טעכנעלאגישע רעוואלוציע

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
עולם הזה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2020 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

טעכנעלאגישע רעוואלוציע

שליחה דורך עולם הזה »

יעדער וואס האט נאר אמאל גענימען סיי וועלכער בילדער מאגאזין אין האנט האט זיך שוין אנגעשטויסן אין אט די פראבלעם. אנגעהויבן פון פשוטע צייטונג בילדער, ביז פראפעסיאנאלער שמחה בילדער וועלכע ערשיינט אין די וועכנטליכע אידיש-האַליוואָד אויסגאבעס.

די אישוּ איז נישט היינט געבוירן, בכלל נישט, ס׳גייט שוין צוריק א יובל יארן. אדרבה נעמט ארויס אן אוּר-אלטע אפגעגעסענע צייטונג וואס אלע עקן שיילט און ברעקלט שוין פון אלטקייט, יא די מיט עדווערטייזמענט געשריבן מיט קידוש-לבנה אותיות ״צירוּנגען פאַר גאָר צוּגענגליכע פּרײַזן״ יא יא בלעטער נאר אריבער צום לויה פונעם שטאט׳ס רב וואס האט צוזאמגעשלעפט א מאסן עולם צום לויה, גיב א נענטערע בליק אויף די קליינע ‏אותיות אינטערן בילד וועסטו זעהן דארט שטיין ״טייל פונעם ציבור״

די לאכסט?
גיי צו צום שאפע און נעם ארויס דאס סאמע-נייעסטע מאגאזין מיש אריבער צו סיי וועלכע בילד מיט א גרעסערן ציבור. נו נו… זעהסטו.

-א חלק פונעם ציבור
-טייל פון די באטייליגטע
-חלק מהקהל
-טיילווייזע בילד
-חלק פארזאמעלטע

רבותי מ׳האלט שוין יאַרע צוואנציג צוויי און צוואנציג און די אפגעהאקטע בילדער טוט פארנעמען אן אויבנאן אין אונזער אויסגאבעס.
גרויסע זיצונגען און פארזאמלונגען זענען שוין פארגעקומען מיט גרויסע קעפ און שושקעס וויאזוי צו לייזען די אפגעהאקטע-בילדער פראבלעם מיט וואס אונזער דור יתום איז געשלאגן.

אבער הערט רבותי, ס׳איז דא גוטע נייעס! א דורכברוך אין די טעכנעלאגישע וועלט: מיט די ערשיינונג פון א רעוואלוציענערישע פיקטשער-מאכער וועלכער פארמאגט אין זיך די לאנג ערווארטערטע נייע פיעטשער פון קענען נעמען ״גאנצע בילדער.״
יא! קוקט אויס ווי א חלום אבער פארט א פאקט. אין די יעצטיגע טעג ווערט עס ארום געליפערט אין אלע היימישע עלעקטעראנישע געשעפטן מיט א ספעצילע נידריגע לאונטש-פרייז.

די פראדוקציע פאר אזא טעכנעלאגישע אויפרייס איז בכלל נישט אנגעקומען אזוי גרינג, ס׳האט זיך פארלאנגט שווערע געלטער פאר שטודירונגען, און האט גענומען אן אפשניט פון איבער דריי יאר צייט פון פארשידענע טעסטונגען און פראדוקציע. און דאס אלעס האט נאר געקענט פארקומען אדאנק די הילף פונעם בארימטער איש חסד און פילאנטראפּיסט ר׳ אבא רייך וועלכע האט במיטב ליבו זיך געלאזט קאסטען.

ר׳ אבא האט קלארגעשטעלט אז די נייע קאמארע קוקט אויס ממש ווי נאכאיינס אין די מארקעט. ״ס׳מאכט נישט קיין שום עקסטערע גרודער, און וועגט גארנישט מער ווי סיי וועלכע אנדערע קאמארע״
ס׳איז ערוואטעט אז אין די קומענדיגע וואכן וועט מען אנהייבן זעהן גאנצע-בילדער אין די וועכענטליכע אויסגאבעס. ״עס קאסט טאקע א שטיקל מטבע איינצושאפן די נייע כלי, אבער וואס טוט נישט א מאגאזין צוצושטעלן די העכסטע קוואליטעיט סחורה פאר זיינע קאסטאמערס״

שהחינו וקימנו לזמן הזה.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

זייער שיין,
בשעת די קאוויד לאקדאון'ס האט די פאליציי אריינגעקלאפט ביים ... רבי אינדערהיים, מיט א טענה אז ער האט פארלעצן די קאוויד רעגולאציעס מיטן צאמנעמען מער ווי 10 מענטשן אין ביה"מ, און מען דארף אים ארעסטירן
די רבי שרייט, וואס עפעס?? עס איז געווען פינקט צען מענטשן, די רבי נעמט דערביי ארויס "די בליק" און ווייזט זיי "קוק וועסטו זען פינקט צען מענטשן"

זאגן זיי אים, קוק אבער אינטען, דא שטייט,
"א טייל פונעם ציבור"...!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

8-) :roll:
עס דערמאנט מיר זכרונות פון א מעשה אז איינער האט זיך אמאל אונטערגעהערט פון א טעלעפאן געשפרעך פון א געוויסן רשכבהג חדר מיוחד הערט ער ווי ער זאגט שניידן... פון די זייט...... פון די פיס..... בקיצור קודם האט דאס אויסגעזעהן ווי מען איז מזכיר א חולה און מען פרעגט חוות דעת קדשו צו מען זאל יא שניידן אדער נישט שניידן מיינענדיג א surgery בלעז, אבער למעשה ווי שטעלט זיך ארויס איז עס געווען די בליק צו דער וואך וואס האט געפרעגט ווי מען קען שניידן פונעם בילד.....
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

זאג פאר רבי אבא רייך אז ער זאל אויך מנדב זיין פארענטשעס וואס קומט שוין צוזאמען מיט די מענטשן דערויף, דאן וועט מען קענען נוצן דעם ספעציעלן קאמערא און ס'וועט זיין א דבר השלם.....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

Otzie shitim: But you didn't Capitalize ..."English"...If you're so intelligent...lol

Please take it as a joke...!
פארשפארט