיי זינקען נישט אין כבוד אזוי ווייט ווי די לטאים, ווער איז קודם ווער איז נאכדעם.
די ליטווישע גדולים, לעבן אין צמצום, אבער ווען איינער בארירט זייער כבוד, דאן...

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 3:49 pm
דורך שלמה המלך
מורינו הרב האט געשריבן:די חסידי'שע רבי'ס האבן ליב צו מאכן א לעבן, זיך ווייקן אין לוקסוס און פארן אויף טשערלופטס, אבער זיי זינקען נישט אין כבוד אזוי ווייט ווי די לטאים, ווער איז קודם ווער איז נאכדעם.די ליטווישע גדולים, לעבן אין צמצום, אבער ווען איינער בארירט זייער כבוד, דאן...

לאל

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:08 pm
דורך משכיל
איך קלער אז דער חילוק צווישען רבי'ס און ראשי ישיבות איז צו כללות'דיג אפשר וויל עס איינער בעסער אנאלאזירן ?י

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:10 pm
דורך פאזעטיוו
מורינו הרב האט געשריבן:די חסידי'שע רבי'ס האבן ליב צו מאכן א לעבן, זיך ווייקן אין לוקסוס און פארן אויף טשערלופטס, אבער זיי זינקען נישט אין כבוד אזוי ווייט ווי די לטאים, ווער איז קודם ווער איז נאכדעם.
די ליטווישע גדולים, לעבן אין צמצום, אבער ווען איינער בארירט זייער כבוד, דאן...

דאכט זיך ווען עס קומט אויסצושטעלן א אויבן אן ווי עס דארפן זיך באטייליגן רבנים און ר״י, ליגט א סאך מער מח אויסצושטעלן פאר די חסידישע רביס ווי פאר די ליטווישע ראשי ישיבות.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:21 pm
דורך מורינו הרב
פאזעטיוו האט געשריבן:
מורינו הרב האט געשריבן:די חסידי'שע רבי'ס האבן ליב צו מאכן א לעבן, זיך ווייקן אין לוקסוס און פארן אויף טשערלופטס, אבער זיי זינקען נישט אין כבוד אזוי ווייט ווי די לטאים, ווער איז קודם ווער איז נאכדעם.
די ליטווישע גדולים, לעבן אין צמצום, אבער ווען איינער בארירט זייער כבוד, דאן...

דאכט זיך ווען עס קומט אויסצושטעלן א אויבן אן ווי עס דארפן זיך באטייליגן רבנים און ר״י, ליגט א סאך מער מח אויסצושטעלן פאר די חסידישע רביס ווי פאר די ליטווישע ראשי ישיבות.


עס ווענדט זיך אויף וואס:
ביי רבי'ס איז דער דגש, נישט צו זיצן נעבן יענעם קאנקערענץ, און נישט נעבן יענעם וועמען מען האט פיינט וכו', אבער נישט אזוי ווייט ווער איז קודם.
ביי די ליטאים איז מען בלויז פארטון אין כבוד, ווער קודם און ווען נאכדעם, ווער איז דער 'מרן' און ווער איז דער 'ראש-ישיבה'.

ביי חסידים זענען אלע "כ"ק מרן אדמו"ר הגאון הקדוש עטרת ראשינו ותפארתינו רשכבה"ג שליט"א".

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:23 pm
דורך איך אויך
כ'מיין עטץ זענץ ביידע גערעכט, עס איז א בחינה פון הא לן והא להו, דא אין אמעריקע זענען עס די רבנים/רבי'שע חצרות וואס זענען די כבוד פרעסערס און די אמעריקאנע ליטווישע ראשי ישיבות ליגן נישט אזוי ווייט אינעם יותרת הכבוד, משא"כ אין א"י זענען היינט אלע ליטווישע גדעילים ארומגענומען מיט גבאים שטוב מענטשן "חצר" און זיי האבן זיך "דערלערנט" אלע שטיק פון די חסידים, צומאל איז דער קאפי בעסער פונעם מקור.