בלאט 1 פון 1

יודישקייט V סיסטעם

נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 2:41 pm
דורך קהל'ס נער
מען מישט דא אסאך מאל אויס צווישן יודישקייט און סיסטעם, מילא פיל איך פאר וויכטיג עס צי פונאנדערשיידן.
יודישקייט איז א רעליגיע באזירט אויף געזעצן וואס גאט האט אינז געגעבען, אין אלגעמיין איז עס זייער גרינג צי פאלגן, לייגן תפילין איז בכלל נישט קיין שווערע זאך, פאסטן יום כיפור איז טאקע נישט אזוי באקוועים, און היטן שבת איז דוקא גאר א געווינטשענע זאך אין די היינטיגע טעכנאלאגיע עפאכע צי דיסקאנעקטן פאר איין טאג א וואך.

סיסטעם איז גאר א אנדערע זאך, ס'אומגעשריבענע געזעצן באזירט אויף מה יאמרו הבריות, Image און לחץ חברתי, די געזעצען זענען גאר שווער און שטערן זייער אין טאג טעגליכע לעבן, ווי למשל, אפטיילן די מינים בכל מכל כל, כמעט נישט לערנען קיין לימודי חול, זיצען אין כולל און שימלען די טעג, די ישיבה סיסטעם וואס ארבעט נישט פאר רוב בחורים, און די לבוש וואס אינז זעמיר שטעקן געבליבען פאר 200 יאר ציריק.

ס'דא נאך אסאך חילוקים אבער איך האב עס נאר אנגעכאפט פון אויבן.