בלאט 1 פון 1

והיה עיניך רואות את מוריך 2022‎‎

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 7:54 pm
דורך קהל'ס נער
הרב פינטו האט זיך היינט געטראפן מיט הרב שמעון לברון, אדמו"ר מענביעי והגלילות, צדיקים זאגן אז אויב רב פינטו וועט זיך טרעפן מיט מעדאנע (madonna) וועט זיין אזא שלימות אז משיח וועט מיזען קימען.

אינטערסאנט צי ס'וועט זיין בילדער אין די היימישע אויסגאבעס פון די באזיך.

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 8:28 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: הרב ר' שמעון לברון איז שוין א חסיד פון הרב פינטו מלוב"ן נישט פון היינט. נאר מיט עטליכע יאר צוריק ווען א גרויסער טיעם האט איהם גויפגעסיינט איז ער געגאנגען צו א ברכה ולעצה ותושי' צו הרב פינטו שליט"א. וראה זה פלא. ער האט גאוואונען א סאך געימס. און געסקאורט א סאך פוינטס פאר זיין טיעם. שטייצעך. ער האט איבערגעלאזט א שיינעם פדיון.

נשלח: זונטאג מאי 22, 2022 8:41 pm
דורך פאלגזאם
איך גלייב נישט אז די היימישע בילדער מאגאזינען וועלן עס האבן.
עס לייגט זיך נישט אויפן שכל.
עס וועט זיי בלויז שאדן מאכן.

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2022 10:56 am
דורך היכי דמי
די בילד איז נעכטן נאכט ביים חתונה פון א קינד פון די גרויסע ביליאנער דזעי שוטענשטיין.

ביי די חתונה האט זיך אויך באטייליגט הרב סאל ווערדיגער פון גור.

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2022 7:59 pm
דורך קהל'ס נער
היכי דמי האט געשריבן:די בילד איז נעכטן נאכט ביים חתונה פון א קינד פון די גרויסע ביליאנער דזעי שוטענשטיין.

ביי די חתונה האט זיך אויך באטייליגט הרב סאל ווערדיגער פון גור.
ביי די חתונה האט זיך אויך באטייליגט הרב סאל ווערדיגער, יושב ראש ארגון תומכי טרור.