די הלכה לאַבאָראַטאָריע
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
די הלכה לאַבאָראַטאָריע
מיט גרויס עקסטאז טוהט כלל ישראל באגריסן דעם גרינדונג פון די הלכה לאַבאָראַטאָריע, וואס וועט קענען ענדליך ברענגען לייזונגען צו אור-אלטע הלכה פראבלעמען מיט א גענצליך סייענטיפישע מעטאד.
די בשורה פונעם נייעם לאבראטראריע האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט אינערהאלב צענליגע כוללים להוראה ארום די וועלט-קוגל, ענדליך וועט מען קענען לייזן לאנג-יעריגע אומ-פארענטפערטע הלכה שאלות מיט א קלאר שווארץ-ווייסן ענטפער.
די יסוד פונעם לאבאראטאריע איז געבויעט אויף א סייענטיפישע שטודיע וואס איז פאבליצירט געווארן מיט יארן צוריק, נעמליך אז מיט קירליאנע פאטאגראפיע קען מען זעהן אן אונטערשייד אין די אאורא ארום דעם מענטש'נס קערפער.
לויט די שטודיע, קען מען דערכאפן אן "אאורא" - אן אולטרא-ווייאלעט שיין וואס ווערט נישט געזעהן אין געווענליכע בילדער - דורך א ספעציעלע סארט פאטאגראפיע מעטאד, וואס הייסט "קירליאנע פאטאגראפיע".
די פארשער האבן פאטאגראפירט א מענטש אן קיין תפילין און דערנאך מיט תפילין, און צוגעגלייכט די רעזולטאטן, און מ'האט געזעהן א קלארע אונטערשייד צווישן זיי, די בילד מיט די תפילין איז געווען אן אאורא וואס איז נישט געווען אין די בילד פונעם זעלבן מענטש אן קיין תפילין.
דער דאזיגער שטודיע איז געווארן פאבליצירט אין עטליכע פלעצער (צווישן זיי אין המודיע ארטיקל) און עס איז געווארן גענוצט אלס א חיזוק אין אמונה, נעמליך - דער אאורא איז א קלארע סיגנאל פון די מעטא-פיזישע וועלט - די נשמה ווערט טראנספארמירט אין פיזישע ליכט שטראלן וואס קען נאר ווערן געכאפט מיט ספעציעלע סענסָארס.
די הלכה לאבאראטאריע וועט נעמען אט דעם פעסטגעשטעלטן סייענטיפישן פאקט א שטאפל ווייטער. פארוואס זאל עס נאר ווערן גענוצט אלס א חיזוק אין אמונה פאר מענטשן וואס האבן ספיקות און זוכן סייענטיפישע חיזוק, מ'קען עס נאכמער נוצן אלס א קלארער מכריע אויף הלכה שאלות.
פאלגענד איז א ליסט פון שאלות וואס גייען ענדליך ווערן קלאר און גע'פסק'נט, לאנג יעריגע הלכה'דיגע ויכוחים און מחלוקת'ן וועלן ווערן געלייזט מיט א פשוטע טעכנישע מעטאד בשעת יעדער וועט קענען נאכקוקן דעם פראצעדעור.
די ערשטע ליסטע פון שאלות וואס וועלן ווערן פארענטפערט איז אין הלכות תפילין אליינס, זעלבסטפארשטענדליך - נישט קיין כשר'ע תפילין וועט נישט ווייזן אט דעם "אאורא", אידן וועלן מער נישט דארפן אויסגעבן שווערע געלטער אויף צוויי פָאר תפילין פון רש"י און רבינו תם, כלל ישראל וועט קענען קלארשטעלן וועלכע שיטה איז די ריכטיגע, און מ'וועט נישט דארפן לייגן מער ווי איין פָּאר תפילין.
צענדליגער אנדערע שאלות אין הלכות תפילין ווערן אינאיינוועגס ווערן איבערגעקוקט און געלייזט. אין אן אויגנבליץ וועלן הונדערטער בלעטער אין הלכה ווערן אומרעלעוואנט, ווען מיר קענען קלאר מכריע זיין וועלכע תפילין איז כשר און וועלכע איז פסול.
דערנאך, אלע שאלות אין הלכות סת"ם, די לאנג-יעריגע מחלוקת'ן אין צורת האותיות - וואס איז נישט נאר נוגע פאר תפילין נאר אויך פאר מזוזות, ספרי תורה און אנדערע כתבי הקודש.
אבער פארוואס זאלן מיר זיך אפשטעלן דא, מ'קען עס נעמען א שטאפל ווייטער, אויב ווייסן מיר איז "לילה לאו זמן תפילין" (הלכה'דיג איז ביינאכט נישט קיין צייט פון תפילין), מיינט דאס זיכער אז דער שיין פון די מצוה וועט נישט ווערן אקטיוויזירט ביינאכט. אויב אזוי קען מען דאך וויסן און מכריע זיין אלע שאלות אין זמנים, מער נישט קיין שאלות אין בין השמשות, עס וועט קלאר ווערן וועלכע זמן מוצאי שבת איז ריכטיג. מער נישט קיין איבעריגע מחלוקת'ן ביי כלל ישראל.
ווידער, די נאכנאנדע טענה'רייען איבער גירות וועט קומען צו אן ענדע, אויב האבן מיר ביז יעצט נישט געוויסט וועלכע גירות איז כשר און וועלכע נישט, האבן מיר יעצט א גרינגע וועג צו בודק זיין אויב די שיין ווערט אקטיוויזירט ווען א מענטש וואס איז אדורך א רעפארמער גירות טוהט אן תפילין, די הלכה לאבראטאריע וועט קענען מכריע זיין וועלכע בית-דין איז א כשר'ער בית-דין און וועלכע נישט.
און דאס וועט אונז דערציילן בכלל די כשרות פון א ספעציפישע בית-דין די לעגיטימאציע פון א ספעציפישע דינאמינאציע אינערהאלב כלל ישראל, מיר וועלן דורכדעם קענען וויסן צו קידושין דורך א רעפארמער ראביי האט א הלכה'דיגן תוקף אדער נישט.
אויב קען מען מכריע זיין די כשרות פון א גירות, קען מען דאך אזוי אויך מברר זיין די כשרות פון א מקוה. און ווי א זייפן בלאז זענען אלע פארשידענע שיטות אין הלכות מקוואות פארשווינדן געווארן.
אזוי אויך, הונדערטער שאלות אין כשרות ווערן ווערן געלייזט, וויבאלד די הלכה איז אז תפילין קען נאר ווערן געמאכט פון טהור'דיגע בהמות, איז דאך דא א קלארע טעכניק צו מברר זיין די כשרות פון יעדע מין וואס זיין כשרות סטאטוס איז ביז יעצט געווען אומקלאר.
אזוי אויך פארשידענע שאלות אין הלכות שבת וועט גרינג פארענטפערט ווערן, אויב שבת איז נישט קיין צייט פון תפילין, קען מען דאך מברר זיין פונקליך ווען עס איז שבת, די קו התאריך שאלה וועט קלאר ווערן. און דערמיט פארשידענע שאלות אין יו"ט שני של גלויות.

אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
וועלקאם בעק @פארוואס, זייער שיין
איך מיין אז מען וועט קענען געוואר ווערן נאך אסאך זאכן,
מען וועט למשל לייגן תפילין מוצ"ש פאר די צוויי און זיבעציג אין קרית יואל, און אויב וועט מען זען אז די ליכטיגקייט ווערט אקטיוויזירט, וועט מען וויסן אז מהר"א איז נישט די מרא דאתרא
אזוי אויך וועט מען קענען הייסן א ציוני לייגן תפילין, און אויב קומט ארויף די ליכטיגקייט, איז א סימן אז די ציונים זענען יא אידן
אבער ערנסט גערעדט, מיין איך אז מען קען נישט פסק'ענען לויט עפעס נייע שטראלן וואס מען האט ערפינדן

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: די הלכה לאַבאָראַטאָריע
אגב רוב ראשונים האלטן אז לילה זמן תפילין.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
נו, וועט די לאבראטאריע אויך קענען ענטפערן דערויף, מוועט טעסטן אין א צייט וואס איז זיכער נאכט.כרם זית האט געשריבן:אגב רוב ראשונים האלטן אז לילה זמן תפילין.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- ברוינשטיין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 404
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל
Re: די הלכה לאַבאָראַטאָריע
איך גיגל פאר געלעכטער!
___
כ'ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב קיינמאל נישט געגלייבט אין די זאכן, כ'האב אויך געהערט פון דעם אמאל. בקיצור איך דארף נישט יעצט סתם פלוידערן ווייל דיין ארטיקל ברענגט עס ארויס זייער קלאר.
וואס איך וואונדער זיך יא איז, ווער איז דער וואנזוניגער פארשוין וועלכע האט באשלאסן צו ליפטערן אזא גראבע ליגנט פאר כלל ישראל? וואס זענען זיינע מאטיוון?
נאכמער, וואס איז פשט אז אזא גרויסע צייטונג ווי די המודיע זאל דאס שרייבן?
#פעיק-נוז
___
כ'ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב קיינמאל נישט געגלייבט אין די זאכן, כ'האב אויך געהערט פון דעם אמאל. בקיצור איך דארף נישט יעצט סתם פלוידערן ווייל דיין ארטיקל ברענגט עס ארויס זייער קלאר.
וואס איך וואונדער זיך יא איז, ווער איז דער וואנזוניגער פארשוין וועלכע האט באשלאסן צו ליפטערן אזא גראבע ליגנט פאר כלל ישראל? וואס זענען זיינע מאטיוון?
נאכמער, וואס איז פשט אז אזא גרויסע צייטונג ווי די המודיע זאל דאס שרייבן?
#פעיק-נוז
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
בנוגע די מחלוקת פון רש"י און ר"ת איבער די ריכטיגע תפילין, איז אינטערסאנט נאכצוברענגען וואס עס שטייט אין שו"ת מן השמים, א ספר פון שאלות ותשובות, וואס ר' יעקב הלוי ממרויש מבעלי התוספות, האט געשריבן, פון תשובות וואס ער האט באקומען פון הימל דורך פרעגן שאלות ע"י שאלות חלום, וז"ל:
ממילא קען זיין אז די ליכטיגקייט שיינט אויף ביי ביידע פאר תפילין אייניג...ועוד שאלתי על סדר פרשיות שבתפלין וכך הייתה שאלתי:
אנא המלך הגדול הגבור והנורא חכם הרזים מגלה נסתרות מגיד נעלמות שומר הברית והחסד, הגדל נא חסדך עמנו היום וצוה למלאכיך הקדושים להודיעני את אשר נסתפקנו בסדר פרשיות של תפלין. כי יש מהחכמים האומרים הויות באמצע ואם החליף פסולות, ויש מחכמים האומרים הויות כסדרן ואם החליף פסולות ועתה מלך מלכים צוה למלאכיך הקדושים להודיעני הלכה כדברי מי, ודברי מי אתה מחבב?
והשיבו: אלו ואלו דברי אלהים חיים וכמחלוקת למטה כך מחלוקת למעלה. הקב"ה אומר הויות באמצע וכל פמליא של מעלה אומרים הויות כסדרן..
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
א ענליכע מעשה דארף צי האבן געשעהן ביי מהר"א מבעלזא אז א קליין יונגעל האט געקענט כל התורה כולה, און מהר"א האט עים געגעבען א פליק אין נאז און ער האט אלעס פארגעסן, עד כאן המעשה.
גלייבט עס אויף אייער אייגענע אחריות.
לענינינו, וואלט מען געקענט מאכן די זעלבע טעסט מיט די יונגעל, צי ער קען ספרי הרב קוק אדער דברי יואל, מען ווועט זעהן צי ער קען די חידושי תורה פון מהר"א אדער מהרז"ל, צי ער קען זוהר, צי רב פאלק'ס פארנאגרעפי ספר, וכו'

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- ברוינשטיין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 404
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל
Re: די הלכה לאַבאָראַטאָריע
וואס איז דאס?קהל'ס נער האט געשריבן:א , צי רב פאלק'ס פארנאגרעפי ספר, וכו'
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
עוז והדר לבושה אויף צניעות פון הרב פאלקברוינשטיין האט געשריבן:וואס איז דאס?קהל'ס נער האט געשריבן:א , צי רב פאלק'ס פארנאגרעפי ספר, וכו'
לעצטנס האב איך געזען א ספר פון עם אויף הלכות שבת וואס א סקווערע אינגערמען האט ארויסגעגעבן פון זיין שיעור
מען קען זיך קוילערן פאר געלעכטער פון די לשונות דארטן
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924

- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: די הלכה לאַבאָראַטאָריע
וועלקאם בעק @פארוואס שיין דיך צו זעהן דא צוריק.
ס'געפעלט מיר זייער די טעכנאלאגיע. למשל אין אזא פאל ווי תפילין, ווי ס'פארהאן עטליכע מחלוקת און שיטות און אפילו מ'נעמט אן נאר ווי איינס, זעען נאכאלץ די אנדערע שיטות אמת אין א געוויסע וועג ווי דרוש וקבל שכר. אדער אזוי ווי @עצי שטים האט צוגעברענגט פון בעמח"ס שו"ת מן השמים אז אלו ואלו דברי אלהים חיים. יעצט איז מיין שאלה אויב די ליכטיגקייט באשיינט דעם מענטש לויט די איין און עכטע שיטה, דאן וואלט ווען דער מענטש געברויכט ארום גענומען ווערן מיט דעם ליכטיגקייט אויך ווען ער לערנט וועגן די אנדערע שיטות אפילו ס'נישט די אמת'ע הלכה, אפשר קען זיין אז עס זענען פארהאן עטליכע קאלירן? איינס אן אמת'דיגע און די איבעריגע מיט אנדערע קאלירן.
אפשר וועט מען טאקע קענען איינמאל פאר אלעמאל זעהן אויך ווער ס'גערעכט ביי הרב שלמה גורן רבנית הראשית היתר ממזרים מעשה! אבער אויך דארט וועט זיין די שאלה אויף די אלע רבנים וואס זענען ארויסגעגאנגן קעגן עם אזוי שארף האבן דאך אויך געמיינט דעם אמת, איז אויב אזוי ווער וועט דארט באקומען דעם אאורא? אפשר איז טאקע פארהאן מער פון איין קאליר??
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
ס'געפעלט מיר זייער די טעכנאלאגיע. למשל אין אזא פאל ווי תפילין, ווי ס'פארהאן עטליכע מחלוקת און שיטות און אפילו מ'נעמט אן נאר ווי איינס, זעען נאכאלץ די אנדערע שיטות אמת אין א געוויסע וועג ווי דרוש וקבל שכר. אדער אזוי ווי @עצי שטים האט צוגעברענגט פון בעמח"ס שו"ת מן השמים אז אלו ואלו דברי אלהים חיים. יעצט איז מיין שאלה אויב די ליכטיגקייט באשיינט דעם מענטש לויט די איין און עכטע שיטה, דאן וואלט ווען דער מענטש געברויכט ארום גענומען ווערן מיט דעם ליכטיגקייט אויך ווען ער לערנט וועגן די אנדערע שיטות אפילו ס'נישט די אמת'ע הלכה, אפשר קען זיין אז עס זענען פארהאן עטליכע קאלירן? איינס אן אמת'דיגע און די איבעריגע מיט אנדערע קאלירן.
אפשר וועט מען טאקע קענען איינמאל פאר אלעמאל זעהן אויך ווער ס'גערעכט ביי הרב שלמה גורן רבנית הראשית היתר ממזרים מעשה! אבער אויך דארט וועט זיין די שאלה אויף די אלע רבנים וואס זענען ארויסגעגאנגן קעגן עם אזוי שארף האבן דאך אויך געמיינט דעם אמת, איז אויב אזוי ווער וועט דארט באקומען דעם אאורא? אפשר איז טאקע פארהאן מער פון איין קאליר??
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
די נושא איז שוין ברייט אויסגעשמועסט געווארן דא אין שטיבל,קהל'ס נער האט געשריבן:א ענליכע מעשה דארף צי האבן געשעהן ביי מהר"א מבעלזא אז א קליין יונגעל האט געקענט כל התורה כולה, און מהר"א האט עים געגעבען א פליק אין נאז און ער האט אלעס פארגעסן, עד כאן המעשה.
גלייבט עס אויף אייער אייגענע אחריות.
לענינינו, וואלט מען געקענט מאכן די זעלבע טעסט מיט די יונגעל, צי ער קען ספרי הרב קוק אדער דברי יואל, מען ווועט זעהן צי ער קען די חידושי תורה פון מהר"א אדער מהרז"ל, צי ער קען זוהר, צי רב פאלק'ס פארנאגרעפי ספר, וכו'
@יידל (ז"ל) ברענגט טאקע פון די הקדמה פון ספר ידות אפרים, אז די אינגל האט געקענט נאכזאגן פון זיין ספר
און ווינדער איבער ווינדער, דער בלאט האט טאקע באשטעטיגט אז די אינגל האט נאר געקענט די תורות פון סאטמאר רב אבער נישט פון רב קוק...
דאכצעך אז ווען דער גלאק האט לעצטנס באשריבן די מעשה, האט ער געשריבן אז די ספר "חזון איש" האט ער יא געקענט נאכזאגן, אבער "אנדערע" ספרים האט ער טאקע נישט געקענט...
דארף מען טאקע קאנטאקטן דעם מאנדל פון נתניה פאר מער פרטים, דערווייל רעדט ער נישט, אבער איך מיין אז ער האט שוין געלאזט וויסן אז ווען ער קומט אן צו א געוויסע עלטער, וועט ער זיך נעמען רעדן (כ'מיין אכציג)
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
איז דאס דער זעלבע קאלירן תורה פין דער טעראפיסט גרין?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 72
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
איך האב געליינט וועגן דעם אלץ אינג בחור אין בוך "המהפך" זמיר כהן, די בוך האט מיר געגעבן שטארקע חיזוק פאר א לאנגע צייט, כאטש די פסודו-סייענס מיט וואס עס איז פול איז מיר געווען שווער צו גלייבן.
דא קען מען מיטהאלטען לייוו ווי מען איז בודק די "הילה" שטאפלען
בנוגע תפילין דר"ת ורש"י, איז טאקע לויט ר"י ממוריש וואלט מען אפשר טאקע געקענט מכריע זיין, לשיטתו אז מ'איז סומך אויף הכרעה מן השמים, וואס לכאורה איז דאס דומה צו דעם. אבער לויט די וואס נענען אן אז תורה לא בשמים ווייס'עך נישט.

- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
איך האב פארשטאנען אז די ארטיקל פון פארוואס איז געשריבן סארקאסטיש אבער איך זעה אז די עולם נעמט עס זייער ערנסט, @רביה"ק האט שוין ארומגערעדט ערגעץ ווי איבער די טענה אז מ'וואלט געדארפט קענען פראוון שאלות דורך סייענטיפישע מעטאדן, ווי למשל די שאלה ווי לאנג מ'דארף ווארטן צווישן מילכיגס און פליישיגס, ס'איז דאך באקאנט אז עסן נישט כשר'ס פארשטאפט די קאפ, סאו מ'קען מאכן א שטודיע צו זעהן וועמענס קאפ איז מער פארשטאפט געווארן, איינער וואס האט נאר געווארט א האלבע שעה אדער דער וואס האט געווארט נאר פינעף, וכדומה אזעלכע מינע טעסטס.