בלאט 1 פון 1

זוהן פון גורע רבי באשילדיגט מיט אביוז

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 11:19 am
דורך שמן למאור
עס איז דא אן ארטיקל וואס איז ערשינען אין הארץ וואס באשילדיגט די זוהן פון האדמו"ר מגור, אברהם מרדכי אלתר, מיט שמיציגע מעשים

https://www.haaretz.co.il/news/educatio ... -1.8293075

די באשילדיגונג איז פון צוויי חסידים וואס פארציילן אז ער האט מיט זיי אפגעטון מעשים אשר לא יעשו אין זיין אפיס אין ישיבת נר ישראל

די ארטיקל איז פון אהרן ראבינאוויץ, וואס האט שוין געמאכט א שטורעם אבער די אויפדעקונגען פון חיים וואלדער און פון יהודה משי-זהב

די ארטיקל זעט מיר אויס צו זיין אלט, איינער האט מיר יעצט געשיקט א לינג דערצו, האט איינער מער אינפערמאציע איבער וואס איז געווארן דערמיט?

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 12:10 pm
דורך [NAMELESS]
די ארטיקל איז שוין דריי א האלב יאר אלט, און זעלבסטפארשטענדליך אז עס איז באגראבן געווארן צוליב די טיפע קשרים פון גור אין די מידיא און אין די מערכת אכיפת החוק. כ׳האב שוין אמאל געשריבן ווי קארופטירט גור איז, ספעציעל אין באגוואלדיגונגען.

עס זענען דא נאך א שיינע פאר אידן וועלכע צאלן חודש׳ליך לא יחרץ אז א תחקיר אויף זיי זאל נישט ארויסקומען. אריינגערעכנט א גרויסער ראש ישיבה מיט א שיינעם יחוס, און אזוי אויך א גרויסע זינגער און פובליק פיגור אין ארץ ישראל. ממש לעצטנס איז ארויסגעקומען עטליכע מעשיות אויף א גרויסער עסקן, למעשה איז געבליבן שטיל נאך א שטיק צייט, כסף יענה את הכל. כ׳גלייב אז אין אמעריקע פעלט אויך נישט אזעלכע מעשיות.

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 12:14 pm
דורך שאלתיאל
כ'מיין אז דער עסקן זיצט אין ארעסט

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 12:53 pm
דורך שמן למאור
איך געדענק בכלל נישט אז מען זאל רעדן דערפון, איז שוין כאטש דא עפעס א אשכול דא אין שטיבל דערוועגן?

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 1:00 pm
דורך קורקלענד
וויאזוי קענט איר געדענקען? דער ארטיקל איז דאך מיט אזא צוויי יאר עלטער פון אייך....

די אשכול איז אויפגעמאכט געווארן כאילו עס איז פרישע נייעס. אבער עס איז למעשה געהעריג אלטע סחורה....

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 2:29 pm
דורך מיר'ער בחור
יהורם האט געשריבן:עס זענען דא נאך א שיינע פאר אידן וועלכע צאלן חודש׳ליך לא יחרץ אז א תחקיר אויף זיי זאל נישט ארויסקומען. אריינגערעכנט א גרויסער ראש ישיבה מיט א שיינעם יחוס, און אזוי אויך א גרויסע זינגער און פובליק פיגור אין ארץ ישראל. ממש לעצטנס איז ארויסגעקומען עטליכע מעשיות אויף א גרויסער עסקן, למעשה איז געבליבן שטיל נאך א שטיק צייט, כסף יענה את הכל. כ׳גלייב אז אין אמעריקע פעלט אויך נישט אזעלכע מעשיות.
נו אדרבה פארוואס ביסטו נישט מפרסם די נעמען?
ווער איז די ראש ישיבה? ווער איז די זינגער? ווער איז די עסקן?
זיי שיקן דיר אויך אפאר דאלער?

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 2:38 pm
דורך מיר'ער בחור
היינט נאכט אין בפ

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 2:47 pm
דורך [NAMELESS]
מיר'ער בחור האט געשריבן:
יהורם האט געשריבן:עס זענען דא נאך א שיינע פאר אידן וועלכע צאלן חודש׳ליך לא יחרץ אז א תחקיר אויף זיי זאל נישט ארויסקומען. אריינגערעכנט א גרויסער ראש ישיבה מיט א שיינעם יחוס, און אזוי אויך א גרויסע זינגער און פובליק פיגור אין ארץ ישראל. ממש לעצטנס איז ארויסגעקומען עטליכע מעשיות אויף א גרויסער עסקן, למעשה איז געבליבן שטיל נאך א שטיק צייט, כסף יענה את הכל. כ׳גלייב אז אין אמעריקע פעלט אויך נישט אזעלכע מעשיות.
נו אדרבה פארוואס ביסטו נישט מפרסם די נעמען?
ווער איז די ראש ישיבה? ווער איז די זינגער? ווער איז די עסקן?
זיי שיקן דיר אויך אפאר דאלער?
אזוי ווי כ׳האב שוין מבאר געווען עטליכע מאל, לאז איך איבער די מצוה פון מפרסמין עושי מעשי זמרי פאר אנדערע…

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 3:00 pm
דורך שמן למאור
איז וואס איז פשט אז ער לעבט אין לאכט, און גייט היינט נאכט פירן א גרויסע הדלקה אין בארא פארק? אלעס לא יחרץ געלט?
דאס אז איך האב ביז היינט נישט געהערט דערפון איז אויך לא יחרץ געלט? וואלדער און משי זהב האבן נישט געהאט געניג געלט?
אפשר איז די באווייזן קעגן אים נישט געווען געניג שטארק, אזוי ווי ביי וואלדער און משי זהב, אפשר האבן די וויקטעמס נישט געוואלט ארויסקומען ברבים פארציילן זייער מעשה, און עס נאר פארציילט פאר ראביניוויץ, אזוי אז מען קען אלעס גרינג פארלייקענען?
איך פרעג נאר

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 3:55 pm
דורך בורו פארק
דער וויקטים'ס באקומען געלט נישט צו גיין צו פאליציי. דער גורער עולם לייקענט עס ווייל ער איז גענוג פאני און ער גייט לכאורה נישט זיין אמאל א רבי, און מ'טראכט אז אפי' ס'איז אמת איז נישט געפערליך ווייל ער איז גענוג מאדנע און מ'שטייט סיי ווי ווייט פון איהם.

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 8:35 pm
דורך פאלגזאם
עצי שטים האט געשריבן:איז וואס איז פשט אז ער לעבט אין לאכט, און גייט היינט נאכט פירן א גרויסע הדלקה אין בארא פארק? אלעס לא יחרץ געלט?
דאס אז איך האב ביז היינט נישט געהערט דערפון איז אויך לא יחרץ געלט? וואלדער און משי זהב האבן נישט געהאט געניג געלט?
אפשר איז די באווייזן קעגן אים נישט געווען געניג שטארק, אזוי ווי ביי וואלדער און משי זהב, אפשר האבן די וויקטעמס נישט געוואלט ארויסקומען ברבים פארציילן זייער מעשה, און עס נאר פארציילט פאר ראביניוויץ, אזוי אז מען קען אלעס גרינג פארלייקענען?
איך פרעג נאר
טאקע פאני...
אפשר פרעג דער וואס האט דיר געשיקט דעם לינק.

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 8:47 pm
דורך היסטאריע
זע אונזערע תקנות סעיף מו.
מנהל

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2022 6:26 am
דורך פאלאצ'ינטא
דאס ווייזט אז דער דער גור'ר רעבאה איז אן עכטע רעבאה און דער זוהן א עכטע בנש"ל.

איך זאג נישט אז עס איז אמת אבער אויב מען באשולדיגט איהם און מען קען באהאלטען און פארשווייגען א מעשה און שרייען אז ער איז א צדיק דאס איז די קוואליפיקאציעס פון היינטיגע רע-בנים

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:18 am
דורך [NAMELESS]
עצי שטים האט געשריבן:איז וואס איז פשט אז ער לעבט אין לאכט, און גייט היינט נאכט פירן א גרויסע הדלקה אין בארא פארק? אלעס לא יחרץ געלט?
דאס אז איך האב ביז היינט נישט געהערט דערפון איז אויך לא יחרץ געלט? וואלדער און משי זהב האבן נישט געהאט געניג געלט?
אפשר איז די באווייזן קעגן אים נישט געווען געניג שטארק, אזוי ווי ביי וואלדער און משי זהב, אפשר האבן די וויקטעמס נישט געוואלט ארויסקומען ברבים פארציילן זייער מעשה, און עס נאר פארציילט פאר ראביניוויץ, אזוי אז מען קען אלעס גרינג פארלייקענען?
איך פרעג נאר
דאס אז דו האסט נישט געהערט דערפון פארדעם איז נאר וויבאלד דו ביסט נישט סובסקרייבט צו ׳הארץ׳. אבער אזוי ווי דו האסט שוין געזען ביי וואלדער און משי-זהב האט עס גענומען יארן לאנג ביז ווען דער תחקיר איז ארויסגעקומען, און אין יענע צייטן וואס רוב מענטשן האבן נאכנישט געוואוסט וואס פארא בייזוויליגע חברה זיי זענען, זענען זיי געווען פארנומען צאלן דמי שתיקה. משי-זהב גראדע האט לכאורה נישט געדארפט אפילו צאלן, ווייל ער איז געווען אזוי פארגעטערט ביי די פרייע אז מען האט אים ווארשיינליך סתם אזוי צוליב געטון, אבער וואלדער׳ס ווייב צאלט נאך ביזן היינטיגן טאג פאר וויקטימס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:26 am
דורך שמן למאור
גערעכט, אבער ביי וואלדער און משי זהב האט די גאס גלייך געשמועס דערפון
אפשר ביי משי זהב וואס די אמעריקאנע עולם קען נישט אזוי, האט זיך טאקע נישט אזוי גערידערט אין די מקוואות, אבער ביי וואלדער האט זיך די שטאט איבערגעדרייט ווי נאר די ארטיקל איז ארויס אין הארץ

די וועלט פארציילט א מעשה איבער א מיידל וואס האט נישט געקענט טון א שידוך, און די רבי האט דערמאנט פאר די טאטע אז ווען זי איז געבוירן האט מען מחמת סיבות שונות פארגעסן צו מאכן א קידוש, מילא פעלט איר די אלע ברכות פון גוטע אידן, האט די טאטע געמאכט יענע וואך א קידוש אין ביה"מ פאר זיין גרויסע מיידל, די עולם האט געוואונטשן, און נאך א קורצע צייט איז זי א כלה געווארן בשטומ"צ

לענינינו, אויב האט זיך נישט גערידערט ווען די ארטיקל איז ארויסגעקומען, און אפילו קיין אשכול אין קאווע שטיבל האט זיך נישט געעפנט דערוועגן, קען מען עס אלעמאל משלים זיין...

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:42 am
דורך היסטאריע
.

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2022 9:54 pm
דורך berlbalaguleh
עצי שיטים: דו גלייבסט די מעשה מיט דעם קידוש? די ערשטע חלק קען איך נאך גלייבן. אבער די צווייטע חלק (אז נאך די קידוש איז זי געווארן א כלה) גלייב איך נישט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2022 9:58 pm
דורך שמן למאור
berlbalaguleh האט געשריבן:עצי שיטים: דו גלייבסט די מעשה מיט דעם קידוש? די ערשטע חלק קען איך נאך גלייבן. אבער די צווייטע חלק (אז נאך די קידוש איז זי געווארן א כלה) גלייב איך נישט.
די נמשל גלייב איך...

נשלח: מוצ"ש מאי 21, 2022 9:29 pm
דורך איך אויך
שאלתיאל האט געשריבן:כ'מיין אז דער עסקן זיצט אין ארעסט
ח.ד. האט גענומן א אנדערע ליין אוף דעפענס, ער טענה'ט אז אלעס איז געווען בהסכמה פון די פרויען. יעצט דארפן זיי פראוון אז עס איז געווען באונס.