בלאט 1 פון 1

די גרעסטע אידישע קולט

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2022 10:00 am
דורך [NAMELESS]
בס״ד

די גאנצע חרדי׳שע וועלט רוישט און רודערט איבער די נייעס וואס טוט זיך אפ אין גור. עס איז נישט קיין סוד וואס עס ליגט באהאלטן אונטער די גאנצע מערכה, און דאס איז פשוט. שוין יארן לאנג וואס ר׳ שאול אלתר שטייט ווי א דארן אין אויג פאר די קהילה, און אלע חסידים וואס פארמאגן עטוואס א ברייטערע קאפ צו פארנעמען, און אביסל מער ערנסטקייט און באוואוסטזיניגקייט, האבן שטענדיג געוואוסט אז ער שטייגט פאראויס פונעם רבי׳ן אין אלע הינזיכטן, און אזוי ארום האט עס גענומען א שטיק צייט ביז ווען די מערכה האט אנגעהויבן ברענען. א שפענדל און א שוועבל זענען צוגעלייגט געווארן צום מדורה און די סאמע גרעסטע חסידי׳שע מחלוקה האט אויפגעריסן ווי א וואולקאן בארג.

עס איז נישט אזוי וויכטיג אדורכצוגיין די דעטאלן פונעם מחלוקה, ווייל אויף דעם זענען שוין געשריבן געווארן גענוג און נאך ארטיקלען און אשכולות, אבער עס איז וויכטיג אז מען זאל נישט פארזען עטליכע וויכטיגע פאקטן אנבאלאנגט דעם מערכה, און אזוי וועט מען אביסל בעסער פארשטיין וואס עס קומט דא פאר, וויאזוי עס קענען ארויסגיין טויזענטע בחורים איבער די גאסן און טעראריזירן מענטשן דורך געוואלדעס און וואנדאליזאציע.

עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז קהילת גור האט זיך אלס ארויסגעשטעלט איבער די וועלט אלס א גאר אהערגעשטעלטע קהילה וואס זארגט זיך פאר יעדן איינע פון זייערע צענדליגע טויזענטע מענטשן. אויך האבן זיי זייער שטארק געארבעט צו בויען קשרים מיט אלע אנדערע גרויסע קהילות אינערהאלב די אגודה קרייזן, און עס לאזט זיך אפילו זאגן אז אלע אנדערע רבי׳ס האבן געהאט א געוואלדיגע רעספעקט פאר גור און זיך געלערנט פון זיי וויאזוי מען בויעט זיך נאציאנאל און וויאזוי מען שלאגט ווארצלען איבעראל, אנגעהויבן אין די רעגירונג און געענדיגט אינטערנאציאנאל איבער די וועלט אין אלע קהילות.

אבער אין גור זעלבסט האבן די חסידים קיינמאל נישט געלעקט קיין האניג. עס איז באקאנט די שטרענגע דרך וואס דער בית ישראל זצ״ל האט זיך געפירט מיט זיינע מענטשן, און אזוי פרובירט דער היינטיגער רבי צו פירן זיין געמיינדע. דער פראבלעם איז אבער אז דער היינטיגער גור׳ע רבי איז א שטארקער פאראנויד און ציטערט שטענדיג אז מען וועט פון אים אוועקנעמען. ער איז אלס געווען באקאנט אלס א שטארקער חסידישער חאניאק און פארפרומטער איד, און דאס איז אויך וואס אלע פורשים פון זיין קהילה ווייסן צו דערציילן, אז ער איז גאר ווייט פון א פארגרעבטער יונג. אבער זיין פאראנויע האט אים געפירט אין באד אריין און האט אים געמאכט פארוואנדלען זיין קהילה אין א קולט.

עס זענען פארהאנען פילע וועגן וויאזוי צו דערקענען א קולט, און עטליכע פון די גאר באקאנטע טאקטיקן זענען גענוצט געווארן דורכאויס אלע יארן אין גור, און איצטער אין די מלחמה מיט די חסידים פון ר׳ שאול האט עס אנגעהויבן קומען צום אויבערפלאך.

אנגעהויבן מיטן פאקט אז אין גור עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי פריוואטקייט. אין יעדע אספעקט פון לעבן וועט די קהילה זיין אריינגעמישט. יעדע חתונה (כמעט) ווערט געפראוועט אינערהאלב די קהילה און זיי פרובירן ווי ווייניגער זיך צו משדך זיין מיט דרויסנדיגע, אויף אזוי ווייט אז ווען עמיצער הייראט א ׳דרויסנדיגער׳ וועט עס זיין א פלעק אויפן גאנצע פאמיליע. אבער דאס איז נאך גארנישט געזאגט קעגן דעם פאקט אז עס איז נישט מעגליך צו פירן א נארמאלער אינטימישער לעבן מיט די בני בית זייענדיג אנגעשלאסן אין גור. עס זענען פארהאנען קאמענדאנטן מטעם די קהילה צו וועמען מען דארף באריכטן יעדעס מאל וואס מען וויל זיך פרוכטבארן, און עס איז נאר ערלויבט איינס אדער צוויי מאל אין חודש. זעלבסטפארשטענדליך אז איבער ספעציעלע אומשטענדן איז נישטא קיין פשרות א.ד.ג.

אויב וועט א פרוי שפירן אז איר מאן איז נישט אין די גיסטע אויסצופאלגן זיין קאמענדאנטס אנווייזונגען, דאן ווערט זי אנגעזאגט נאך פון קינדווייז אן אז דאס מוז ווערן באריכטעט. אין אנדערע ווערטער, מען איז מחנך די קינדער אז די קהילה איז העכער אלעם, און עס איז א מצוה צו מסר׳ן דעם מאן אויב ער וויל נישט אויספאלגן, כדי להצילו מן החטא. דאס גאנצע אריינמישן זיך אינעם אינטימישער לעבנסשטייגער איז א זאך וואס איז שוין פארדאמט געווארן דורך די גרעסטע גדולים, אבער אין גור גייט דאס ווייטער אן כאילו לא היה.

עס איז אויך וויכטיג צו באמערקן אז אזוי ווי אין אלע אנדערע קהילות, זענען אין גור אויך פארהאנען גענוג און נאך מערב וואנט זיצער וועלכע טיילן נישט מיט זייער לעבן מיט קאמענדאטן. אין רוב קהילות זענען די באמעס געהעריג א טייל פון די מערכת, אבער אין גור דאגעגן ווערן זיי געפערליך באקריוודעט. גור וואלט בעצם געשיינט צו זיין די שענסטע אידישע קהילה, האבנדיג א מאכטפולע ציבור פון טויזענטע ערליכע אידן וועלכע דינען דעם אויבערשטן, תלמידי חכמים דרייען זיך דארט אין ביהמ״ד אונטער די פיס, און אזוי אויך זענען די לימודים אין ישיבה אויף גאר א הויכן סטאנדארט. עס פעלן אויך נישט קיין גבירים אין גור, עס זענען דא טויזענטע רייכע גור׳ע חסידים אין ארץ ישראל וועלכע זענען זיך מפרנס ממעשי ידם, פילע עסקנים און אישי ציבור זענען גור׳ע חסידים, אבער דאך זענען זיי אלע אריינגעדרייט אינעם קולט און זיי קענען זיך נישט ארויסדרייען, זה בכה וזה בכה.

נאך א גאר געפערליכע זאך וואס איז ווי א נארמאלע זאך אין גור איז, אז די בחורים און מיידלעך ווערן באהאנדלט מיט גרויס וואכזאמקייט. מיט עטליכע יאר צוריק האט גערודערט אין די פרייע מידיא איבער א בחור וואס איז געשיקט געווארן צו א פסיכיאטאר וואס האט אים געשטאפט מיט פילן אומלעגאל, און אלס האט זיך אנגעהויבן וויבאלד מען האט געפונען נעבן זיין בעט אין דארמיטארי א טשארזער פאר אן אייפאון, וואס אין א גור׳ע קאפ מיינט דאס גלייך זנות און אומווערדיגקייט.

און דאס איז נישט אן איינצלנער פאל, נאר איר קענט זיך נאכפרעגן ביי סיי וועלכע גור׳ע חסיד אין ארץ ישראל און זיי וועלן אייך אלע באשטעטיגן אז מען טיילט דארטן פילן לרחצה. מען טיילט טאבלעטן אפצושוואכן תאוות, מען טיילט בארואיגונגס פילן וועלכע זענען אפיציעל געמאכט געווארן פאר קינדער מיט דיסארדערס, און נאך פילע זאכן וואס מען טוט מיט די צעירי החסידים כדי זיי זאלן אויפוואקסן בטל ומבוטל צום הויפט מערכת חסידי גור.

גור פארשטייט גוט צו פאבליק רילעישנס. זיי האבן גענומען איינע פון די גרעסטע יועצי תקשורת - א פרייער איד - מיטן נאמען רונן צור, וואס ער טוט זיי פירן די מערכה היינט צוטאגס. זיי ארבעטן ווי א געהעריגע פאליטישע פארטיי וואס לאזט ארויס צו די מידיא וואס זיי ווילן, און וואס זיי ווילן לאזן אין געהיים ווערט געהאלטן קלאסיפייד ביז ווען זיי ווילן עס ארויסגעבן. אויך האבן זיי אונטער זיך פילע היימישע חרדי׳שע שרייבער און מוילמאכער, און דורכן צאלן לא יחרץ טוען זיי זיכער מאכן אז צופיל ווערט נישט גערעדט איבער זייערע פעולות.

טאקע דערפאר זענען די סקאנדאלן אין גור שטענדיג שטיל געווארן. א שטייגער ווי די שמועות אז איינער פונעם רבינ׳ס פאמיליע האט באלעסטיגט קינדער, און אויך די געשיכטע מיט י. ל. וואס האט ארויסגעהאלפן א פעדאפילטע, אסתי וויינשטיין וואס האט זיך אין זייער זכות אריינגעווארפן אין וואסער ל״ע, זייערע ריזיגע שריפות וואס זיי האבן געמאכט אין בתי ווארשע מיט עטליכע יאר צוריק שיעור אומברענגענדיג עטליכע אידן, און נאך פילע שמוציגע און טעראריסטישע אקטן וואס זיי האבן אדורכגעפירט לענגאויס די יארן, אלס וויבאלד זיי זענען גוט אנגעבינדן אין די מידיא און אין די רעגירונג, אזוי אז זיי קענען טון וואס זיי ווילן. איבערן לאנד איז באקאנט א פאקט פון וואס אלע חילונים און דתיים ציטערן, אז גור וועט אריבערשיקן אפאר הונדערט פאמיליעס איבערצונעמען דאס געגנט. שוין געווען אין שיינע פאר שטעט אז עס איז אנגעקומען א שיפמענט פון קולטיסטן וועלכע האבן צוביסלעכווייז אנגעהויבן איבערנעמען דאס ארט, אויב איז עס נישט געגאנגען מיט שיינעם האבן זיי זיך צופירט די הענט. עס איז באקאנט איין ספעציפישע מעשה פון שטאט ערד, אין וועלכן זיי האבן צומקל׳ט דעם גבאי׳ן פונעם צענטראלע שול און פראסט און פשוט אפגעגנב׳עט דעם שול און עס פארוואנדלט אין א גור׳ע צענטער.

ביים מלחמה מיט ר׳ שאול האט גור גענומען א גאר פארצייטישע מהלך. זיי האבן פארוואנדלט זייער רבי׳ן אין א משה רבינו, און ר׳ שאול און זיין געמיינדע האבן זיי באטיטלט מיטן נאמען קרח ועדתו. דער קאמפיין ווערט געפירט אין אלע מוסדות און מען לערנט אויס די קינדער אז אויב די עלטערן ווילן זיך אפלאזן פון די קהילה הייסט דאס אז זיי זענען געשלאגן מיט כפירה ומינות און מען מוז פון זיי אנטלויפן. נישט נאר דאס, נאר אויב ווערן זיי געוואויר אז עמיצער פלאנט איבערצולאזן דעם קולט, טוען זיי זיך באגוואלדיגן אויף יענעמס ווייב און קינדער, און טוען סטראשענען אויף אלע מינע אופנים כדי אז יענער זאל נישט ווילן אנטלויפן. דאס איז אגב איינע פון די הויפט סימנים פון א קולט, אז מען זאגט יעדן אז מען קען גיין וואו מען וויל, אבער איינמאל מען פלאנט צו טון עפעס ערנסט שטעלט מען אונטער כל מיני פיסלעך אז יענער זאל נישט גיין.

פילע משפחות זענען צופליקט געווארן אין דעם מחלוקה. זיידעס רעדן נישט מיט אייניקלעך, קינדער אנטלויפן פון זייערע עלטערן, און נאכמער ווי דעם, די וועדה וואס איז געשטעלט געווארן דורך גור זיך צו פארנעמען מיט די פאליטיק, האט פארארדנט אז אלע קינדער וואס זענען אוועקגעגאנגען פון זייערע עלטערן זאלן זיך זעצן אינאיינעם אין ביהמ״ד אויפן ארט וואו עס זיצן די יתומים, וויבאלד ווען די עלטערן פארן אפ פון וועג זענען זיי פונקט ווי יתומים. די וועדה ווערט געפירט דורך אנשי העדה און נישט סתם דורך היצקעפ.

די מנהלת פון גור׳ע שולע אין ירושלים האט געזאגט די וואך, אז זי פארשטייט נישט פארוואס עס איז נישט געגאנגען ווייטער די מערכה (ווייטער ווי בלוט) און אז מען ברויך זיך אויפפירן צו די פורשים ווי צו טעראריסטן. נאכמער האט זי געווארנט די תלמידות וועלכע ווערן ברעינוואשירט דורך אירע פלוידערייען, אז אויב איז דא א מיידל וואס וועט זאגן אז זי איז צו עקסטרעם, זאל מען זיך צו איר אויך אויפפירן ווי צו די פורשים. און דאס זאגט די מנהלת פון די גרעסטע גור׳ע מיידל שולע וועלכע איז נעבעך אליין אנגעשווענקט מיט די אלע הבלים וואס גור ארבעט שוין יארן אריינצוהאקן ביי אלעמען אין קאפ, אז זיי זענען הייליג און טייער און די ׳אמת׳ע אידן׳ און די אלע וואס האלטן נישט פון זיי זענען געשלאגן אין מינות וכפירה און מען טאר מיט זיי נישט האבן קיין שייכות.

איצטער ווען די מערכה מיט ר׳ שאול האט אנגעהויבן ווערן שטייפער נאך וואס א פאטער וועלכע זוכט זיינע צוויי מח געשוואנקענע טעכטער האט געלאזט לויפן א רעקארדירונג נעבן גור׳ע רבי׳ן אז מען זאל אים אומקערן זיינע טעכטער, האבן זיי באשלאסן אז עס איז צייט צו נאכלאזן פון זייער אויבנאויפיגע שטילקייט. ביז יעצט פלעגן זיך די גור׳ע שווענץ באגענוגן מיטן שפייען אויף די חסידים פון ר׳ שאול. איינער פון די רבנים וועלכע ארבעט פאר גור האט ארויסגעגעבן א בריוו אין וועלכן ער האט מתיר געווען זיך צו ׳מתגונן׳ זיין פון די חסידים פון ר׳ שאול. זינט דעם בריוו גייט נישט אריבער א טאג אין וועלכן עס רינט נישט בלוט אין גור. קעפ ווערן געשפאלטן און די גור׳ע בחורים בלאקירן די אמבולאנסן פון אנקומען צום סצענע, זיי ווייסן נישט פון קיין גרעניצן. זיי ווייסן נאר וואס מען האט זיי געלערנט ביז אהער די פארגאנגענע דריי יאר אז דא האנדלט מען מיט כופרים און עס איז נישטא קיין פשרות, די בחורים וועלכע זענען געשטאפט מיט טאבלעטן און האס קימערן זיך נישט מיטן מענטשליכער אינסטיקט און האקן קעפ.

צום הינטערשטן שורה קען מען ארויסהאבן, אז די מערכה אין גור איז נישט סתם נאך א חסידישע פאליטיק, נאר עס איז א מחלוקת פון א קולט אין וועלכן עס האט זיך אנטדעקט א שפאלט, און זיי פרובירן צו פארמאכן דעם שפאלט אויף יעדן סארט אופן וואס עס איז נאר מעגליך. זיי האבן דערצו אלע מיטלען אויפגעלעזט. לאמיר האפן אז עס זאל נישט קאסטן מער קיין בלוט און אז עס זאל נאר הערשן שלום ושלוה איבער די גאנצע וועלט.

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2022 10:18 am
דורך היסטאריע
האט דער גערער רבי א דין רודף?

Re: די גרעסטע אידישע קולט

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2022 10:49 am
דורך כמעט אלסווייסער
היסטאריע האט געשריבן:האט דער גערער רבי א דין רודף?
אז ער ווייסט וואס זיינע יונגען טוהן און די גאסן, אין ער שווייגט אין לאזט עס ווייטער אנגיין, איז ער זיכער א רוצח.

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2022 11:36 am
דורך [NAMELESS]
מיין ציל דא איז נישט צו האקן אויף גור׳ע רבי, כ׳ווייס באמת נישט וואס זיין שטעלונג איז אין די גאנצע מערכה. איך וויל נאר אויפמערקזאם מאכן אז די רעדע איז פון א קולט און נישט פון א קהילה און דערפאר איז עס נישט אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס זיי טוען וואס זיי טוען. זיי זענען נעבעך באמת אין א כת און האבן נישט קיין אייגענע דעה.

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2022 1:21 pm
דורך שמן למאור
אין אמעריקע איז די גערע עולם יא מער א חסידות ווי א קולט, עס איז נישטא אזא קאנטראל
די בחורים פארן טאקע לערנען קיין אר"י אין די ישיבות ווי זיי ווערן געפערליך ראדיקאליזירט, אבער זיי קומען צירוק און האבן חתונה, און עס נעמט נישט לאנג און מען לעבט זיך א לעבן
וועגן דעם איז טאקע בערך האלב פון די אמעריקאנע עולם אפעציעל אריבער צו ר' שאול,

Re: די גרעסטע אידישע קולט

נשלח: זונטאג מאי 29, 2022 12:14 am
דורך פאליטיקאנט
יהורם האט געשריבן:
אויך האבן זיי זייער שטארק געארבעט צו בויען קשרים מיט אלע אנדערע גרויסע קהילות אינערהאלב די אגודה קרייזן, און עס לאזט זיך אפילו זאגן אז אלע אנדערע רבי׳ס האבן געהאט א געוואלדיגע רעספעקט פאר גור און זיך געלערנט פון זיי וויאזוי מען בויעט זיך נאציאנאל און וויאזוי מען שלאגט ווארצלען איבעראל, אנגעהויבן אין די רעגירונג און געענדיגט אינטערנאציאנאל איבער די וועלט אין אלע קהילות.
ווייניג האבן רעספעקט פאר די היינטיגע גור'ער רבי, אסאך האבן מורא פון עם.

אלע וואס זענען מיטגעגאנגען מיט וואס ער וויל איז פשוט ווייל זיי האבן זיך נישט געזוכט זיך צוקריגט מיט אזא בעבי ווי עם.
אין 'די וועקער' איז שוין געווען באשריבן וויאזוי ער האט זיך אפילו באוויזן צו באליידיגן פון הרב שטיינמאן ז"ל וואס האט געבעטן זיין גערעכטע טייל פון א צדקה סומע.
יהורם האט געשריבן:
האבנדיג א מאכטפולע ציבור פון טויזענטע ערליכע אידן וועלכע דינען דעם אויבערשטן, תלמידי חכמים דרייען זיך דארט אין ביהמ״ד אונטער די פיס, און אזוי אויך זענען די לימודים אין ישיבה אויף גאר א הויכן סטאנדארט. עס פעלן אויך נישט קיין גבירים אין גור, עס זענען דא טויזענטע רייכע גור׳ע חסידים אין ארץ ישראל וועלכע זענען זיך מפרנס ממעשי ידם, פילע עסקנים און אישי ציבור זענען גור׳ע חסידים, אבער דאך זענען זיי אלע אריינגעדרייט אינעם קולט און זיי קענען זיך נישט ארויסדרייען, זה בכה וזה בכה.
כ'וויס נישט פון ווי דו נעמסט אז זיי האבן תלמידי חכמים אונטער די פיס, אבער אז זייער לימודים ישיבה איז אויף א הויעכע סטאנדארט איז בהחלט היפך האמת.

זיי לערנען נאר בקיאות (און נאר ווייל ר' שאול לערנט בעיון). און ממש גארנישט אנדערש.

נשלח: זונטאג מאי 29, 2022 6:12 am
דורך [NAMELESS]
פאליטיקאנט האט געשריבן:
יהורם האט געשריבן:
אויך האבן זיי זייער שטארק געארבעט צו בויען קשרים מיט אלע אנדערע גרויסע קהילות אינערהאלב די אגודה קרייזן, און עס לאזט זיך אפילו זאגן אז אלע אנדערע רבי׳ס האבן געהאט א געוואלדיגע רעספעקט פאר גור און זיך געלערנט פון זיי וויאזוי מען בויעט זיך נאציאנאל און וויאזוי מען שלאגט ווארצלען איבעראל, אנגעהויבן אין די רעגירונג און געענדיגט אינטערנאציאנאל איבער די וועלט אין אלע קהילות.
ווייניג האבן רעספעקט פאר די היינטיגע גור'ער רבי, אסאך האבן מורא פון עם.

אלע וואס זענען מיטגעגאנגען מיט וואס ער וויל איז פשוט ווייל זיי האבן זיך נישט געזוכט זיך צוקריגט מיט אזא בעבי ווי עם.
אין 'די וועקער' איז שוין געווען באשריבן וויאזוי ער האט זיך אפילו באוויזן צו באליידיגן פון הרב שטיינמאן ז"ל וואס האט געבעטן זיין גערעכטע טייל פון א צדקה סומע.
יהורם האט געשריבן:
האבנדיג א מאכטפולע ציבור פון טויזענטע ערליכע אידן וועלכע דינען דעם אויבערשטן, תלמידי חכמים דרייען זיך דארט אין ביהמ״ד אונטער די פיס, און אזוי אויך זענען די לימודים אין ישיבה אויף גאר א הויכן סטאנדארט. עס פעלן אויך נישט קיין גבירים אין גור, עס זענען דא טויזענטע רייכע גור׳ע חסידים אין ארץ ישראל וועלכע זענען זיך מפרנס ממעשי ידם, פילע עסקנים און אישי ציבור זענען גור׳ע חסידים, אבער דאך זענען זיי אלע אריינגעדרייט אינעם קולט און זיי קענען זיך נישט ארויסדרייען, זה בכה וזה בכה.
כ'וויס נישט פון ווי דו נעמסט אז זיי האבן תלמידי חכמים אונטער די פיס, אבער אז זייער לימודים ישיבה איז אויף א הויעכע סטאנדארט איז בהחלט היפך האמת.

זיי לערנען נאר בקיאות (און נאר ווייל ר' שאול לערנט בעיון). און ממש גארנישט אנדערש.
אין די גור׳ע ישיבות לערנען טויזענטער בחורים. זיי מאכן גרויסע סיומים און בחינות ברבים וואס מען קען דארט קלאר זען ווי גוט זיי לערנען. קען זיין אז עס איז גוט אויפגעבלאזן אבער מיין הויפט נקודה איז געווען אז עס איז נישט אזוי ווי לב טהור וואס פארמאכט זיך פון דער וועלט, נאר עס איז סאך טיפער דערפון. זיי שטעלן אהער א פנים ווי א פעסט אוועקגעשטעלטע קהילה ברוחניות ובגשמיות ווען אין די זעלבע צייט פרעדיגן זיי אריין אין די צאן קדשים די אלע אויבנדערמאנטע שטותים. אויך האבן זיי פילע מיליאנערן (גראדע איז חזקי׳ לב וואס איז באפראסקעט געווארן מיט זיין ווייב אינעם פאגראם פאריגע וואך אויך נישט קיין קליינער גביר וואס קומט פון גור) פאליטיקאנטן און שישקעס (יעקב ליצמאן, ישראל כהן).

דו רעדסט זיכער פון רבנים וואס קענען אים און ווייסן ווי פאראנויד און קינדעריש ער איז, אבער ס׳רוב פון זיינע חסידים האלטן פון אים פייער, און נאכמער האלטן זיי אז גור איז די איינציגסטע קהילה וואס האט בעצם אן אויסגעטראטענע מהלך און אלע אנדערע זענען פאלשע חסידים.

נשלח: זונטאג מאי 29, 2022 8:41 pm
דורך berlbalaguleh
עצי שטים האט געשריבן:אין אמעריקע איז די גערע עולם יא מער א חסידות ווי א קולט, עס איז נישטא אזא קאנטראל
די בחורים פארן טאקע לערנען קיין אר"י אין די ישיבות ווי זיי ווערן געפערליך ראדיקאליזירט, אבער זיי קומען צירוק און האבן חתונה, און עס נעמט נישט לאנג און מען לעבט זיך א לעבן
וועגן דעם איז טאקע בערך האלב פון די אמעריקאנע עולם אפעציעל אריבער צו ר' שאול,
פיין: איך האב א פשרה. זאלל ר' שאול נעמען אמעריקע. און די כעבע זאלל בלייבן מיט ארץ ישראל. ר' שאול און זיינע חסידים זאללן אריבערמופן קיין אמעריקע. ושלום על ישראל.!

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2022 9:39 pm
דורך פויגל מילעך
איז סאטמאר א קלענערע קולט?

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2022 8:05 am
דורך [NAMELESS]
פויגל מילעך האט געשריבן:איז סאטמאר א קלענערע קולט?
בהחלט, יא.

נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2022 11:04 am
דורך מרדכי מרדכי
berlbalaguleh האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:אין אמעריקע איז די גערע עולם יא מער א חסידות ווי א קולט, עס איז נישטא אזא קאנטראל
די בחורים פארן טאקע לערנען קיין אר"י אין די ישיבות ווי זיי ווערן געפערליך ראדיקאליזירט, אבער זיי קומען צירוק און האבן חתונה, און עס נעמט נישט לאנג און מען לעבט זיך א לעבן
וועגן דעם איז טאקע בערך האלב פון די אמעריקאנע עולם אפעציעל אריבער צו ר' שאול,
פיין: איך האב א פשרה. זאלל ר' שאול נעמען אמעריקע. און די כעבע זאלל בלייבן מיט ארץ ישראל. ר' שאול און זיינע חסידים זאללן אריבערמופן קיין אמעריקע. ושלום על ישראל.!
א פשרה אויף וואס??
ער שלאגט זיך נישט אויף בנינים און אפילו נישט אויף די נאמען
ער וויל סך הכל פירן זיין עדה אן קיין טעראר פון קיינעם אריינגערעכנט גור