בלאט 1 פון 9

איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 2:34 am
דורך שמן למאור
איי איי איי... ס'געווען אמאל גוטע צייטן.. פאר די קעפעלע מיינע האט זיך געעפנט, פאר איך בין קאליע געווארן פון די אינטערנעט, פאר איך האב מיך אויפגעקלערט מיט קאווע שטיבל ארטיקלען...

איי איי איי, דער דאווענען האט געהאט א טעם, מען האט געשפירט קדושת שבת, יעדע מצוה וואס איך האב געטון האב איך ממש געפילט ווי דער באשעפער שטייט נעבן מיר מיט די גאנצע פמליא של מעלה, און שעפן פיל נחת און תענוג פון מיר, און שלינגען מיט דורשט יעדעס ווארט פונעם דאווענען וואס קומט נאר ארויס פון מיין מויל...

אוי ווי גוט איז צו זיין א נאר, א פארמאכטע קאפ צו פארמאגן, נישט צו וויסן די אמת, און צו גלייבן אלעס וואס דער רבי און מגיד שיעור פארקויפן,
און ווי ביטער איז דער אמת, די טרוקענע פאקטן וואס שמייסן אין פנים אריין ווי די ציצית פונעם זיידעס טלית.

אלס בחור פלעג איך שפירן קדושת שבת יעדע וואך! יא, ממש אזוי!!! איך פלעג מיך פארגלייזן די אויגן ביי בואי בשלום, און שטיין פאר'דבק'עט ביז נאך די קאכעדיגע מזמור שיר ליום השבת, ווי איך פלעג זיך ווארפן ווי א שלאנג געביסענער מחמת גודל הקדושה וואס מיין קליינער גוף האט קוים געקענט פארנעמען, מיינע פארמאכטע אויגן האבן געזען גרויסע אורות וואס נישט יעדער איז זוכה צו זען.. בקיצור א הייליגע בחור.... ביז איך האב געליינט אט די מעשה:

אמאל זענען די חסידים פון ר' מענדעלע רימינאווער זיך צוזאמגענומען פאר א וויכטיגע מיטינג, און ארויפגעברענגט א שטארקע שאלה, מיר שוועבן אלע פרייטאג צונאכטס אין די עולמות העליונים, מיר שפירן קלאר דעם הייליגן לעכטיגן קדושת שבת, מען שפירט ווי די נפש און די רוח מיטן נשמה יתירה מאכן זיך באקוועם אינעם וואכנדיגן גוף, און ברענגען אריין מיט זיך דעם הייליגן שבת גייסט.. אבער.. איין מינוט!! אפשר איז דאס אלעס דמיון...? אפשר לעבן אונז אונטער א פאנטאזיע, און אונז זענען גארנישט אנדערש ווי די מענטשן אינעם משוגעים הויז וואס שפירן אויך ווי די רוחות שפאצירן אריין אין זיי...

האט מען מחליט געווען מען גייט מאכן א פראבע. מען וועט איבערדעקן די ביה"מ מיט די ווייסע טישטוכער, מען וועט אנטון די שטריימל און בעקיטשע, אנהייבן מיט א ברען הודו, דערנאך מנחה מיטן ערב שבת'דיגע נוסח, און דאן וועט מען מיט א ברען אנהייבן קבלת שבת מיטן לכה דודי, און ונראה מה יהיה...

אומר ועושה מען האט זיך אנגעגרייט צום פראבע, און אין א גרינעם דינסטאג האבן די חסידים געפראוועט די הייליגע תפלות פון שבת קודש.... און... יא!! זיי האבן אלע "געשפירט" דעם קדושת שבת פונקט ווי זיי פלעגן "שפירן" יעדע שבת!!!

אינגאנצן צובראכן, מיט א טרויער, זענען זיי אריין צום רבי'ן און פארגעלייגט זייערע טענות, הלמאי די גאנצע זאך איז פוסטע איינרעדענישן, מען קען שפירן "קדושת שבת" אינדערוואכן אויך... האט זיי די רבי בארואיגט און געזאגט, זארגט ענק נישט! די בגדי שבת האבן א כח אריינצוברענגען די קדושת שבת אפילו אינמיטן די וואך!!!!!

האבן זיי טאקע אפגעקויפט דעם תירוץ פון זייער רבי'ן?? איין באשעפער ווייסט, אבער איך האב מחליט געווען צו מאכן די פראבע מיט בגדי חול!!! וואס וועט זיין דער תירוץ דעמאלס?

טא מעיק א קורצע מעשה לאנג, האב איך מיך געטראפן א שטילע ווינקעלע אינמיטן וואך, איך האב מיך פארגלייזט די אויגן פונקט ווי שבת קודש און געזינגען און געטאנצן פונקט ווי שבת און.. יא! איך האב אויך געשפירט...

איך פלעג קוקן מיט קנאה ווי מיין חבר בערל לייגט תפילין מיט אזא קאך, ער שפירט ביי יעדע דריי פונעם רצועה אז ער בינדט זיך מער און מער אהן אינעם באשעפער מיט א קשר חזק מאוד, וויפיל איך האב נאר פראבירט זיך צו שטופן, בין איך נישט אנגעקומען צום מדריגה פון מיין חבר בערל...

ביז... איין טאג איז ער מיר געקומען פארציילן אז ער האט בודק געווען זיינע תפילין און... עס איז געווען פסול!! איך קען ענק נישט מסביר זיין די שמחה וואס איך האב דאן געשפירט, די נצחון האט מיר כמעט צודרייט געמאכט! ער איז א שטיק חוזק, ער שפירט א קדושה אין א פשוטע שטיק לעדער.. ער פאנטאזירט!! וואס ער האט געשפירט ווייס איך נישט, אבער קדושת התפילין זיכער נישט!!

עס האט מיר גענומען צייט צו כאפן אז איך מיט מיינע כשר'ע תפילין בין די זעלבע איינגערעדטע נאר...

אן ענליכע מעשה האב איך געהאט בשעת'ן ברענען אינעם קדושת הסוכה, ביז איך האב געכאפט אז די שלאק איז נאך העכערן סכך...

עס האט מיר גענומען אסאך גלגולים און מיטמאכענישן זיך אויפציוועקן צום פאקט, און צו כאפן אז מיינע געפילן זענען שקר. געפיל האט מיט אמת און שכל זילטש, דער קריסט פילט זיך פונקט אזוי הייליג ווי דיר ווען ער קושט דעם צלם, און דער מוסלמענער זעט די זעלבע גילוים ווי מיר ווען ער שפירט קדושת ראמאדאן בשעת'ן שרייען אללא אכבאר,

אבער צו וואס פעלט אויס צו זיין קלוג?? איז מיר נישט געווען גוט אלס בחור? איז מיר נישט געווען בעסער די איינגערעדטע קאכעדיגע דאווענען, ווי די היינטיגע רעאליסטישע קאלטע דאווענען?

איז מיר נישט געווען בעסער אמאל, ווען איך האב פרייטיג צונאכטס ביים סעודה געזאגט דעם זוהר מיט א קאך, אההה "כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליין" שפירנדיג ווי ר' שמעון די בעל המימרא שטייט קעגן מיר, און פילט אהן מיינע קדושה זאפאסן מיט הויפענעס קדושה פארן וואך?

אבער היינט נאכן נחמץ ווערן פון דעם אמת קען איך נישט מער ווי זיך פארשטעלן ווי עפעס איינער די לאון שטייט קעגן מיר.. וואסערע טעם האט עס???
צו וואס פעלט מיר אויס צו וויסן די אמת???
זענען נישט די רעבעס גערעכט געווען מיטן אלעמען באקאנטן סלאגאן "איך בין א נאר און איך גלייב"?

איז נישט דאס לעבן בעסער ווען מען ווייסט נישט אז אסאך פון אונזערע "אמונות" איז פשוט'ע "אמונה הכרחיות"?
איז מיר נישט דאס לעבן געווען זיסער ווען איך האב אנגענומען אלעס פון תנ"ך כפשוטו, פאר איך האב געוואוסט אז דער רמב"ם האט געהאלטן אז בלעם'ס אייזל האט קיינמאל נישט גערעדט?

וואלט מיר נישט געווען פיל גרינגער אין לעבן צו גלייבן אויפן ווארט די אלע מעשיות למיניהם ממינים שונים וואס קומען יעדע וואך ארויס לרחצה אין די גליונות צו מחזק זיין דעם "דת" און צו ווייזן אז נאר דורך פאלגן די רבנים קען מען האבן א גוט לעבן,
וואס פעלט מיר אויס צו וויסן די אמת, ווי גרינג עס איז אויפצובאקן א מעשה?
און ווי גרינג די צייטונגען וועלן עס דריקן ווילאנג אז עס שטימט מיט די אגענדע...?


איך קוק מיך אזוי ארום, און איך זע אז עס איז נישטא צופיל אזוי ווי מיר אין ביהמ"ד. קיינער אינטערסירט נישט צו טראכטן, קיינער וויל נישט שטיין מיט מיר אין ווארט וועגן דעם אמת, יעדער פארט זיך אויף זיין רוטין, אלעס איז פיין און וואויל, אפילו מיין חבר וואס איז שוין יא א שטיקל בעל מחשבה, ווען עס קומט צו "די ענינים" מאכט ער מיר גלייך שטיל, ער זאגט מיר, וואס פעלט אויס צו רעדן די זאכן, וועסט מיר נאך איבערצייגן אז דו ביסט גערעכט, און דאן וואס?

הייבן הייבט זיך עס אהן מיט קוקן אויף די פאקטן, און ענדיגן ענדיגט זיך עס מיטן לייקענען די גאנצע תורה רח"ל... (קרעדיט: @רביה"ק)
לאמיך אפ! לאז מיין לעבן פארן אומגעשטערט! וואס דארפסטו מיר פארדרייען די קאפ מיט אומאיינגענעמע פאקטן?

און איך דריי מיר אזוי ארום, איז ער דען נישט גערעכט? איז נישט פארמאכן די קאפ די געשמאקסטע אפציע??

אבער וואס זאל איך טון? דער חכם שטופט מיר, מיין מוח וועט נישט קענען איינרוען וויסנדיג אז איך לעב אין א שקר בלויז ווייל אזוי איז מיר מער בא'טעמ'ט, אפשר ארבייט עס ביי רוב מענטשן, אבער וואס זאל איך טון, ביי מיר גייט עס נישט...

איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 7:39 am
דורך אלבערט איינשטיין
עצי שטים האט געשריבן:
אן ענדליכע מעשה האב איך געהאט בשעת'ן ברענען אינעם קדישת הסוכה, ביז איך האב געכאפט אז די שלאק איז נאך העכערן סכך...

...

דערמאנט מיר א מעשה פון רבי יודל דזיקיבער. וואס האט אריין געפלאמט אין א מצות סוכה. מיט די עילו אושפיזון און קידוש. שפעטער האט די גבאי געזאגט אז די שלאק איז געווען פארמאכט. האט ער געזאגט מרוב עניוות בזה הלשון "איך האב שוין געמיינט אז איך כאפ מלאכים"

איך פלעג מיר וואנדערן אלץ בחור׳ל אין ישיבה קטנה. ווען איך פלעג לערנען רציפות האב איך געפילט ווי עפעס א כעמיקאל לויפט אין מיין קאפ און איך פיל מיר עפעס א כלומערישע געשמאקייט אין דאס אז מען איז נישט מפסיק פון לערנען און נישט געקענט דערליידן דברים בטלים יענע מינוט. למעשה האב איך געזעהן אז שפעטער ווען איך האב מיר געלערנט א פאך און מען האט געדארפט זיין שטארק פאקוסירט אין זיך לערנען האב איך עפעס געפילט די זעלבע געשמאקייט וואס איך האב געפילט בשעת לערנדיג רצופות אין ישיבה.

איך האב נאך נישט פרובירט מעדיטאציע. אבער לכוארה איז עס די זעלבע געפיל וואס מהאט ביי שטילע שמונה עשרה ווען מען דאווענט מיט פארמאכטע אויגן און מ שאקלט די קאפ גענוג שנעל אז כעמיקאל׳ס זאלן פליען אין קאפ..

אין אגב ווען איך פלעג מיר אנטרונקען האב איך אייביג געפילט עפעס נענטער צום באשעפער. צו מיטן דאווענען צו מיטן פלאמען אין א מצוה. לכוארה שפילן דאן בעסער די כעמיקאל׳ס אין קאפ

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 8:16 am
דורך רביה''ק זי''ע
זיץ איך מיר אזוי אין קוואראנטין (יא, די COVID האט מיר ענדליך דערגרייכט...) און בליק איבער דיינע לעצטיגע תגובות, איך טראכט צו מיר יא רעאגירן נישט רעאגירן, ס'גלוסט מיר אבער נישט נאכאמאל אריינצוקריכן אין די ענדלאזע בלאטע וואס פירט נישט אין ערגעץ, רחצתי את רגלי איככה אטנפם, בכלל האב איך נישט וואס צו רעאגירן ווייל ס'איז ממש קולו של רבינו הקדוש מדברת מתוך גרונו של שמן למאור, וואס זאל איך מיר יעצט ארומטענה'ן מיט מיר אליינס? :D וואס דו האסט אבער דא געשריבן איז ממש נישט לרוחי, ס'איז אין רוח חכמים נוחה הימנו, דעם ביסל דעת וואס די "כבוד" האט מיר איבערגעלאזט האסטו אויפגעשטורעמט, איך פיל ווי אויסצושרייען מיט'ן גאנצן וועזן, ניין! ס'נישט געשמאקער צו זיין א נאר! דו האסטו געטוהן גאנץ א שוואכער ארבעט מיט'ן טשעריפיקן די זיסע טייל פון זיין א נאר, די ביטערקייט שרייט ארויס פון צווישן די שורות. און איך ווייס אז דיינע ווערטער זענען געזאגט געווארן האלב ציניש אבער דאך פיל איך אז זיי פארלאנגען אן אנטווארט.

ערשטנס, דו שרייבסט אז דו ביזט אויפגעקלערט געווארן פונעם אינטערנעט, און די אויפגעקלערטקייט לכתחילה ארויפצוגיין אויפ'ן אינטערנעט האסטו אויך באקומען פון די אינטערנעט? כ'מיין וועמען נארסטו דא? וויפיל אידן קען איך וואס זענען אנגעקלערט געווארן נאך פאר די גוגל הדור איז געווארן רשכבה"ג, און וויפיל תמימות'דיגע בחורים און מיידלעך קען איך פון קרייזן וואו סמארטפאונס איז א נייטראלע אייטעם און זיי ווייסן ניטאמאל מיט וואסערע מכשול זיי דרייען זיך ארום אין טאש. ס'נישט אז די אינטערנעט מאכט אויפגעקלערט, פארקערט, אויפגעקלערטע מענטשן גייען אויפ'ן אינטערנעט, גענוג מיט די בולקרעפ, שוין.

צווייטנס, נמחק, כפירה ואפיקורסות רח"ל

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 8:24 am
דורך היסטאריע
בקיצור, שמן למאור איז נאך נישט גענוג אויפגעקלערט. היינט איז ער פארמאכט. די שאלה איז נאר ווען ער איז איז א גרעסערע מדריגה פין פארמאכט, היינט אדער אמאהל.

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 9:50 am
דורך מי אני
ויוסיף דעת יוסיף מכאוב (קהלת א חי). (ומאידך גיסא איז דאך אבער דא די באקאנטע מימרא פון דזשאן סטוּערט מיל.)

דאס איז וואס דר. אַיאַלאַ פעדער ברענגט צו אין איר בוך איבער וואס איינער ״מאטי״, פון די ״באהאלטענע אפיקורסים״, האט געשריבן:
FDD09FD1-B473-4621-9FBD-B102FE925BBB.jpeg

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 11:06 am
דורך צקון לחש
עס איז אפשר געשמאקער צו זיין א נאר, אבער נאך אלץ נאריש...

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 11:11 am
דורך בת קול
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זיץ איך מיר אזוי אין קוואראנטין (יא, די COVID האט מיר ענדליך דערגרייכט...) און בליק איבער דיינע לעצטיגע תגובות, איך טראכט צו מיר יא רעאגירן נישט רעאגירן, ס'גלוסט מיר אבער נישט נאכאמאל אריינצוקריכן אין די ענדלאזע בלאטע וואס פירט נישט אין ערגעץ, רחצתי את רגלי איככה אטנפם, בכלל האב איך נישט וואס צו רעאגירן ווייל ס'איז ממש קולו של רבינו הקדוש מדברת מתוך גרונו של שמן למאור, וואס זאל איך מיר יעצט ארומטענה'ן מיט מיר אליינס? :D וואס דו האסט אבער דא געשריבן איז ממש נישט לרוחי, ס'איז אין רוח חכמים נוחה הימנו, דעם ביסל דעת וואס די "כבוד" האט מיר איבערגעלאזט האסטו אויפגעשטורעמט, איך פיל ווי אויסצושרייען מיט'ן גאנצן וועזן, ניין! ס'נישט געשמאקער צו זיין א נאר! דו האסטו געטוהן גאנץ א שוואכער ארבעט מיט'ן טשעריפיקן די זיסע טייל פון זיין א נאר, די ביטערקייט שרייט ארויס פון צווישן די שורות. און איך ווייס אז דיינע ווערטער זענען געזאגט געווארן האלב ציניש אבער דאך פיל איך אז זיי פארלאנגען אן אנטווארט.

אפשר זאגסטו דיין פוינט אין קורצן?
איך האב געליינט די גאנצע מגילה און איך בין נישט זיכער ווער עס איז מער צומישט, איך אדער דו.

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 12:03 pm
דורך שמעקעדיג
דערמאנט מיר דעם אשכול
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=13&t=3772

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 12:31 pm
דורך שמן למאור
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
אן ענדליכע מעשה האב איך געהאט בשעת'ן ברענען אינעם קדישת הסוכה, ביז איך האב געכאפט אז די שלאק איז נאך העכערן סכך...

...

דערמאנט מיר א מעשה פון רבי יודל דזיקיבער. וואס האט אריין געפלאמט אין א מצות סוכה. מיט די עילו אושפיזון און קידוש. שפעטער האט די גבאי געזאגט אז די שלאק איז געווען פארמאכט. האט ער געזאגט מרוב עניוות בזה הלשון "איך האב שוין געמיינט אז איך כאפ מלאכים"

איך פלעג מיר וואנדערן אלץ בחור׳ל אין ישיבה קטנה. ווען איך פלעג לערנען רציפות האב איך געפילט ווי עפעס א כעמיקאל לויפט אין מיין קאפ און איך פיל מיר עפעס א כלומערישע געשמאקייט אין דאס אז מען איז נישט מפסיק פון לערנען און נישט געקענט דערליידן דברים בטלים יענע מינוט. למעשה האב איך געזעהן אז שפעטער ווען איך האב מיר געלערנט א פאך און מען האט געדארפט זיין שטארק פאקוסירט אין זיך לערנען האב איך עפעס געפילט די זעלבע געשמאקייט וואס איך האב געפילט בשעת לערנדיג רצופות אין ישיבה.

איך האב נאך נישט פרובירט מעדיטאציע. אבער לכוארה איז עס די זעלבע געפיל וואס מהאט ביי שטילע שמונה עשרה ווען מען דאווענט מיט פארמאכטע אויגן און מ שאקלט די קאפ גענוג שנעל אז כעמיקאל׳ס זאלן פליען אין קאפ..

אין אגב ווען איך פלעג מיר אנטרונקען האב איך אייביג געפילט עפעס נענטער צום באשעפער. צו מיטן דאווענען צו מיטן פלאמען אין א מצוה. לכוארה שפילן דאן בעסער די כעמיקאל׳ס אין קאפ
די טעם וואס מען שפירט ביים לערנען תורה איז עפעס אנדערש, און די חילוק איז טאקע דאס וואס די ברענגסט ארויס, וכמו כן מבאו בהקדמה להספר אגלי טל להאבני נזר, אז די טעם איז א פשוטע גשמיות'דיגע הנאה פון שטאדירן און באקומען וויסנשאפט, עס איז נישט עפעס א הויקעס פויקעס הנאה וואס מען דארף זיך איינרעדן אז מען שפירט בשעת למשל מען שאקעלט א לעמען מיט צווייגן סוכות אידערפרי

איך האב געהערט אן אמת'ע מעשה פון די בעל המעשה אליינס, ער איז געווען א פרימער איד וואס האט געוואוינט אין חיפה אין די ערשטע יארן פון די מדינה, ווען די כפירה און שנאת הדת האט געבוזשעוועט אויפן העכסטן פארנעם,
האט ער אמאל שבת נאכמיטאג אריינגעגאנגען צו זיין שכן אינדערהיים -א גענצליך פרייע איד- מחמת איזה סיבה,
און ער האט געזען ווי ער זיצט אויפן קאויטש מיט די פיס אויף מיט א ציגארעטל אין דער האנט אין זיצט און הארעוועט איבער א שטיקל גמרא
ער געט א פרעג מיט איבעראשונג "וואס איז דאס"? ענטפערט אים די שכן "די טעם פון א בלאט גמרא וואס איך פלעג שפירן אין ישיבה דאס קומט נישט צו צי גארנישט" מילא דאס גיב איך נישט אוועק אזוי שנעל

די איד האט אונז פארציילט אז ער האט עס איבערפארציילט פאר ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, האט ער ראגירט דערויף, יא! איך האב געקענט אפאר אזעליכע אידן...

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 12:39 pm
דורך שמן למאור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זיץ איך מיר אזוי אין קוואראנטין (יא, די COVID האט מיר ענדליך דערגרייכט...) און בליק איבער דיינע לעצטיגע תגובות, איך טראכט צו מיר יא רעאגירן נישט רעאגירן, ס'גלוסט מיר אבער נישט נאכאמאל אריינצוקריכן אין די ענדלאזע בלאטע וואס פירט נישט אין ערגעץ, רחצתי את רגלי איככה אטנפם, בכלל האב איך נישט וואס צו רעאגירן ווייל ס'איז ממש קולו של רבינו הקדוש מדברת מתוך גרונו של שמן למאור, וואס זאל איך מיר יעצט ארומטענה'ן מיט מיר אליינס? :D וואס דו האסט אבער דא געשריבן איז ממש נישט לרוחי, ס'איז אין רוח חכמים נוחה הימנו, דעם ביסל דעת וואס די "כבוד" האט מיר איבערגעלאזט האסטו אויפגעשטורעמט, איך פיל ווי אויסצושרייען מיט'ן גאנצן וועזן, ניין! ס'נישט געשמאקער צו זיין א נאר! דו האסטו געטוהן גאנץ א שוואכער ארבעט מיט'ן טשעריפיקן די זיסע טייל פון זיין א נאר, די ביטערקייט שרייט ארויס פון צווישן די שורות. און איך ווייס אז דיינע ווערטער זענען געזאגט געווארן האלב ציניש אבער דאך פיל איך אז זיי פארלאנגען אן אנטווארט.

ערשטנס, דו שרייבסט אז דו ביזט אויפגעקלערט געווארן פונעם אינטערנעט, און די אויפגעקלערטקייט לכתחילה ארויפצוגיין אויפ'ן אינטערנעט האסטו אויך באקומען פון די אינטערנעט? כ'מיין וועמען נארסטו דא? וויפיל אידן קען איך וואס זענען אנגעקלערט געווארן נאך פאר די גוגל הדור איז געווארן רשכבה"ג, און וויפיל תמימות'דיגע בחורים און מיידלעך קען איך פון קרייזן וואו סמארטפאונס איז א נייטראלע אייטעם און זיי ווייסן ניטאמאל מיט וואסערע מכשול זיי דרייען זיך ארום אין טאש. ס'נישט אז די אינטערנעט מאכט אויפגעקלערט, פארקערט, אויפגעקלערטע מענטשן גייען אויפ'ן אינטערנעט, גענוג מיט די בולקרעפ, שוין.

צווייטנס, נמחק, כפירה ואפיקורסות רח"ל
איך פראביר שוין מיט גוטן און מיט בייזן דיר צירוק אריינצושלעפן דא אין שטיבל, ענדלעך איז עס מיר געלונגען,
עס איז שוין נישט קיין נפק"מ וואס איך האב געשריבן, די עיקר איז די ביסט דא צירוק...
יעצט צו האבן 5001 תגובות איז דאך נישט צום זאך, וועסטו מוזן אכ"פ דערגרייכן א רידעכיגע נומער ווי 6000 תגובות,
איך וואלט געזאגט אז 10,000 איז מער רינדעכיג....

בענין דיין לאנגע מגילה,
איך האב עס נאר איינמאל שנעל דורכגעקוקט פאר די מנהל האט עס פארמעקט, ממילא געדענק איך נישט געניג צו קענען מגיב זיין

קענסט עס איבערשרייבן אהן די דברי כפירה.... ;)

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 12:40 pm
דורך היסטאריע
וכמו כן מבאו בהקדמה להספר אגלי טל להאבני נזר, אז די טעם איז א פשוטע גשמיות'דיגע הנאה פון שטאדירן און באקומען וויסנשאפט
ווי שטייט גשמיות? אינטעלעקט איז רוחני.

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 12:45 pm
דורך שמן למאור
מי אני האט געשריבן:
דאס איז וואס דר. אַיאַלאַ פעדער ברענגט צו אין איר בוך איבער וואס איינער ״מאטי״, פון די ״באהאלטענע אפיקורסים״, האט געשריבן:
איך האב גארנישט געוויסט אז עס איז דא א כת פון באהאלטענע אפיקורסים!
איז דא דוקה ל"ו, אזוי ווי די צדיקים נסתרים? ווער שפייזט זיי? איז דא אזא אפיקורסישע לייב שרה'ס וואס זארגט זיך פאר זייער וואוילזיין?
זייער אינטערסאנט... :P

אבער ערנסט גערעדט, דער מוטי זאגט דאך אייזן שטארק, זייער ענדליך צו וואס איך שרייב דא,
נאר ער איז שוין אינגאנצן אן אפיקורס, מילא איז עס אלעס מיט א שטאפל ווייטער

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 12:57 pm
דורך פאר'ן דאווענען
שמן למאור האט געשריבן: ביז איך האב געליינט אט די מעשה:

אמאל זענען די חסידים פון ר' מענדעלע רימינאווער זיך צוזאמגענומען פאר א וויכטיגע מיטינג, און ארויפגעברענגט א שטארקע שאלה, מיר שוועבן אלע פרייטאג צונאכטס אין די עולמות העליונים, מיר שפירן קלאר דעם הייליגן לעכטיגן קדושת שבת, מען שפירט ווי די נפש און די רוח מיטן נשמה יתירה מאכן זיך באקוועם אינעם וואכנדיגן גוף, און ברענגען אריין מיט זיך דעם הייליגן שבת גייסט.. אבער.. איין מינוט!! אפשר איז דאס אלעס דמיון...? אפשר לעבן אונז אונטער א פאנטאזיע, און אונז זענען גארנישט אנדערש ווי די מענטשן אינעם משוגעים הויז וואס שפירן אויך ווי די רוחות שפאצירן אריין אין זיי...

האט מען מחליט געווען מען גייט מאכן א פראבע. מען וועט איבערדעקן די ביה"מ מיט די ווייסע טישטוכער, מען וועט אנטון די שטריימל און בעקיטשע, אנהייבן מיט א ברען הודו, דערנאך מנחה מיטן ערב שבת'דיגע נוסח, און דאן וועט מען מיט א ברען אנהייבן קבלת שבת מיטן לכה דודי, און ונראה מה יהיה...

אומר ועושה מען האט זיך אנגעגרייט צום פראבע, און אין א גרינעם דינסטאג האבן די חסידים געפראוועט די הייליגע תפלות פון שבת קודש.... און... יא!! זיי האבן אלע "געשפירט" דעם קדושת שבת פונקט ווי זיי פלעגן "שפירן" יעדע שבת!!!

אינגאנצן צובראכן, מיט א טרויער, זענען זיי אריין צום רבי'ן און פארגעלייגט זייערע טענות, הלמאי די גאנצע זאך איז פוסטע איינרעדענישן, מען קען שפירן "קדושת שבת" אינדערוואכן אויך... האט זיי די רבי בארואיגט און געזאגט, זארגט ענק נישט! די בגדי שבת האבן א כח אריינצוברענגען די קדושת שבת אפילו אינמיטן די וואך!!!!!

וואו האסטו געליינט די מעשה? איך זיך שוין די מקור דערצו א לענגערע צייט.
עס איז אביסל שווער צו גלייבן די מעשה, ווייל למעשה האבן דאך די מענטשן געוויסט טיף אין הארצן אז ס'איז נישט שבת. איז מיר אביסל שווער צו גלייבן אז זיי האבן טאקע געשפירט. משא"כ דיין חבר בערל, ער האט באמת געמיינט אז ער האט געהאט כשר'ע תפילין, האט ער טאקע געקענט שפירן.

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 1:00 pm
דורך שאלתיאל
@עצי שיטים, שטארק! דער זעלבע תמיהה האט מיר געגבערט יארן לאנג. דער פראבלעם ווערט נאך שווערער ווען מען טראכט אריין וואס מען פארדינט מיטן טראכטן ראיציאנאל, אפילו נאך יארן לאנג אריינטראכטן איז מען נאכאלץ נישט פארזיכערט אז מען וועט אנקומען צום אמת אין פאקט וועט דיין חבר אנקומען צו אן אנדערע מסקנא און די אליין וועסט עטליכע יארן שפעטער אנקומען צו אן אנדערע מיינוג ווען אויפן וועג פארלירט מען דער תמימות דער לויטערקייט און חיות און דער צייט וואס מיין חבר דינט דעם באשעפער מיט אמונה פשוטה מיט א פלאם פייער. אבער פארמאכן דעם קאפ און נישט טראכטן איז דאך אויך נישט קיין אפציע.

(נאכמער, עס איז באוואוסט וואס מען זאגט- דאכט זיך מיר אין נאמען פון ר' יונתן אייבשיץ- אויף די אנוסי ספרד אז די 'אמונה פשוטה' מענטשן האבן זיך אריינגעווארפן אין פייער אויף קידוש השם בעת די 'קלוגע ראצינאלע' חברה האבן זיך מערסטנס געשמד'ט.)

דאס איז וואס אדירנם האט געשריבן אין אן אנדערע אשכול און איך האב זיך שטארק אידענציפיטירט מיט זיינע ווערטער

אדנירם האט געשריבן: כלפי מה דברים אמורים?
@קאווע טרינקער האט געעפנט זייער א בייסיגער אשכול. א נושא וואס ציפט יעדן רעכטדענקנדן [תרתי משמע] מענטש'ס געוויסנביסן. א זאך וואס שאקלט אויף די סדרי בראשית. א טענה וואס שרייט זיך ארויס מתהומות נשיה: וואס ווילסטו גאט? מיר זוכן דיר צו פארשטיין, כדי צו זיין א מותר האדם מן הבהמה, און נאך מ'ווערט אן אדם - הייבן זיך אן די ספיקות. אלא מאי ווילסטו מיר זאלן זיין בהמות און עסן שיריים מיט א ברען?!
דאס איז די מאנענדע קשיא, די תירוץ ווידער איז נישט צום זאך [כאטש ווי כמעט אייביג, איז דא עפעס א נקודה שיש להוציא, ואכמ"ל], וכמו שהפריך בקדשו @פארוואס? ו@הוגה, ובדומה להם בעל המורה - @מיימון.

Re: איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 1:03 pm
דורך ברוינשטיין
אין קארצן: יא, ס'איז געשמאקער צו זיין א נאר.
ביסט אין פאסטקע.

Make the best out of it.

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 1:07 pm
דורך יאסל ראקאווער
ס'איז געזונטער/געשמאקער און א גוטע טשויס צו זיין א נאר ווי איידער א האלבע חכם. אבער א גאנצע חכם וועט אוועק ווארפן כל הון דעלמה ווי איידער צוריק אריינצוגיין אין פיש טאנק און אוועק ווארפן זיין חכמה.

Re: איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 1:11 pm
דורך ברוינשטיין
יאסל ראקאווער האט געשריבן:ס'איז געזונטער/געשמאקער און א גוטע טשויס צו זיין א נאר ווי א האלבע חכם. אבער א גאנצע חכם וועט אוועק ווארפן כל הון דעלמה ווי איידער צוריק אריינצוגיין אין פיש טאנק און אוועק ווארפן זיין חכמה.
דאס אז ער איז נישט גרייט צו ווערן אויס קלוג מיינט נאכנישט אז ער האט א גוטע לעבן.

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 1:16 pm
דורך שאלתיאל
דא האט הרב מיכאל אברהם א סעריע ארטיקלען ווי ער טיילט אפ צווישן 'רעליגיעזישקייט' און 'אידישקייט', ער טענה'ט אז די 'רעליגיעזע געפילן' (שפירן קדושת שבת, שאקלען ביים דאווענען וכו') זענען לאוו דווקא א חלק פון אידישקייט און צייגן נישט אויף א קשר מיטן באשעפער.

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 1:20 pm
דורך יאסל ראקאווער
ברוינשטיין האט געשריבן:
יאסל ראקאווער האט געשריבן:ס'איז געזונטער/געשמאקער און א גוטע טשויס צו זיין א נאר ווי א האלבע חכם. אבער א גאנצע חכם וועט אוועק ווארפן כל הון דעלמה ווי איידער צוריק אריינצוגיין אין פיש טאנק און אוועק ווארפן זיין חכמה.
דאס אז ער איז נישט גרייט צו ווערן אויס קלוג מיינט נאכנישט אז ער האט א גוטע לעבן.


א געזונטע פאר פוס אבער אין תפיסה א גאנץ לעבן איז נישט בעסער ווי די טויט. זיכער נישט בעסער ווי לעבעדיג אין א ווילטשעיר. אוודאי textual מיט פיס איז עס מער געזונטער אבער מ'דארף זיין א גאר גרויסע נאר צו זאגן אז דאס איז א בעסערע לעבן ַַ


אז מרעדט שוין.. דאס איז אמאל זיכער גאט וויל נישט עובדי השם נאראנים. ווען יא נעמט ער אוועק אונזער שכל.

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 1:33 pm
דורך ברוינשטיין
@עצי שיטים, דו דערמאנסט מיך פון איינע פון מיינע ערשטע עסייען וואס איך האב מיך פארשריבן, איך האב עס קיינמאל נישט צוגעענדיגט וויבאלד איך בין שוין נישט אין יענע stage of life, אבער קענסט עס ליינען און זעהן אז דו ביסט נישט דער איינציגער, ס'איז באמת נישט גרינג, איך ווייס, בקיצור ליין און האב הנאה:

יענע צייט אין לעבן (ווען איך האב דאס געשריבן) בין איך געווען געפערליך צעשאקלט.
---


צעקה ואיש לא ישמע.

ווען איך נעם די פעדער'ל אין האנט ווילן מיינע לונגען וויינען מיין גארגל הויבט אן אראפשלינגען דאס ווייניג שליים וואס מיין צונג האט איר שווערליך געשיקט, אבער מיין פארשטאפטע קאפ האלט איהם מיט מאכט צוריק אן קיין לאגישע סיבה, וויין וויין בעט זיך די ווייכערע חלק פון מיין הארץ, ס'איז גוט פאר דיר, ס'וועט דיך לינדערן דיינע גייסטישע שמערצן, ניין ניין איך קען נישט, זאגט מיין הארטע מוח מיט גאווה.

די מוסקלען פון מיין מויל און באקן הויבן אן נאכצולאזן, מיינע לונגען ווערן איבערגעפילט דורך א טיפע און ערשיטערטע אטעם וואס טוט שטארק דריקן, מיינע אויגן קוקן אויף אראפ בשעת וואס די הינטערשטע רייע ציינדלעך פארלאזן די אויבערשטע רייע, די הענט מיינע ציען זיך אויס אין א פריוו צו לינדערן מיין דרוק אבער טראסקען זייער שנעל צוריק אויף מיין שויס. א געפיל פון יאוש און באגלייטונג מיט פארזינקענע מחשבות צאפן אויס דאס לעצט פארבליבענע ענערגיע וואס איז מיר פארבליבן. וואס וועט זיין? איך האב שוין נישט קיין עתיד, איך בין מאכטלאז אנטקעגן מיינע ספיקות וואס לויפן באקוועמערהייט ארום אין מחשבה, ווי איז מיין תמימות? פאר וועם, פארוואס, ענדלאז? איך וויל אזוי שטארק וויינען, ארויסלאזן מיין פּיין פון מיר, אבער איך קען נישט, ס'גייט מיך נישט, מיין מוח איז אזוי פארוועלקט, עס טוט אויסלעשן מיין געזונטע נארמאלע הארץ, דאס נפש מיינער איז שוין פארשלאסן און טרוקן, איך שפיר נאָמב.
איך האלט ביי א מצב ווי איך קען נאר שרייבן און נישט וויינען. אפשר איז מיין גוף פשוט טרערן-לאז...

לאמיך אייך אהיים טראגן צום גליקליכן אמאל, ווען אזאנע געשריבענע טעקסטן האב איך בלויז געלייענט און נישט פארשטאנען, איך האב נישט באגריפן אז דאס קען זיין א מציאות, ווייל מיין יונגע נפש'ל איז געווען ציכטיג און ווייס, אזוי איידל און צעפרידן, א לעכטיגקייט וואס האט געשיינט אין מיין הארץ און אויף מיין פנים צוגלייך, אַן אינערליכע צעפרידנקייט וואס איז געשווימען אין גליק ווי בלעטלעך אויף ים כוואליעס מיט א אמת'ע הנאה פון א לעבן אנגעפילט מיט געזונטע אמביציעס און ריינקייט.

געלעבט האב איך אין מיין צופרידענע וועלט'לע וואס גיבט זיך אפ מיט אמונה און געטליכקייט. יאר נאך יאר בין איך אויפגעוואקסן שענער און גרעסער, אזויווי איך זעלבסט האב ערווארטעט פון מיר, כאטש וואס איך בין נישט געווען דער גרויסע מתמיד אדער איבערגעפרימטער, בין איך געווען פונקט פארקערט כ'האב אַלץ געהאט א אפענע קאפ וואס האט ליב געהאט צו הערן נייע מושוגים, רעיונות און חידושים, זיי פלעגן מיך שארפן מיין יונגע ענערגישע שכל וואס האט זייער ליב געהאט פיליזאפישע געדאנקען, הן אין וועלטליכע ענינים והן אין די וועלט פון רוחניות וחסידות.

ווי פארשטענדליך ביי א גאר יונגע עלטער בין איך שוין מקורב געווארן צו מיין נייע וועלט'לע וואס הייסט ברסלב, דארט האב איך אנגעהויבן באקומען א נייע וועג פון טראכטן, כ'האב אנגעהויבן הערן נייע געדאנקען וואָס פון אנפאנג האב איך עס ניטאמאל געקענט פארדייען, זיי זענען געווען פרעמד פאר מיך ווי א דרויסענדיגער שבט... איך האב באמת מורא געהאט אז איך האב מיר אנגעשטויסן אין א נייע רעליגיע, איך בין געווען א יונג ביימל פון קוים פערצן יאהר אלט וועלכע פלעגט נעמען זאכן זייער אבסאלוט און דיסציפלענירט,
אבער מיט אביסל צייט, און נאכן זיך אויסשמועסן מיט די מער עלטערע ברסלבער חסידים בין איך געווארן מער און מער באקוועם מיט די נייע סארט השקפה וואס פון אנהויב האב איך עס אנגעקוקט מער לינק און זייער ליבעראל.

נאר א קליינע משל וויאזוי מיין בליק אויף ברסלב איז דאן געוועזן, וואס מיינט דאס אז רב נחמן וועט ארויסשלעפן פון גיהנום? הייסט דאס אז מען קען זינדיגן און נאכדעם ווערט אלעס אפגעמעקט? און וואס איז מיט די אלע גדולים וואס זענען ארויס שארף אנטקעגן ברסלב?
ניין, האט מיך אן עלטערע ברסלבער יוד מסביר געווען. דו דארפסט פארשטיין אז ביידע זענען אמת, יא פאר געוויסע איז ברסלב טאקע נישט געמאכט ווייל זיי זענען גאר דערהויבענע אידן און זיי ברויכן נישט אזויפיל התחזקות, זיי קענען זיך דערהאלטן אן דעם אויך ("אזוי מיינען זיי נעבעך", האט ער מיר סארקאסטיש אריינגעמורמלט אין אויער),
אבער אונז קליינע מענטשעלעך, אוי אוי אוי, ווי מען דארף דאך אזויפיל חיזוק, די רבי זאגט מען זאל זיך דראפּעווען אויף גראדע ווענט, יא יא ס'איז א שווערע דור אבער אונז האבן א רבי וואס זאגט אז ער איז די רבי פאר רשעים, זוך דיין נקודה טובה און רעד צום באשעפער וואס אימער דו ווילסט, אפילו אויב דו האלסט אינמיטן טון אן עבירה קענסטו רעדן צו די אייבערשטער!
וואס? אפילו אינמיטן א עבירה?
יא יא יא, דעמאלט אויך! יא, דער גאט וואס זאגט דיר נישט טון די עבירה, די זעלבע גאט זאגט רעד צו מיר אפילו אינמיטן זינדיגן, ביסט אזא לעכטיגע נשמה דיין פנים שיינט ביסט א צדיק!.. קרינדש...

אבער וואס הייסט דאס אז די רבי וועט ארויסנעמען פון גיהנום? איך קען יעצט זינדיגן אויב וועל איך גיין אויף אומן ראש השנה...
---

איך האב עס קיינמאל נישט צוגעענדיגט וויבאלד איך בין שוין נישט אין יענע stage of life.

אוי ...איז דעס געווען צייטן, wow

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 2:15 pm
דורך רביה''ק זי''ע
עצי שטים האט געשריבן: איך פראביר שוין מיט גוטן און מיט בייזן דיר צירוק אריינצושלעפן דא אין שטיבל, ענדלעך איז עס מיר געלונגען,
עס איז שוין נישט קיין נפק"מ וואס איך האב געשריבן, די עיקר איז די ביסט דא צירוק...
יעצט צו האבן 5001 תגובות איז דאך נישט צום זאך, וועסטו מוזן אכ"פ דערגרייכן א רידעכיגע נומער ווי 6000 תגובות,
איך וואלט געזאגט אז 10,000 איז מער רינדעכיג....

בענין דיין לאנגע מגילה,
איך האב עס נאר איינמאל שנעל דורכגעקוקט פאר די מנהל האט עס פארמעקט, ממילא געדענק איך נישט געניג צו קענען מגיב זיין

קענסט עס איבערשרייבן אהן די דברי כפירה.... ;)
כ׳האב עס דיר געשיקט אין פריוואט, ביזט מכובד עס איבערצושרייבן אן די דברי כפירה. עכ״פ איך האב שוין געזאגט וואס איך האב צו זאגן, זעהט אויס אז די דברים היוצאים מן הלב האבן אנגערירט א רויע נערוו. אז נישט איז נישט, זייטס מיר אלע לחיים ולשלום.

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 2:19 pm
דורך יואליש
עצי שטים האט געשריבן: אמאל זענען די חסידים פון ר' מענדעלע רימינווער זיך צוזאמגענימען פאר א וויכטיגע מיטינג, און ארויפגעברענגט א שטארקע שאלה, מיר שוועבן אלע פרייטאג צינאכטס אין די עולמות העליונים, מיר שפירן קלאר דעם הייליגן לעכטיגן קדישת שבת, מען שפירט ווי די נפש און די רוח מיטן נשמה יתירה מאכן זיך באקוועם אינעם וואכנדיגן גוף, אין ברענגען אריין מיט זיך דעם הייליגן שבת גייסט.. אבער.. איין מינוט!! אפשר איז דאס אלעס דמיון...? אפשר לעבן אונז אינטער א פאנטאזיע, און אונז זענען גארנישט אנדערש ווי די מענטשן אינעם משיגאים הויז וואס שפירן אויך ווי די רוחות שפאצירן אריין אין זיי...

האט מען מחליט געווען, מען גייט מאכן א פראבע, מען וועט איבערדעקן די ביה"מ מיט די ווייסע טישטעכער, מען וועט אנטון די שטריימל אין בעקיטשע, אנהייבן מיט א ברען הודו, דערנאך מנחה מיטן ערב שבת'דיגער נוסח, און דאן וועט מען מיט א ברען אנהייבן קבלת שבת מיטן לכה דודי, און ונראה מה יהיה...

אומר ועושה מען האט זיך אנגעגרייט צום פראבע, און אין א גרינעם דינסטאג האבן די חסידים געפראוועט דעם הייליגן תפילות פון שבת קודש....און... יא!! זיי האבן אלע "געשפירט" דעם קדישת שבת פינקט ווי זיי פלעגן "שפירן" יעדע שבת!!!

מיט א טרויער זענען זיי אריין צום רבין און פארגעלייגן זייערע טענות, הלמאי די גאנצע זאך איז פיסטע איינרעדענישן, מען קען שפירן "קדישת שבת" און די וואכן אויך,
האט זיי די רבי געזאגט, זארגט ענק נישט, די בגדי שבת האבן א כח אריינצוברענגען די קדישת שבת אפילו אינמיטן די וואך!!!!!

האבן זיי טאקע אפגעקויפט דעם תריץ פון זייער רבין??
ס'שטעקט אן אמת אין די ענטפער. בגדי שבת איז א חלק פון אריינגיין אין "קערעקטער." און יעדע קליינטשיגע דעטאל גייט אריין און recreating אן עקספעריענס.

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 3:32 pm
דורך שאלתיאל
יאסל ראקאווער האט געשריבן:
ברוינשטיין האט געשריבן:
יאסל ראקאווער האט געשריבן:
אז מרעדט שוין.. דאס איז אמאל זיכער גאט וויל נישט עובדי השם נאראנים. ווען יא נעמט ער אוועק אונזער שכל.
די וואלסט געווען גערעכט אויב גאט וואלט געגעבן פאר יעדן איינעם גענוג שכל צו קענען זיין ראצינאלע עובדי השם אבער וואס זאל מען טון אז ביי רוב מענטשן איז עס נישט אזוי, אפילו אויב זיי ווילן קענען זיי נישט פארשטיין..