טויזענסטע תגובה.... אקעי?? צופרידן??

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

טויזענסטע תגובה.... אקעי?? צופרידן??

שליחה דורך לעמיל »

נאכן באקומען אומצאליגע פאני קאלס, גוגעל טשעטס, און אומגעהויערע טעראר סטראשונגען פון געוויסע יחידים דא, אז אויב איך שרייב נישט שוין נאך א תגובה וועט מען זיך נעמען מעקן מיינע פריערדיגע תגובות, כדי איך זאל מיך נישט קענען שפיגלען מער מיט מיין באליבטע 999 נומבער,
ענק ווילן הערן וואספארא דור חוצפה יסגי אונז זענען היינט, איינער דא האט נאך דו חוצפה מיך צו פארשלאגן, איך מיין זייט די שטיבל שטייט איז נאך נישט דערהערט געווארען אזא פארשלאג אז איך זאל שרייבען איין ווארט.... ענק הערן וואס דא טוט זיך? איין ווארט, און ער שיקט מיך שוין נישט די פייערלעשערס.... און דער מחוצף האט נאך די חוצפה מיך צו לייקענען אז נישט ער שיקט די קליינע קינדער קלאפן אויף מיין טיר און אוועקלויפן מיט א געלעכטער.... און אלעס וועגן איין תגובה פון מיר... אקעי, דא האסטו, נעם דיך. יעצט ביסטו צופרידן? און בכלל, נאך די אלע קאשמארן בין איך דען אין די גוסטע צו שרייבן עפעס גוטס? אויסדריקליך נישט!

הוי געואלד, וויפיל וואסער איז שוין דורך געלאפן די אושען זייט איך האב געשריבען מיין ערשטע תגבוה....
וויפיל פאר שיך האב איך צוריסן אין די קורצע צייט???
הוי באשעפער, וויפיל סטעיקס האב איך אריין געהאקט אין די צייט?
אויך מיך א גליק, טויזענסטע תגובה......
כאטש א ווארימע מזל טוב זאל איך באקומען אז איך שרייב יא....
איך האב נישט מער וואס צו צלייגען, אוקעי? צופרידן?

זאל איך עס שיקן?? ווייסטו וואס, איך שיק עס!!

געשיקט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מזל טוב!
און איך מיין עס האט זיך געלוינט צו ווארטן אויף די טויזענטסטע תגובה!
אפילו ס'איז א עקסטערע אשכול!!

זאלסטו מצליח זיין ווייטער מחיל אל חיל, ביז משיח'ס טאג!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אוי האט זיך עס געלוינט. ס'קומט מיר פאר א שטייגער פון אן עטלי וואס ווארט צו ברעכן א מייל-סטאון און זיצט ביי א נומבער וואס ער קען נישט עקאמפלישען. יעצט זעה איך אז דו האלטס שוין ביי 1007.
חברה גרייטס ענק אן פרישע מעטאדן אים ווייטער צו ריקן אויף ארויף...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שמיטה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך שמיטה »

לעמיל טייערע, קענסט שוין עפענען א פרישע אשכול לכבוד באקומען דיין 99'ציגסטע אדער 100'סטע לייק...

תלך מחיל אל חיל!
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

לעמיל, איך בין געווען זיכער אז דו ביסט דא מיט אן אנדערע ניק..
Under influence
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

און יעצט... 2000!!!!

שליחה דורך לעמיל »

צוויי טויזנט, שמיי טויזנט, אין קאפ אריין, אבער דאך... ביטע איך האלט שוין קע"ה ביי צוויי טויזנט תגובות! יא יא, אזוי ווי דו הערסט! איך האלט שוין קע"ה ביי צוויי טויזנט תגובות
[center]מ'מוז דאך עפעס מאכן לכבוד דעם פייערונג, סאו... איין מינוט! מוז מען דען???
ווער זאגט???[/center]
וואס עפעס עפענען אן אשכול לכבוד דעם?? אפשר פלעין איגנארירן דעם פאקט?!! אדער אפשר זאל דייקא יא יעדער עפענען אן אשכול
הוי געוואלד וויפיל וואסער איז דורך אין די אינדיען אוישען זייט מיין ערשטע תגובה??? וויפיל גרילס האב איך געמאכט זייט מיין ערשטע תגובה??? וויפיל צייט האב איך דא אוועק געגעבען און גענומען...??? וויפיל צוויי ווערטער האב איך צאם געפארט?? וויפיל נאר דריי ווערטער האב איך צאם געהאקט??? וויפיל קשיות צאמגעפרעגט?? וויפיל שמייכעלעך האבען אידען געגעבען לכבוד קאווע שטיבעל?? און איך זאל פלעין איגנארירן דעם פאקט אז איך בין אנגעקומען צו צוויי טויזענט??? ניין וועג!! איך וועל עפעס צאם האקען און שוין

קאווע שטיבל אזוי געשמאק און פיין, געקומען אהער בין איך צו גיין
אזאלכע געלונגענע שרייבערס דא געטראפען! חברים איינס בעסער פונעם אנדרען!
וועלען עינק דאך אלע וועלען וויסען, פארוואס יעצט צו זאגען איך דערמאנען,
וועל איך עינק מסביר זיין א הסבר א קלארען איז פארהאנען
עס שטייט לא יוכל לשלם מהקטנות שבקטנות מן הטובות שעשה, אלף שנים פעמים, ביי צוויי טויזענט דארף מען מכיר טובה זיין,

שמעקעדיג! ידען ! אזלכע געטרייע אחראים ווי נאך מ'קען טרעפען,
טייערע חברים כל אחד בשמו הטוב יבורך עס איז א נחת מיט אייך צו פארברענגען
ישר כח אויף אייער טייערע צייט וואס איר געט אוועק אונז צו מהנה זיין, א שמייכלע אויף אונזער ליפען ארויף צו לייגען
באריסטא! !java גבאי! גבאי שני! פון עינק חלילה צו פארגעסען כוחות מ'לייגט אריין זייער שווערע
לעמיל! כה לחי אונז זענען שטאלץ מיט דיך שרייב נאך און נאך כי מחכים אנחנו לך
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

מזל טוב לעמיל!! אזאנס? איינס און גוטס. זאל דיר דער באשעפער געבן גפ"ן און זאלסט ווייטער קענען מאכן פרייליך אונדז אלע!

לעמיל טייערער
עז פאר עז איי נאו
מען דארף דיר דא האבן
יעדער אן אויסנאם
לאז אונדז קיינמאל נישט איבער
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

טענק יא זר האסט געמאכט מיין טאג!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ער"ח לסדר "וכאן הבן שואל"...

לעמיל, דו ביסט א געוואלדיגע שטארקע כח פאר אונזער שטיבל,
קורץ און שארף, גוטע ווערטלעך און נייגעריגע שאלות, און פאסיגע תירוצים אויכעט
שואל כענין ומשיב כהלכה, משיב דברים נכוחים
אינטרעסאנטע אנעקדאטן, נייעס לאקאלע און ארץ ישראל'דיגע, נוצליכע עצות אויף פארשידענע ענינים
געבענטשט מיט וואל און פוטער און צוקער,
נאך 2,000 תגובות קומט אויך צו האניג מיט יאגורט,

ממש א מחי', גיי אן מיט א שטארקקייט,
מים עמוקים ידלם איש תבונה,
די טיפע פארווארפענע 2-3 ווערטער אשכולות כסדר ארויפשלעפן
און אונז אלע מחיה זיין...

מזל טוב!! הצלחה וברכה!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

לעמילע טייערע
מזל טוב
צוויי טויזנט
אסאך נחת
זאלסטו זעהן
ווייטער אונז
מהנה זיין
מאכן שמייכלן
הנאה האבען
שרייבן שיין
ליינן גוט
לאכן הויעך
טאנצן העכער

טעפל-קראספעדאנט פון צוויי ווערטער אשכול, לעמיל חזק!!!!
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

יישר כח פאר יעדער וואס פרייט זיך מיט מיין שמחה
דרך אגב עס איז צייט צו האבען דרך ארץ פאר מיך איך בין נישט לעמעלע איך בין ערעב לעמיל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בלשון חיבה זאגט מען לעמעלע.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט